לייזער בורקאָ געבוירן געוואָרן אין 1978 און איז אויפֿגעוואַקסן אין דער שטאָט ניו־יאָרק. ער האָט שטודירט מיטלעלטערישע ליטעראַטור און גערמאַנישע פֿילאָלאָגיע אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט און אינעם אוניווערסיטעט פֿון מינעסאָטאַ. בורקאָ האָט אָנגעהויבן לערנען זיך ייִדיש, כּדי צו קענען רעדן מיט זײַנע באָבע־זיידע אין ישׂראל, וואָס קענען נישט קיין ענגליש. זינט האַרבסט 2004 אַרבעט ער אין "פֿאָרווערטס" ווי אַ זעצער און אַסיסטענט בײַם הויפּט־רעדאַקטאָר. זײַנע אַרטיקלען באַווײַזן זיך אויף די שפּאַלטן פֿון "פֿאָרווערטס", ווי אויך אין דער סטודענטישער צײַטונג "ווײַטער". ער שפּילט אין אַ טעאַטער־טרופּע פֿון דער "פֿאָלקסבינע" און באַטייליקט זיך אָפֿט אין די היגע ייִדיש־אונטערנעמונגען.


Alec (Leizer) Burko was born in 1978 and grew up in New York City. He studied Medieval Studies and Germanic Philology at New York University and the University of Minnesota. Burko first began learning Yiddish in order to be able to speak with his grandparents in Israel, who speak no English. Since September 2004 he has worked at the "Forverts" as a "type-setter" (typist) and assistant to the editor-in-chief. His articles appear in the "Forverts" as well as in the student publication "Vayter". He plays in a Yiddish theater troupe, part of the "Folksbiene", and is a frequent participant in several Yiddish organization.