ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור, געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו און גענאַדי עסטרײַך
דוד בערגעלסאָן
דוד בערגעלסאָן

צווישן די אומגעבראַכטע סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער איז קיינער ניט געווען אַזוי ברייט באַוווּסט אין דער מערבֿדיקער וועלט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי דוד בערגעלסאָן. באַזונדערס גוט האָט מען אים געקענט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, כאָטש ער האָט פֿאַרבראַכט אין אַמעריקע ווייניקער פֿון זעקס חדשים — אין סוף 1928 און אָנהייב 1929. אָבער אין די 1920ער יאָרן און שפּעטער איז זײַן נאָמען ניט אַראָפּ פֿון די אַמעריקאַנער צײַטונגען — לכתּחילה אין "פֿאָרווערטס" און, זינט 1926, אין דער קאָמוניסטישער "פֿרײַהייט". הגם די איבעריקע אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטשריפֿטן האָבן בערגעלסאָנס ווערק בדרך-כּלל ניט געדרוקט, האָט מען וועגן אים געשריבן זייער אָפֿט, סײַ ווען ער האָט נאָך געלעבט, סײַ ווען מע האָט, אין 1956, זיך דערוווּסט וועגן זײַן טראַגישן סוף אין אויגוסט 1952.

צווישן די טעמעס, וועלכע מע האָט ניט איין מאָל אַרומגערעדט, איז געווען אויך די פֿראַגע: פֿאַר וואָס האָט בערגעלסאָן פֿאַרבונדן זײַן גורל מיטן סאָוועטישן קאָמוניזם און ווער איז אין דעם שולדיק? בן-ציון כּץ, אַ ציוניסטישער שרײַבער און זשורנאַליסט, האָט אַ געוויסע צײַט געוווינט אין בערלין, וווּ בערגעלסאָן איז געווען אַ תּושבֿ אין 1921—1933. האָט כּץ פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1956 זײַן נוסח פֿון די געשעענישן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעשפּילט אין די מיט-1920ער יאָרן און געפֿירט, לויט זײַן מיינונג, צו בערגעלסאָנס באַשלוס צו באַזעצן זיך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער דיכטער ה. לייוויק, אַ צענטראַלע פֿיגור אינעם דעמאָלטיקן ייִדישן לעבן, איז באַשולדיקט געוואָרן אין אײַנרעדן בערגעלסאָנען זיך איבערבעטן מיט די מנהיגים פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער לי­טע­ראַ­טור, בפֿרט מיט משה ליט­וואַ­קאָוון, דעם רעדאַקטאָר פֿון דער מאָסק­ווער צײַטונג "אמת" ("עמעס" אין סאָוועטישן אויסלייג).

מיר ברענגען דאָ געקירצטע טעקסטן פֿון די צוויי אָפּרופֿן אויף כּצס פּובליקאַציעס — פֿון ה. לייוויק און פֿון דניאל טשאַרני, וועלכער איז געווען זייער אַ נאָענטער פֿרײַנד פֿון בערגעלסאָנען, באַזונדערס אין די יאָרן ווען זיי ביידע האָבן געוווינט אין בערלין.

די דאָזיקע זכרונות ווײַזן אויך, ווי ווייניק פֿאַרלאָזלעך אַ מענטש­לעכער זכּרון קען זײַן. אין דרײַסיק יאָר אַרום האָט מען אייניקע פֿאַקטן פֿאַרגעסן און איבערגעפּלאָנטערט. אין דער איצטיקער פּובליקאַציע וועלן מיר זיך באַנוגענען נאָר מיט עטלעכע פֿאַרפּינקלעכקייטן, וועלכע זײַנען אָנגעוויזן אין קאַנטיקע קלאַמערן.

ג. ע.

ווער האָט פֿאַרפֿירט דוד בערגעלסאָנען?

ה. לייוויק, 1954
ה. לייוויק, 1954

וויל איך, קודם-כּל, פֿרעגן דעם חשובֿן בן-ציון כּץ, פֿון וואַנען האָט ער גע­נומען די מעשׂה, אַז איך האָב געעצהט בער­געלסאָנען צו שרײַבן אַ בריוו צו "עמעס" ליטוואַקאָוון און בעטן בײַ אים מחילה פֿאַר "פֿאַרגאַנגענע זינד"? איז ער דען געווען דערבײַ און געהערט ווי איך האָב געעצהט בערגעלסאָנען? — ער איז דערבײַ דאָך ניט געווען. איז עס בפֿירוש אַן עוולה צו מאַכן מיך שיִער ניט אַחריותדיק פֿאַר בערגעלסאָנס צוריקפֿאָרן קיין סאָוועט-רוסלאַנד, ווען דאָס איז לחלוטין ניט ריכטיק. ניט ריכטיק אויך לגבי בערגעלסאָנען, צו מאַכן אים פֿאַר עפּעס אַ ייִנגל, וואָס מען קען אים אײַנשמועסן, וואָרעם ס׳איז פּשוט קינדיש צו טראַכטן, אַז בערגעלסאָן, דער קלוגער און דערפֿאַרענער שרײַבער, וואָס האָט שוין געהאַט אויף זײַן חשבון אַ סך אַרויסגעגעבענע ווערק און האָט זייער גוט געוווּסט, וואָס ער טוט און וואָס עס טוט זיך אַרום אים, זאָל זיך אַזוי מיר-ניט דיר-ניט, לאָזן האַנדלען בנוגע אַזאַ גורלדיקן ענין ווי עס איז דאָס צוריקקערן זיך קיין מאָסקווע, אויפֿן סמך פֿון אַ קאָלעגעס אַ צופֿעליקער עצה און אויפֿן סמך פֿון דעם, וואָס מע וועט אַרויסגעבן זײַנע ווערק?

