דורך אַלע פּענטעס
פֿון מישע לעוו (ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף קערלער (1918—2000)

יוסף קערלער האָט עולה געװען אין יאָר 1971. צו יענער צײַט האָט ער שױן דערגרײכט זײַן באַזונדער אָרט אין דער ייִדישער סאָװעטישער דיכטונג. דורך זײַן אײגענעם פּײַנלעכן גורל און נאַציאָנאַלן חשבון־הנפֿש איז שױן פֿון לאַנג צו אים געקומען דער ניכטערער באַנעם פֿון אַלץ, װאָס ס׳קומט פֿאָר אין לאַנד "װאָס איז מיר נעענטער אַ מאָל געװען פֿון מײַן געזאַלצן העמד". מיט װאָרט און בילד, מיט נײַ אױפֿגעקומענע טענער און פֿאַרבן, דריקט ער אױס דעם װײ, װאָס ברענט אין זײַן נשמה. אין אײנעם פֿון זײַנע לידער, געשריבן אין מאָסקװע, ערבֿ דער עליה, קלינגען אַזעלכע ווערטער:


...איבער קאַטאָרזשאַנסקע קאַלטע שטרעקעס
הילכט נאָך דער מאָנגאָלישער גאַלאָפּ.
נו, און איך דאָ מיט מײַן ייִדיש פּעקל,
װאָס באַדאַרף מיר אױסדאַרן דער קאָפּ?

ס׳לעשן זיך די גלעקעלעך װאַלדײַער,
ס׳רעװען־אױף ראַקעטעס דורך די נעכט.
כ׳װעל ניט זאָגן: ברענט עס אױפֿן פֿײַער,
אָבער — לא! כ׳בין מער דאָ ניט קײן קנעכט!


קערלערן האָט מען ניט אַרױסגעלאָזט, ער האָט זיך אַרױסגעריסן. דאָס איז שױן ניט צו פֿאַרגלײַכן מיט די, װאָס זײַנען געקומען סוף 80ער און אַװדאי אין די 90ער יאָרן. קײן אײן שרײַבער האָט אַזױ עקשנותדיק ניט געקעמפֿט פֿאַר עליה, װי קערלער. אין דעם פּרט איז ער געװען אַ זײער געװאַגטער װעגװײַזער און װי קײנער ניט, אױפֿגעהױבן די פּראָטעסטירנדיקע שטים, כּדי אױסצודריקן דעם אָנגעזאַמלטן צער און װײטיק.

יוסף קערלער, װאָס האָט געקענט און ליב געהאַט זײַן פֿאָלק און זײַנע רײַכע קולטור־אוצרות, איז געװען אַ גאָט־געבענטשטער דיכטער, עסײיִסט, דערצײלער, רעדאַקטאָר. אַ ליריקער אין זײַנע לידער, אַן אױסגעצײכנטער דערצײלער אין זײַן פּראָזע. פֿאָלקסטימלעך, סוזשעטיש. געשריבן האָט ער מיט קאָפּ און מיט האַרץ. זײַנע שילדערונגען זײַנען פּסיכאָלאָגיש פֿאַרטיפֿט, רעאַליסטיש. די שפּראַך — אַ יאָדערדיק־רײַכע.

אױב אָפּמעסטן די העכסטע מדרגה אין זײַן שעפֿערישקײט איז עס, פֿאַרשטײט זיך — פּאָעזיע, װאָס איז דורכגעדרונגען מיט טיפֿן ייִדיש־געפֿיל, איבערגעקאָכט אין פּאָעטישן קעסל פֿון זײַן געמיט.

קערלער און זײַן צײַטשריפֿט "ירושלימער אַלמאַנאַך" פֿאַר ליטעראַטור און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען, האָט געשטיצט, סטימולירט די ייִדיש־שעפֿער און פֿיל יאָרן געװען אַן אַדרעס פֿאַר ייִדישע שרײַבער, קולטור־טוער פֿון גאָר דער װעלט. דער גרינדער און הױפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם אַלמאַנאַך, יוסף קערלער, האָט נאָך בײַ זײַן לעבן צוגעגרײט אַ װערדיקן פֿאַרבײַט. די לעצטע זיבן יאָר איז זײַן מיטרעדאַקטאָר געװען דער דיכטער און װיסנשאַפֿטלער דבֿ־בער קערלער. איצט פֿאַרנעמט ער דעם טאַטנס אָרט.

