אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

דעם 4טן נאָוועמבער אין דעם ניו-יאָרקער "ייִדישן קולטור-קאָנגרעס" (אַ וויכטיקער אַדרעס פֿאַר יעדן ליבהאָבער פֿון ייִדיש) האָט ד״ר שבֿע צוקער, אַ באַקאַנטע ייִדישע קולטור-טוערין, דערציילט וועגן איר ביראָבידזשאַנער דערפֿאַרונג. זי איז געווען איינע פֿון די לעקטאָרן אויף דער הײַיאָריקער ייִדישער זומער-פּראָגראַם, וואָס איז אַדורך אין דער ווײַט-מיזרחדיקער שטאָט. די לעקציע איז געווען אַ געראָטענע, אילוסטרירט מיט אינטערעסאַנטע פֿאָטאָס, אָבער דער עיקר האָט ד״ר צוקער זייער גוט איבערגעגעבן די אַטמאָספֿער, וואָס זי האָט דערפֿילט אין יענע מקומות.

די לעצטע צײַט האָט מען דאָך אין "פֿאָרווערטס" גאָר ניט ווייניק געשריבן וועגן ביראָבידזשאַן. איך אַליין געהער צו דער "שול", וואָס האַלט עס פֿאַר אַ וויכטיק זײַטל אין דער ייִדישער געשיכטע און פֿאַר אַ טעמע, וועלכע מע דאַרך בשום-אופֿן ניט איגנאָרירן. איך בין זיכער, אַז אין די געוועזענע סאָוועטישע אַרכיוון ליגן נאָך אַלץ, ניט קיין פּובליקירטע דאָקומענטן, וואָס קענען אויסקלאָרן ניט ווייניק פּרטים מכּוח דעם אויפֿקום פֿון ביראָבידזשאַן און זײַן ווײַטערדיקן גורל.

ס׳איז גאָר אַנדערש ווען די רייד גייט וועגן דער איצטיקער צײַט. אין שבֿע צוקערס רעפֿעראַט האָבן געקלונגען די ווערטער "פֿאַסאַד" צי "דעקאָראַציע" — איך געדענק ניט פּינקטלעך. פֿאַקטיש האָט עס געמיינט: פּאָטיאָמקין-דאָרף. אַ סך סטאַטועס און סימבאָלן אויף ייִדישע טעמעס, אָבער זיי קענען ניט פֿאַרבאַהאַלטן די פּוסטקייט, די נעבעכדיקייט פֿון אַ געוויינטלעכן סאָוועטישן לאָך, וווּ מע האָט אַפֿילו ניט געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו בײַטן די נעמען פֿון די גאַסן. ס׳איז נאָך אַלץ די "לענין-גאַס", די "סאָוועטישע גאַס", און אַזוי ווײַטער. הקיצור, דער געוועזענער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אָבער מיט בעסערע קראָמען און אַ בעסערער פֿאַרבינדונג מיט דער וועלט — דאָס פּוטין-לאַנד.

וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט עס צו ייִדן? האָב איך טאַקע אַרײַנגעקוקט אין די לעצטע נײַעס פֿון ביראָבידזשאַן.

דעם 30סטן אָקטאָבער האָט מען ניט ווײַט פֿון דער שטאָט געעפֿנט אַ פּראַוואָסלאַוונעם פֿרויען-מאָנאַסטיר. די מאָנאַשקע אַנאַסטאַסיאַ איוואַנטשענקאָ וועט מיט אים אָנפֿירן. דערווײַל האָט דער מאָנאַסטיר בלויז דרײַ מאָנאַשקעס. זיי שטייען אויף האַלב זעקס אין דער פֿרי, מאָליען זיך. דערנאָך טרינקען זיי טיי און הייבן אָן האָרעווען...

אין דעם זעלבן טאָג, ווען מע האָט געעפֿנט דעם מאָנאַסטיר, איז אין דער געגנט אויסגעפֿאַלן דער ערשטער שניי. ס׳איז בכלל געוואָרן קאַלט. האָט אַ 46־יאָריקע פֿרוי געפּרוּווט צוגנבֿענען אויפֿן מאַרק פּוישטן — קיין וואַרעמע שיך האָט זי אַ פּנים ניט געהאַט. די דאָזיקע פּוישטן האָט מען פֿאַרקויפֿט פֿאַר 30 רובל, דאָס הייסט אַ ביסל מער פֿון אַ דאָלאַר. די פּאָליציי האָט די פֿרוי געכאַפּט...