אין דער גאַנצער מעשׂה איז אמת, אַז איך האָב זיך געטראָפֿן מיט בערגעלסאָנען אין בערלין אויף מײַן צוריק-נסיעה קיין ניו-יאָרק, און אַז איך האָב אים איבערגעגעבן מײַנע אײַנדרוקן פֿון סאָוועט-רוסלאַנד, סײַ פּאָזיטיווע, סײַ נעגאַטיווע, און אויך וואַרעמע גרוסן צו אים פֿון כּמעט אַלע ייִדישע שרײַבער פֿון סאָוועט-רוסלאַנד, וואָס וואָלטן וועלן, אַז ער זאָל זיך צוריקקערן קיין רוסלאַנד. אַ חוץ ליטוואַקאָוון. ליטוואַ­קאָוו, האָב איך אים איבערגעגעבן, וויל אויך, אַז ער זאָל צוריקקומען, און אין האַרצן האַלט ער פֿון אים שטאַרק. נאָר עס עקזיסטירט אַ רוגז צווישן זיי ביידן. בערגעלסאָן האָט מיר אויף דעם געזאָגט, אַז ער טראָגט אין זיך אַ טיפֿע בענקשאַפֿט נאָך סאָוועט-רוסלאַנד, נאָך זײַן קיִעוו, און אַז ער פּלאַנעוועט פּלענער צוריקצופֿאָרן אַהין און איך זאָל אים זאָגן מײַן מיינונג צי ליטוואַקאָוו וואָלט שלום געמאַכט מיט אים, אויב ער, בערגעלסאָן, וואָלט געמאַכט אַ פֿאַרזוך דערצו. אויף דעם האָב איך אים געזאָגט, אַז קיין קלאָרן ענטפֿער קאָן איך אים אויף דעם ניט געבן, ווײַל איך בין מיט ליטוואַקאָוון ניט איבעריקס נאָענט געווען. — ער איז מיר ניט איבעריקס נאָענט צום האַרצן. אָבער איך רעכן, אַז ליטוואַקאָוו וואָלט יאָ וועלן זיך איבערבעטן מיט אים.

דאָס אַלץ. איך האָב בערגעלסאָנען קיין עצות ניט געגעבן און אַוודאי און אַוודאי ניט געעצהט, און ניט געקענט עצהן, אַז ער זאָל בעטן מחילה בײַ ליטוואַקאָוון. — עס וואָלט דאָך געווען פּשוט אַן אַבסורד, אַז איך זאָל עצהן אַ קאָלעגע צו פֿאָרן זיך באַזעצן אין סאָוועט-רוסלאַנד און נאָך בעטן מחילה — פֿאַר וואָס? פֿאַר ניט באַגאַנגענע זינד? — ווען איך אַליין פֿאָר פֿון דעם זעלבן סאָוועט-רוסלאַנד אַוועק צוריק קיין אַמעריקע. ווען איך אַליין וויל זיך ניט באַזעצן אין סאָוועט-רוסלאַנד?

און איצט וועגן די ווײַטערדיקע ענינים. מײַן באַגעגעניש מיט בערגעלסאָנען אין בערלין איז פֿאָרגעקומען אָנהייב 1926. פֿון דעמאָלט זײַנען אַדורך מער ווי דרײַ יאָר [פֿאַקטיש, מער ווי אַכט יאָר] ביז וואַנען בערגעלסאָן איז ענדלעך אַוועק קיין סאָ­וועט-רוסלאַנד צו באַזעצן זיך און — צו אומקומען. אין משך פֿון די דרײַ יאָר איז ער אַ געוויסע צײַט געווען דאָ בײַ אונדז, אין אַמעריקע — אין 1928 ביז 1929. ער איז עטלעכע מאָל געווען מײַן גאַסט אין שטוב בײַ מיר. איך און נאָך קאָלעגעס האָבן אַלץ געטאָן צו ווירקן אויף אים, אַז ער זאָל בלײַבן אין אַמעריקע. מײַנע באַציִונגען מיט דער "פֿרײַהייט" זײַנען שוין געווען היפּש אָנגעצויגענע, סײַ צוליב פּאָליטישע מאָטיוון, סײַ צוליב איר שטעלונג צו ייִדיש און צו דער גאַנצער ייִדישער קולטור. אַ שטעלונג, וואָס האָט זיך אויסגעדריקט אין [משה] אָלגינס פֿאָלמולע: ייִדיש איז ניט קיין פֿעטיש. אויך ער, בערגעלסאָן, האָט שטאַרק ניט ליב געהאַט די "פֿרײַהייט". איך און נאָך קאָלעגעס זײַנען געווען זיכער, אַז בערגעלסאָן וואָלט גערן אויפֿגענומען געוואָרן ווי אַ מיטאַרבעטער אין די אַנדערע ייִדישע צײַטונגען.