אַ מעשׂה פֿון יאָרן. אױב איך האָב קײן טעות ניט איז מײַן ערשטע באַגעגעניש מיט י. קערלערן פֿאָרגעקומען אין 1937, אין מאָסקװער ייִדישן קלוב "קאָמוניסט", ניט װײַט פֿון װײַסרוסישן װאָקזאַל. אין דער פּרעכטיקער געבײַדע איז אױך פֿריִער געװען אַ ייִדישער קלוב, אויפֿן נאָמען פֿון בער באָראָכאָװ, אײנער פֿון די אָנגעזעענסטע אידעאָלאָגן פֿונעם סאָציאַליסטישן ציוניזם. דאָרט איז אױך געװען אַ ליטעראַרישער קרײַז און אָפֿט פֿלעגן פֿאָרקומען באַגעגענישן מיט די אָנגעזעענסטע שרײַבער. געקומען איז קערלער פֿון אַ לאַנדװירטשאַפֿטלעכער קאָלאָניע אין קרים און זײַן פּנים איז געװען פֿאַרשׂרפֿעט פֿון זון און װינט.

אין 1941 פֿאַרענדיקט ער די ייִדישע טעאַטער־שול. אין די ערשטע טעג פֿון דער מלחמה איז ער אױפֿן פֿראָנט. דרײַ מאָל פֿאַרװוּנדיקט געװאָרן. יוסף קערלערס ערשטע לידער־זאַמלונג "פֿאַר מײַן ערד" איז דערשינען אין 1944 אין "עמעס"־פֿאַרלאַג און באַקומען אַ גוטן אָפּקלאַנג. דאַן האָט ער געהערט צו די ייִנגסטע אין דער ייִדישער סאָװעטישער פּאָעזיע, און איז געװען דורכגעדרונגען מיט פּאַטאָס פֿון שאַפֿונג. זײַנע װײַטערדיקע װעגן האָבן געפֿירט צו אַ רײַכער דיכטערישער שעפֿערישקײט. ער דרוקט זיך אין דער צײַטונג "אײניקײט" און אין ליטעראַריש־קינסטלערישן אַלמאַנאַך "הײמלאַנד". אין 1950 ווערט ער אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין די קױלנגרובן פֿון װאָרקוטאַ. רעהאַביליטירט אין 1955. די תּפֿיסות און לאַגערן האָבן ניט פֿאַרלאָשן, נאָר צעפֿלאַקערט קערלערס פּאָעטישן שײַטער, ניט פֿאַרקלענערט זײַן גרױסע איבערגעגעבנקײט צום ייִדישן װאָרט.

אין מאָסקװע דערשײַנען זײַנע צװײ לידער־זאַמלונגען. אמת, בײדע אין אױטאָריזירטע איבערזעצונגען אויף רוסיש: "מײַן טאַטנס װײַנגאָרטן", 1957 און "כ׳װיל זײַן אַ גוטער", 1965. אין די געטאָ־לידער פֿון "מײַן טאַטנס װײַנגאָרטן", גיט זיך אים אײַן צו פֿאַרעפֿנטלעכן לידער װעגן די צװאַנגס־לאַגערן.

צו זײַנע לידער, װאָס זײַנען פֿול מיט מחשבֿה, שרײַבן מוזיק די אָנגעזעענסטע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן. מיט גרױס חשק און דערפֿאָלג װערן זײ אױסגעפֿירט פֿון אַזױנע פּאָפּולערע זינגערס װי נחמה ליפֿשיץ, מיכאל אַלעקסאַנדראָװיטש, זינאָװי שולמאַן. פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן און אַמאַטאָרן־טרופּעס שפּילן זײַנע אײנאַקטערס, סקעטשן. מיט אײן װאָרט, דער דיכטער און שאַפֿער פֿון קלײנקונסט־דראַמאַטורגיע גײט ניט אַרום פּוסט־און־פּאַס. קערלער פֿאַרנעמט זיך מיט זײַן זאַך און אין אים נײטיקט מען זיך, נאָר...