דאָס וואָרט ביראָבידזשאַן באַווײַזט זיך אין דער לעבנס-געשיכטע פֿון זשאָרזש קאָוואַל (1913–2006), וועמען וולאַדימיר פּוטין האָט דעם 22סטן אָקטאָבער געגעבן (נאָכן טויט) דעם העכסטן טיטל: "העלד פֿון רוסלאַנד". זשאָרזש קאָוואַל איז געבוירן געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער זײַן משפּחה איז געקומען קיין ביראָבידזשאַן. דער נײַ־קומענדיקער העלד האָט זיך דאָרטן לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן און איז אַוועק זיך לערנען (אויף אַ כעמיקער) קיין מאָסקווע. אין 1940 איז ער בגנבֿה, ווי אַ סאָוועטישער שפּיאָן, געקומען קיין אַמעריקע. שפּעטער האָט ער געאַרבעט אין דעם "אָק-רידזש"-צענטער פֿאַר אַטאָם-געווער און איבערגעגעבן אַ סך וויכטיקע מיליטערישע סודות. אין 1948 האָט ער זיך אומגעקערט קיין מאָסקווע...

אַרום און אַרום, איז ביראָבידזשאַן אַ פּאַראָדאָקסאַל רעשטל פֿון סאָוועטישער און ייִדישער געשיכטע. די פֿראַגע איז צי מע דאַרף די דאָזיקע געשיכטע אונטערוואַרעמען און מאַכן פֿון דעם אַ "דזשוראַסיק פּאַרק"? וועמען ברענגט עס נוצן?

אין פּוטין-לאַנד גייט איצט דער פּראָצעס פֿון פּטור ווערן פֿון די קליינינקע עטנישע אויטאָנאָמיעס, די ירושה פֿון די סאָוועטישע יאָרן. ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז די אַלע "ייִדישע" סימבאָלן און סטאַטועס אין ביראָבידזשאַן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פּרוּוו פֿון דער היגער, דער עיקר, ניט־ייִדישער עליטע (מישטיינס געזאָגט) אָפּצוראַטעווען זייער אויטאָנאָמיע, ווײַל דאָס גיט זיי ברייטערע מעגלעכקייטן.

אָבער וואָס גיט די דאָזיקע אויטאָנאָמיע די ייִדן? אויף דער פֿראַגע איז קיין קלאָרער ענטפֿער ניטאָ. איז דאָס לעבן פֿון די ייִדן אין מאָסקווע צי יעקאַטערינבורג ערגער און ווייניקער ייִדישלעך איידער דאָס לעבן פֿון די בערך פֿיר טויזנט ייִדן אין ביראָבידזשאַן?

מיר דאַכט זיך, אַז אַלע באַמיִונגען אויפֿצולעבן ייִדישע קולטור אין ביראָבידזשאַן האָבן ניט קיין ברעקל זין. אַזוי האָט ניקיטאַ כרושטשיאָוו אַ מאָל געפּרוּווט קולטיווירן קוקורוזע ערגעץ אין די צפֿונדיקע געגנטן. די קלוגע לעקציע פֿון שבֿע צוקער האָט מיך אין דעם נאָך שטאַרקער איבערגעצײַגט.

ביראָבידזשאַן איז אַ מוזיי פֿון אַ טשיקאַוון און (אַ מאָל) ממשותדיקן עקספּערימענט. זאָל עס בלײַבן אַ מוזיי — פֿון ייִדישן לעבן, פֿון דעם "גולאַג", און פֿון אַנדערע גוטע און שלעכטע זאַכן, וואָס זײַנען דאָרטן געווען. און בײַם מוזיי קענען זײַן קורסן, קלאַסן וכ‘. פֿון דעם וואָס אַ צענדליק רוסישע מיידלעך וועלן אויסלערנען אַ ביסל ייִדיש, וועט קיין גרויסער טאָלק סײַ-ווי-סײַ ניט זײַן, אָבער דאָס וועט אויך קיינעם ניט שאַטן.