און אָט האָט איר אַ קלאָרע ראיה: קאָ­לעגע דר. ש. מאַרגאָשעס האָט געפֿירט באַ­שטימטע פֿאַרהאַנדלונגען מיטן דעמאָל­טיקן אייגנטימער פֿון "טאָג" — וווּ ער, מאַר­גאָשעס, איז געווען אין יענער צײַט רע­דאַקטאָר — אַרײַנצונעמען בערגעלסאָנען ווי אַ מיטאַרבעטער אין "טאָג" אויף אַ גוטן געהאַלט. דער אייגנטימער פֿון "טאָג" האָט מסכּים געווען דערצו. קאָלע­גע בנימין רעסלער [אַ באַקאַנטער ייִדי­שער שרײַ­בער און מיטאַרבעטער פֿון "טאָג"] דערציילט מיר, אַז ער האָט זיך דע­מאָלט אונטערגענומען צו ווירקן אויף בערגעל­סאָנען, מיט וועמען ער איז געווען זייער נאָענט, אַז ער זאָל אָננעמען דעם אָנבאָט פֿון "טאָג" צו דרוקן דערציילונגען. רעסלער רופֿט אָן אַפֿילו די סומע, וואָס איז אָנגעבאָטן געוואָרן בערגעלסאָנען — אַרום אַכציק דאָלאַר אַ וואָך, אַ גרויסע סומע פֿאַר יענער צײַט. רעסלער האָט אײַנגעטענהט מיט בערגעלסאָנען, אַז ער זאָל ניט דורכלאָזן די געלעגנהייט. אָבער בערגעלסאָן, נאָך אַ קורצן ייִשובֿ-הדעת, האָט דעם אָנבאָט צוריקגעוויזן. ער האָט ניט געוואָלט בלײַבן דאָ. אים האָט געצויגן קיין סאָוועט-רוסלאַנד. ער איז אַוועק. און — אין אַ יאָר אַרום האָט ער, פֿון יענער זײַט ים, צוזאַמען מיט די מערסטע שרײַבער פֿון מאָסקווע, קיִעוו און מינסק, אָנגענומען די פּראָטעסט-רעזאָלוציעס קעגן מיר און קעגן [אַברהם] רייזענען און מנחם [באָריישאָ], פֿאַר וואָס מיר האָבן פֿאַרלאָזט די "פֿרײַהייט" פֿאַר איר באַגריסן מיט שׂימחה דעם אַראַבישן פּאָגראָם אין חבֿרון אין אויגוסט 1929.

[אין דער אמתן, האָט בערגעלסאָן קיין רעזאָלוציעס ניט אונטערגעשריבן. די גע­שעענישן פֿון יענער צײַט האָט גוט אָפּ­געשפּיגלט די ניו-יאָרקער צײַטונג "וואָך", רעדאַגירט דורך מ. באָריישאָ, ה. לייוויק און ל. שאַפּיראָ. דעם 1טן נאָוועמבער האָט די "וואָך" געשריבן וועגן בערגעלסאָנס שווײַגן. אַגבֿ, זײַן ניט צופֿרידנקייט מיט אָט דעם שווײַגן האָט דערנאָך אַרויסגעזאָגט ליטוואַקאָוו.]

אין ליכט פֿון דעם אַלץ פֿאַלט אַוועק אין גאַנצן בן-ציון כּצס סבֿרא, אַז בערגעלסאָן האָט ניט געהאַט קיין ברירה און "געמוזט" אונטערגעבן זיך דעם קאָמוניזם, ווײַל ער האָט ניט געהאַט וווּ צו אײַנאָרדענען זיך אין די אַנדערע ייִדישע צײַטונגען אין ניו-יאָרק. ער האָט יאָ געהאַט אַ ברירה.

איך וויל איצט, אַגבֿ, ניט אַרײַנלאָזן זיך אין דעם ענין ברירה און לית-ברירה און וועגן מוזן אונטערגעבן זיך דעם קאָמו­ניזם. אין אַמעריקע איז דאָך לכל-הדעות ניט געווען, און ס׳איז ניטאָ, אַזאַ מין לית-ברירה.