אין משך פֿון זעקס יאָר פֿאָדערט ער און באַקומט ניט קײן דערלױבעניש אַרױסצופֿאָרן קײן ישׂראל. ס’איז ממש אומגלײבלעך, אָבער קערלערס ליד װעגן אָנהײב פֿון דער זעקס־טאָגיקער מלחמה האָט זיך אין דער ישׂראלדיקער פּרעסע באַװיזן אױפֿן צװײטן טאָג װי ער האָט זי אין מאָסקװע אָנגעשריבן.

זײַן ציל האָט יוסף קערלער דערגרײכט אין 1971. ער מיט זײַן פֿרױ און זון באַזעצן זיך אין ירושלים. אין װאָכן אַרום, נאָך קערלערס אָנקומען אין לאַנד, דערשײַנט זײַן בוך "דאָס געזאַנג צװישן די צײן". דאָס פֿאָרװאָרט צום בוך שרײַבט דבֿ סדן. גאָר אין גיכן, נאָך אין דעם זעלבן 1971, דערשײַנען אין ניו־יאָרק מיט פּאַראַלעלע איבערזעצונגען אין ענגליש זײַנע "לידער פֿון פּראָטעסט".

צו מאָל ברענגט אונדז דער װאָרטקינסטלער אונטער אײנע און די זעלבע טעװעלעך פֿון זײַן בוך סײַ לידער און סײַ פּראָזע. מיר, װי אַ לײענער, שטערט עס ניט. אױך אין זײַנע עסײען, זכרונות, דערצײלונגען ("געקליבענע פּראָזע", "ירושלימער אַלמאַנאַך", 1991) נעמען אױס די סיפּורי־מעשׂיות און זײַן קונסט צו שרײַבן בקיצורדיק, צימצומדיק.

און צום סוף אַ פּאָר זײַנע כאַראַקטער־שטריכן, װי איך האָב זײ אײַנגעזען. אַ מענטש מיט אַ שטאַרקן װילן, אױף אַ גוטן אופֿן אײַנגעשפּאַרט, אַנטשלאָסן און װאָס געמײנט, דאָס געזאָגט. ניט געצױמט אין עמאָציעס, האָט ער געקענט אָפּענטפֿערן ניט נאָר מיט אַן איראָנישן שמײכל, מיט אַ פֿײַערל פֿון חכמה און הומאָר, נאָר אױך מיט גאַל און צאָרן. זײַן אײגנאַרטיקער גאַנג, זיך שטענדיק דערגרונטעװען צום אמת און לעבן נאָר לױטן אײגענעם פֿאַרשטאַנד און שׂכל, איז געװאָרן אַ שם־דבֿר.

יוסף קערלער איז אומעטום און שטענדיק געװען איבער זיך אַ בעל־הבית. אַנטשלאָסנקײט פֿאַר יעדן פּרײַז האָט באַטײַט זײַן גרײט זיך אױסצושטעלן אױף גרױסע סכּנות. איז ניט צום חידושן זיך, װאָס װעגן יוסף קערלערן האָט אַבֿרהם סוצקעװער אַרױסגעבראַכט אַזױנע װערטער: "לאָמיר הײַנט אַלע צוזאַמען מאַכן אַ שהחײנו, װאָס מיר האָבן צװישן אונדז אין ישׂראל אַ ייִדישן פּאָעט, אַ קעמפֿערישן, אַן עכטן, אַ אמתן, אַ ייִדישן, װאָס האָט זיך דורכגעריסן דורך אַלע פּענטעס און געקומען צו אונדז, צו לעבן דאָ און צו שאַפֿן דאָ".

אין ישׂראל האָט יוסף קערלער פֿאַרעפֿנטלעכט נײַן ביכער. דאָס צענטע איז דערשינען דאָ ניט לאַנג, צו זײַן פֿינפֿטער יאָרצײַט.