פֿאַר וואָס האָט זיך בערגעלסאָן אַוועק­געלאָזט פֿאָרן קיין סאָוועט-רוסלאַנד? — ניט דערפֿאַר, ווײַל עמעצער האָט אים דערצו אײַנגערעדט. און ניט דערפֿאַר, ווײַל מע האָט אים צוגעזאָגט אַרויסצוגעבן דאָרט זײַנע ווערק. דער ענין איז טיפֿער און גרויליקער. ער ליגט אין אונדזער אַלע­מענס אָפּגענאַרטע חלומות. אין אונדזע­רע אויסדוכטענישן, וואָס האָבן זיך געוויזן פֿאַר אונדז אין העלקייט פֿון שטראַלן, און אויסגעלאָזן האָט זיך, אַז זיי זײַנען פֿײַערן פֿון גיהנום. ווער עס האָט דעם גיהנום-ריח דערשפּירט פֿריִער און ווער — שפּעטער; ווער עס האָט זיך באַצײַטנס געראַטעוועט און ווער עס איז פֿאַרקראָכן און אַרײַנגעדרייט געוואָרן אין די שטיקנדיקע לאַבירינטן פֿון זעלבסט-נאַרערײַ און אַרײַנגעפֿאַלן אין די גרויליקע נעגל פֿון פֿאַרגוואַלדיקער, און ווער עס איז גלאַט צוליב כאַראַקטערלאָזיקייט, ניט נויטיקערהייט נאָר צוליב ביליקער קאַריערע אַרײַנגעגליטשט געוואָרן אין די אָרעמס פֿון באַקוועמען שקר.

בערגעלסאָנס טראַגעדיע געהערט צו דער גרויליקער טראַגעדיע.

אויף דער פֿראַגע: ווער האָט פֿאַרפֿירט בערגעלסאָנען? איז דאָ איין ענטפֿער: ער, בערגעלסאָן, אַליין האָט זיך פֿאַרפֿירט.

"דער טאָג-מאָרגן-זשורנאַל", דעם 23סטן יוני 1956

ווי דוד בערגעלסאָן איז פֿאַרנאַרט געוואָרן קיין רוסלאַנד

דניאל טשאַרני
דניאל טשאַרני

ווען איך האָב איבערגעלייענט אין "טאָג" (פֿון 23סטן יוני [1956]) ה. לייוויקס אַרטיקל אונטערן טיטל "ווער האָט פֿאַר­פֿירט דוד בערגעלסאָנען", וואָס איז אַן ענטפֿער צו בן-ציון כּצן — האָב איך דער­זען, אַז ניט ה. לייוויק און ניט בן-ציון כּץ זײַנען ריכטיק אינפֿאָרמירט וועגן דער אור-סיבה פֿון בערגעלסאָנס "פֿאַרפֿירונג" צי פֿאַרבלענדונג.

גיב איך דאָ אייניקע פּרטים און אינ­פֿאָרמאַציעס, וועלכע זײַנען מיר גאַנץ גוט באַקאַנט, ווײַל איך בין געווען, גלייב איך, דער איינציקער אינטימער עדות פֿון דער בערגעלסאָן-טראַגעדיע, וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן אין בערלין אין דעם יאָר 1926 און זיך פֿאַרענדיקט ערגעץ-וווּ אין סיביר מיט אַ סטאַלין-קויל אין קאָפּ. [אין דער אמתן, האָט מען בערגעלסאָנען געהאַלטן אין תּפֿיסה און דערשאָסן אין מאָסקווע, דעם 12טן אויגוסט 1952.]

פֿאַקט נומער 1:

שוין נאָך ה. לייוויקס באַזוך אין בער­לין, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט בער­געלסאָנען און אים איבערגעגעבן זײַנע אײַנדרוקן פֿון דעם ייִדישן קולטור-לעבן אין סאָוועט-רוסלאַנד — האָט זיך אין יאָר 1926 געמאָלדן אין בערלין דער גוט-באַקאַנטער פּעדאַגאָג און שרײַבער יעקבֿ (ריכטיקער געזאָגט — יאַשע) רעזניק, וואָס איז געווען אַ ייִנגערער ברודער פֿון דעם באַגאַבטן ייִדיש-סאָוועטישן דיכטער און לערער ליפּע רעזניק (ביידע אין קיִעוו). די ביידע ברידער זײַנען פֿאַרבליבן הייסע חסידים פֿון בערגעלסאָנען, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס בערגעלסאָן האָט זיך געהאַט אָפּגעטראָגן פֿון סאָוועט-רוסלאַנד קיין בערלין.

יאַשע רעזניק איז דענסטמאָל דעלע­גירט געוואָרן פֿון דעם אוקראַיִנישן "פֿאָל­קאָמ­בילד" [בילדונגס-מיניסטעריום] אין קיִעוו קיין בערלין, כּדי צו באַקענען זיך מיט דער נײַער פּעדאַגאָגיק און מיטן מאָדער­נעם שולוועזן בכלל אין דעם נײַעם "סאָציאַ­ליסטישן" דײַטשלאַנד. ער אַליין, יאַשע רעזניק, איז געווען דער אָנפֿירער פֿון דעם ייִדיש-סאָוועטישן שולוועזן אין אוקראַיִנע.

האָט רעזניק אָנגעהויבן אַרײַנטענהן צו בערגעלסאָנען, אַז ווען ער קערט זיך אום קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד — וועט ער ממש רעהאַביליטירן די ייִדיש-סאָוועטישע פּראָ­זע (פּאָעטן, האָט רעזניק געזאָגט, האָבן מיר שוין גראָד צו פֿיל). מיט איין וואָרט, בערגעלסאָן קען פֿאַרנעמען די זעלבע אָנפֿירנדיקע פּאָזיציע אין דער ייִדיש-סאָוועטישער ליטעראַטור, ווי דער צוריק­געקומענער מאַקסים גאָרקי האָט עס געהאַט פֿאַרנומען אין דער רוסיש-סאָוועטישער ליטעראַטור.

אָבער פֿאַר דער "יעווסעקציע" [ד״ה. די פּאַרטיילײַט, וואָס האָבן אָנגעפֿירט מיט ייִדישער טעטיקייט] איז נאָך בערגעלסאָן געווען דענסטמאָל טרייף. ערשטנס, צוליב דעם וואָס ער איז אַ שטענדיקער מיטאַר­בעטער פֿון "פֿאָרווערטס". און, צווייטנס, צוליב דעם וואָס ער חבֿרט זיך אין בערלין מיט אַזעלכע "קאָנטער-רעוואָלוציאָנערן" ווי יעקבֿ לעשצינסקי [דער אָנפֿירער פֿון דעם בערלינער ביוראָ פֿון "פֿאָרווערטס"] און י. קלינאָוו (איצטער אין ישׂראל) פֿון "מאָרגן-זשורנאַל". זײַן חבֿרשאַפֿט מיט מיר האָט מען אים מוחל געווען, ווײַל איך בין געווען אַ סאָוועטישער בירגער און מיט-רעדאַקטאָר פֿון דעם פּראָיעקטירטן זשורנאַל "אין שפּאַן", וואָס גראָד הײַיאָר ווערט 30 יאָר זינט עס זײַנען דערשינען די 2 באַרימט-געוואָרענע נומערן. [אין די אויגן פֿון דער "יעווסעקציע" וועט טשאַרני ווערן טרייף אַרום 1929, אָבער דאָס איז אַ באַזונדערע מעשׂה.]

באַזונדערס טרייף איז בערגעלסאָן געווען פֿאַר ליטוואַקאָוון, ווײַל ער האָט אין "פֿאָרווערטס" אָפּגעדרוקט וועגן אים אַ בײַסיק-גאַליקן העץ-אַרטיקל, ווי בער­געלסאָן האָט עס געקאָנט.

האָט רעזניק באַרויִקט בערגעלסאָנען, אַז די "יעווסעקציע" באַשטייט ניט פֿון ליטוואַקאָוון אַליין. ער דאַרף נאָר אָנשרײַבן אַן אינטימען בריוועלע צו דעם סעקרעטאַר פֿון דער "יעווסעקציע" אין מאָסקווע, צו סאַשאַ טשעמערינסקי (אַגבֿ, אַ געוועזענער "זובאַטאָוועץ" [ד״ה. מיטגעאַרבעט אין די צאַרישע צײַטן מיט אָפֿיציעלע יוניאָנען]), אַז ער, בערגעלסאָן, הייבט אָן אַרויסצוגעבן אין בערלין אַ פּראָ-סאָוועטישן זשורנאַל "אין שפּאַן", און דער דאָזיקער זשורנאַל וועט צוגרייטן בהדרגה די מעגלעכקייט פֿון בער­געלסאָנס צוריקקער קיין ראַטן-פֿאַרבאַנד.

קורץ און גוט. דער ראַפֿינירט-קלוגער און זייער אויסגערעכנטער דוד בערגעלסאָן האָט ניט געקאָנט בײַשטיין דעם נסיון און ער האָט יאַשע רעזניקן געגעבן אַ בריוועלע צו סאַשאַ טשעמערינסקין מיטן תּנאַי, אַז זײַן חרטה-בריוועלע זאָל בשום-אופֿן ניט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אין דער ייִדיש-סאָוועטישער פּרעסע. דערבײַ האָט בערגעלסאָן געהאַט דעם חשבון, אַז ווען די "יעווסעקציע" וועט פֿון אים האָבן אַזאַ מין ליבע-בריוו — וועט מען דענסטמאָל אַרײַנלאָזן פֿראַנק און פֿרײַ דעם "אין שפּאַן" קיין סאָוועט-רוסלאַנד. יעדנפֿאַלס, האָט עס מיר בערגעלסאָן אָנגעגעבן אין נדן און צוליב דעם טאַקע האָט מען דעם ערשטן נומער "אין שפּאַן" געזאָלט דרוקן אין אַ פֿאַרגרעסערטער אויפֿלאַגע.

ווי נאָר יאַשע רעזניק האָט באַקומען פֿון בערגעלסאָנען דאָס בריוועלע צו טשע­מערינסקין — איז ער נעלם געוואָרן. ניט בערגעלסאָן און ניט איך האָבן ווידער אַ מאָל געזען רעזניקן אין בערלין.

אָבער אין אַ וואָך אַרום, ווען איך האָב געהאַט באַקומען דעם מאָסקווער "עמעס", האָב איך דערזען אויף דער ערשטער זײַט דוד בערגעלסאָנס בריוו צום "חבֿר טשעמערינסקין" מיט ליטוואַקאָווס אַ בייזן אַנטי-בערגעלסאָן-אַרטיקל.

(ליטוואַקאָוו, ווי אײַך איז געוויס באַ­קאַנט, איז געווען בטבֿע אַ נוקם-ונוטר.)

אין אַ פּאָר וואָכן אַרום נאָך דעם, ווי ס׳איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין "עמעס" בערגעלסאָנס בריוו — האָט ער באַקומען פֿון אַב. קאַהאַנען אַ טעלעגראַמע, אַז ער זאָל "סטאָפּן" צו שיקן זײַנע דערציילונגען פֿאַרן "פֿאָרווערטס".

פֿון דענסטמאָל אָן האָט זיך אָנגעהויבן בערגעלסאָנס ירידה.

ער האָט געמוזט ווערן אַ מיטאַרבעטער פֿון דער "פֿרײַהייט" אין ניו-יאָרק און פֿון די ייִדיש-סאָוועטישע אויסגאַבעס אין קיִעוו, וווּ בערגעלסאָנס אַקציעס זײַנען נאָך געשטאַנען גאַנץ הויך.

צו בערגעלסאָנס איבעראָריענטאַציע אויף סאָוועט-רוסלאַנד האָט אַ סך בײַגע­טראָגן אויך די קאַלטע באַציִונג פֿון כּמעט אַלע ייִדישע שרײַבער צו דעם זשור­נאַל "אין שפּאַן".

דער דאָזיקער זשורנאַל האָט לכתּחילה געזאָלט ווערן דער נייט­ראַלער הויפּט-אָר­גאַן פֿון און פֿאַר די אַלע דרײַ הויפּט-צענטערס פֿון אונדזער ייִדישלאַנד: ניו-יאָרק, וואַר­שע און מאָסקווע. אין דעם דאָזיקן זין האָב איך, ווי דער סעקרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע, פֿאַנאַנ­דערגעשיקט זעכציק בריוו צו די חשובֿסטע ייִדי­שע שרײַבער פֿון גאָר דער וועלט. די דאָזיקע בריוו זײַנען געווען אונ­טערגעשריבן פֿון דוד בערגעלסאָן און דניאל טשאַרני.

מער ניט צו צוויי קאָ­לעגעס האָט דוד בערגעלסאָן אָנגע­שריבן גאַנץ לאַנגע פּער­זענ­לעכע בריוו מיט דער זיכערקייט, אַז די ביידע קאָלעגעס וועלן ווערן שטענדיקע מיטאַרבעטער פֿון דער צענטראַלער ייִדיש­לאַנד-צײַטשריפֿט אין בערלין.

די צוויי קאָלעגעס זײַנען געווען ש. ני­גער [טשאַרניס עלטערער ברודער] און נחמן מײַזעל [בערגעלסאָנס נאָענטסטער פֿרײַנד].

ניגער האָט געענטפֿערט, אַז ער וויל צו­ערשט זען דעם ערשטן נומער — וועט ער וויסן מיט וועמען ער גייט צום טיש. אָבער נחמן מײַזעל האָט לכתּחילה געענטפֿערט, אַז ער וויל פֿון אַזאַ מין נײַעם זשורנאַל ניט הערן, בפֿרט נאָך ווען וואַרשע פֿאַרמאָגט שוין גענוג צײַטשריפֿטן, וואָס שפּיגלען אָפּ דאָס ייִדישע קולטור-לעבן אין גאָר דער וועלט.

די איינציקע צוויי קאָלעגעס (פֿון די זעכציק), וואָס האָבן באַלד צוגעשיקט מאַטעריאַלן פֿאַר דעם ערשטן נומער "אין שפּאַן", זײַנען געווען אַ. מ. פֿוקס פֿון ווין און דר. אַנין-שאַץ פֿון ריגע.

דער דאָזיקער שטילער בויקאָט מצד כּמעט אַלע ייִדישע שרײַבער האָט שרעקלעך אויפֿגערעגט בערגעלסאָנען. דענסטמאָל האָט ער צוגעצויגן פֿאַר אַ מיט-רעדאַקטאָר דעם זייער פֿעיִקן פּובליציסטישן רעדנער אַלעקסאַנדער כאַשין (אַ לינקער פּועלי-ציוניסט), וועלכער האָט זיך אַרומגעדרייט שלינג-און-שלאַנג אין בערלין מיט אַן אויסקוק אויף מאָסקווע.

האָט אַלעקסאַנדער כאַשין פֿאַרקאַשערט די אַרבל און ער האָט גענומען "אונטערן האַמער" (אַזוי האָט געהייסן אַ ספּעציעל-אײַנגעפֿירטע רובריק) אַ היפּשע צאָל ייִדישע שרײַבער פֿון אַמעריקע און פֿון פּוילן. אויך נחמן מײַזעלן האָט מען מכבד געווען מיט אַ בייזער נאָטיץ אונטערן טיטל "די בלאָנדזשענדיקע גרופּ".

אויסער דעם האָט נאָך אַלעקסאַנדער כאַשין געמאַכט אַ באַמערקונג פֿון דער רעדאַקציע, אַז דניאל טשאַרניס "משפּחה-כּראָניק" ווערט געדרוקט "אין שפּאַן", נאָר "מיט דער כּוונה אונטערצושטרײַכן, אַז די אָפּגעגאַנגענע תּקופֿה קען נאָר אין דער פֿאָרם פֿון מעמואַרן קומען צום וואָרט"...

די דאָזיקע נאָטיץ איז געמאַכט גע­וואָרן אָן מײַן וויסן. אָבער ווי נאָר איך האָב דערזען דעם ערשטן נומער פֿון דער צײַטשריפֿט — האָב איך תּיכּף רעזיגנירט סײַ אַלס מיט-רעדאַקטאָר און סײַ אַלס סע­קרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע.

אויף ווי ווײַט בערגעלסאָנען האָט גע­קרענקט מײַן רעזיגנאַציע האָב איך עס דער­זען ערשט אין שוואַרצוואַלד, בײַ דער גרענעץ פֿון דער שווייץ, וווּ איך פֿלעג פֿאַר­ברענגען יעדן זומער. ער האָט אַרײַנ­גע­שיקט צו מיר כאַשינען אַזש קיין בא­ָדענוויילער (אַרום 20 שעה רײַזע פֿון בערלין), ער זאָל מיך איבערריידן איך זאָל מיט זיי פֿאַרבלײַבן "אין שפּאַן".

כאַשין האָט געהאַט אַ געשליפֿן צינגל. דערצו נאָך — מײַנער אַ לאַנדסמאַן פֿון בע­רעזין (מינסקער גובערניע). אָבער דאָס איינציקע, וואָס כאַשין האָט בײַ מיר געפּועלט, איז געווען דאָס, וואָס איך האָב ניט צוריקגעצויגן פֿון דעם צווייטן נומער די פֿאָרזעצונג פֿון מײַן "משפּחה-כראָניק", וועלכע איז שוין געווען סײַ-ווי אויסגעזעצט אין דעם קלעצקין-פֿאַרלאַג, וואָס האָט די זעלבע "משפּחה-כראָניק" באַלד אַרויסגעגעבן אין אַ באַזונדער בוך.

אַזוי אַרום איז בערגעלסאָן פֿאַרבליבן מיט כאַשינען אַליין. אָבער דער נומער 3 "אין שפּאַן" איז שוין מער ניט דערשינען, ווײַל די פּוילישע צענזור האָט אים גע­שלאָסן און אין סאָוועט-רוסלאַנד האָט מען די ערשטע צוויי נומערן בכלל ניט אַרײַנ­געלאָזט.

דענסטמאָל ערשט האָט זיך בערגעלסאָן דערפֿילט אין בערלין, ווי אַ פּאַסטעך אָן אַ פֿײַפֿער.

דער איינציקער געווינס פֿון בערגעלסאָנס פּראָ-סאָוועטישער אָריענטאַציע, וועלכע איז אויף אים געווען אַרויפֿגעצוווּנגען צוערשט דורך יאַשע רעזניק און שפּעטער — דורך כאַשינען, איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס מע האָט זײַן ליבע [פֿרוי] ציפּעלען אָנגעשטעלט אין דער סאָוועטישער האַנדלס-פֿאַרטרעטונג, וווּ אויך כאַשינס פֿרוי האָט מיטגעאַרבעט.

אַזוי ווי בערגעלסאָן איז נאָך געווען אָפֿיציעל אַ ליטווישער בירגער, האָט ער באַשלאָסן צו באַזוכן סאָוועט-רוסלאַנד. פֿאַר די יאָרן 1927—1932 האָט ער עטלעכע מאָל באַזוכט סאָוועט-רוסלאַנד. ער האָט געוואָלט צוערשט אָנטאַפּן דעם דופֿק — צי ס׳וועט אים לוינען דער אַריבערפֿאָר אויף שטענדיק.

זײַן ערשטער אײַנדרוק פֿון סאָוועט-רוסלאַנד איז געווען אַז פּרץ מאַרקיש טראָגט אַ סויבעלנעם פּעלצל און ער האָט אין באַנק איבער אַ מיליאָן רובל.

ווען איך האָב נאָך זײַן צווייטער רײַזע קיין רוסלאַנד געפֿרעגט בערגעלסאָנען זײַן מיינונג וועגן דער ייִדיש-סאָוועטישער ליטעראַטור — האָט ער מיר תּיכּף אַן ענטפֿער געטאָן: 98 פּראָצענט גראַפֿאָמאַניע און 2 פּראָצענט טאַלאַנטלאָזיקייט...

ווען ניט דער היטלער-אומגליק, וואָלטן מיר אַלע (אימיגראַנטן) מיט בערגעלסאָנען בראָש זיך געעלטערט נאָך עד-היום אין בערלין. אָבער אין 1933 האָט זיך כּמעט די גאַנצע ייִדישיסטישע אינטעליגענץ אָפּגע­טראָגן ווער קיין פּאַריז, ווער קיין ריגע, ווער קיין ארץ-ישׂראל אָדער קיין אַמעריקע.

מער ניט בער­געל­סאָן איז פֿאַר­וואָגלט געוואָרן קיין קאָפּענ­האַגען, ווײַל די סאָ­ווע­טישע האַנדלס-פֿאַר­טרע­טונג אין בערלין האָט טראַנס­פֿערירט צי­פּע­לען (בער­געל­סאָנס פֿרוי) פֿון בער­לין קיין קאָ­פּענ­האַ­גען, וווּ ניט בער­געל­סאָן און ניט זײַן בן-יחידל ליי­וויק האָבן זיך גע­קענט אײַנ­לעבן.

ערשט אין מאַרץ 1934 האָט זיך בער­געלסאָן אַרויפֿגעזעצט אויף אַ סאָווע­טי­שער שיף, וואָס איז געשוווּמען פֿון קאָפּענהאַגען קיין לענינגראַד. דאָס איז געווען בערגעלסאָנס לעצטע ים-רײַזע. די שיף איז פֿאַרבײַגעשוווּמען ריגע, וווּ איך האָב זיך דענסטמאָל געהאַט געפֿונען. האָט אונדזער ביידנס פֿרײַנד, דער דיכטער און דראַמאַטורג יאַשע ראָזענבוים, וואָס איז געווען דענסטמאָל דירעקטאָר פֿון ריגער "האַיאַס", באַקומען אַ טעלעגראַמע פֿון בערגעלסאָנען, מיר זאָלן קומען צו דער שיף. האָבן מיר געקויפֿט אַ פֿלעשל קאָניאַק און אַוועק צו דער שיף געזעגענען זיך מיט בערגעלסאָנען. ער איז געווען דער איינציקער פּאַסאַזשיר אין דער קאַיוטע פֿון 2טן קלאַס און בכלל, דאַכט זיך מיר, דער איינציקער פּאַסאַזשיר פֿון 2טן קלאַס.

ווען מע מאַכט מיט בערגעלסאָנען אַ פּאָר "לחיימס" — ווערט ער זייער סענ­טימענטאַל און באַריידעוודיק.

האָב איך אים געפֿרעגט, פֿאַר וואָס ער איז ניט אַוועק קיין ניו-יאָרק אַנשטאָט מאָסקווע. (אין 1929 איז ער שוין געווען אין ניו-יאָרק.) האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז אַמעריקע האָט אים ניט נייטיק, ווײַל זיי האָבן שוין דאָרטן אַשן און אַפּאַטאָשון.

ווען איך האָב אים אַ פֿרעג געטאָן, צי ער איז שוין געוואָרן גוט-פֿרײַנד מיט ליטוואַקאָוון — האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז ער פֿײַפֿט אויף ליטוואַקאָוון. ער האָט איצט אַזעלכע פֿאַרבינדונגען, וועלכע פֿירן דירעקט צו סטאַלינען.

שמועסנדיק אָט אַזוי — האָט די שיף געגעבן אַ סיגנאַל, אַז זי קלײַבט זיך צו פֿאַרלאָזן דעם ריגער האַפֿן. האָבן ראָזענבוים און איך זיך צעקושט מיט בערגעלסאָנען. אָבער אַלע דרײַ האָבן געשוויגן, אַלע דרײַ האָבן אָנגעהויבן צו וויינען.

איך האָב נאָך קיין מאָל ניט געזען בער­געלסאָנען אַ וויינענדיקן.

ער האָט זיך באַלד באַוויזן אויפֿן דעק מיט צוויי נאָזטיכלעך אין ביידע הענט. מיט איין טיכל האָט ער געווישט זײַנע פֿאַרטרערטע אויגן, און מיטן צווייטן האָט ער צו אונדז געפֿאָכט אַזוי לאַנג ביז די שיף איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן ווײַט-ווײַט אין ים אַרײַן, וווּ ים און הימל פּאָרן זיך צונויף.

"דער טאָג-מאָרגן-זשורנאַל", דעם 5טן אויגוסט 1956