אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

צווישן די טעמעס, וואָס אינטערעסירן מיך איצט אין מײַן פֿאָרש-אַרבעט, פֿאַס­צינירט מיך באַזונדערס די געשיכטע פֿון קאָאָפּעראַטיוון (למשל, קרעדיט-קאָאָפּע­ראַטיוון צי לײַ-און-שפּאָר-קאַסעס), וואָס ייִדן האָבן געשאַפֿן אין אַ סך ערטער פֿון דער רוסישער אימפּעריע, אין סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערטער. דאָס איז געווען איינע פֿון די פֿאָרמען פֿון אַ מין אַלטערנאַטיווער ייִדישער עקאָנאָמיע, אין וועלכער ייִדיש האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע — דערפֿאַר האָט עס מיך טאַקע פֿאַראינטערעסירט.

אַזאַ "ייִדישע עקאָנאָמיע" האָט מען געשאַפֿן, ווײַל די באַדינגונגען פֿאַר ייִדן זײַנען געווען אַנדערע. וועגן דעם וועל איך שרײַבן באַזונדער. איצט בין איך אויסן צו באַטאָנען אַן אַנדער ענין, דהײַנו: דעם פֿאַקט אַליין פֿון ייִדישער אַקטיוו­קייט אין אַנטוויקלען כּלערליי פֿאָרמען פֿון עקאָנאָמישן לעבן. נאָך מער: די קאָאָ­פּעראַטיוון האָבן געפֿירט אויך אַנדערע מינים טעטיקייט, וועלכע זײַנען געווען ווייניק פֿאַרבונדן מיט דער עקאָנאָמיע גופֿא. מע האָט געשאַפֿן, למשל, ביבליאָטעקן, געשטיצן לערן-אַנשטאַלטן וכ׳.

אין די ערטער, וווּ די סאָוועטישע מאַכט האָט ניט איבערגעהאַקט אָט די טראַ­דיציע, האָבן ייִדן געהאַט אַ רײַכע אינ­סטיטוציאָנעלע סטרוקטור פֿון געזעל­שאַפֿטלעכן לעבן. ווען מע לייענט וועגן ווילנע אין די 1920ער און 1930ער יאָרן, זעט מען דאָרטן צענדליקער ייִדישע אָרגאַ­ניזאַציעס, וועלכע זײַנען געווען טעטיק אין פֿאַרשיידענע געביטן. אַפֿילו אין די סאָוועטישע צײַטן האָבן די ווילנער ייִדן זיך ניט באַרויִקט און געשאַפֿן אַמאַטאָרישע טרופּעס, אַ ייִדישן אָפּטייל אין ביבליאָטעק, אײַנגעשטעלט קאָנטאַקטן מיט פֿרײַנד אין פּוילן און אַנדערע לענדער.

אין די סאָוועטישע צײַטן פֿלעגט מען זאָגן, אַז יעדע איניציאַטיוו ווערט באַ­שטראָפֿט. געמיינט האָט מען דערמיט אַז די מלוכה האָט פֿײַנד געהאַט, ווען אַן איני­ציאַטיוו איז געקומען ניט פֿון אויבן, נאָר פֿון דער באַפֿעלקערונג. די אַזוי גערופֿענע "געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס" — ווי אַ שטייגער פֿון פֿילאַטעליסטן צי ביכער-ליב­האָבער — זײַנען אויך געווען גאָר ניט אומאָפּהענגיק. זיי האָבן מיט זיך פֿאָר­גע­שטעלט אַ טייל פֿון דער זעלבער מלוכה, מיט דער זעלבער קאָמוניסטישער אָנפֿי­רער­שאַפֿט, אונטער דעם זעלבן אויג פֿון דעם אומע­טומיקן "קאַ-גע-בע" (אָדער "קיי-דזשי-בי", ווי מע זאָגט עס אויף ענגליש).

און דאָך האָבן ייִדן געשאַפֿן אין אָט דער טאָטאַליטאַרער סבֿיבֿה אומאָפּהענגיקע (אויף וויפֿל זיי האָבן געקענט זײַן אומאָפּ­הענגיק) אָרגאַניזאַציאָנעלע סטרוקטורן. אַמאַ­טאָרישע טעאַטראַלע גרופּעס האָבן זיך באַוויזן ניט נאָר אין ווילנע, נאָר אויך אין אַזעלכע שטעט ווי קעשענעוו און לענינגראַד. אַן אומאָפּהענגיקע טעטיקייט האָבן געפֿירט די געזעלשאַפֿטלעכע פֿאַר­שפּרייטער פֿון דעם זשורנאַל "סאָווע­טיש היימלאַנד". אַ באַזונדערע נעץ פֿון קאָנטאַקטן האָט זיך געשאַפֿן צווישן אַק­טיווע סאָוועטישע ייִדן און די רעדאַקציעס פֿון ייִדישע צײַטונגען אין וואַרשע, פּאַריז און בוקאַרעשט.

מע פֿאַרגעסט זייער אָפֿט וועגן דער גאָר אייגנאַרטיקער אַרבעט פֿון די לײַט, וועלכע האָבן ממש דורכגעבראָכן ביוראָקראַטישע ווענט און — ניט מיט גוטן, איז מיט בייזן — פֿלעגן סוף-כּל-סוף אויספּועלן דער­לויבע­נישן אויף אויפֿצושטעלן מעמאָריאַלן לזכּרון די קרבנות פֿונעם חורבן. אַ חוץ די דער­לויבענישן, האָט מען געמוזט צונויפֿ­קלײַבן געלט, געפֿינען מענטשן וואָס זאָלן אויספֿילן דעם טעכנישן טייל פֿון דעם פּראָיעקט און זיך באַשעפֿטיקן מיט כּלערליי "קלייניקייטן" פֿון דעם ענין. און דערנאָך — אָרגאַניזירן יערלעכע צונויפֿקומענישן פֿון לאַנדסלײַט, וועלכע זײַנען געווען צעוואָרפֿן איבערן לאַנד. נאָר די וואָס ווייסן די סאָוועטישע באַדינגונגען קענען ווי עס דאַרף צו זײַן אָפּשאַצן אָט די ממש העלדישע אַרבעט.

איך רעד שוין ניט וועגן די סעמינאַרן און גרופּעס, וואָס האָבן זיך באַוויזן צווישן די רעפֿיוזניקעס. ווי איר פֿאַרשטייט, האָט עס פֿאַר זיי די מלוכה ניט געשאַפֿן. אָבער מענטשן האָבן אײַנגעשטעלט קאָנטאַקטן צווישן זיך און אָפֿט מאָל אויך מיט אויס­לאַנד. מע האָט געפֿירט שפּראַך-קלאַסן, ווי אויך אַנדערע מינים אינטעלעקטועלע אַקטיוויטעטן.

דער אונטערשייד צווישן ייִדן און רוסן האָט זיך געפֿילט אַפֿילו אין דער באַציִונג צו קאָאָפּעראַטיווע דירות. ס׳רובֿ דירות האָט דאָך צעטיילט די מלוכה אומזיסט, אָבער ס׳איז געווען אויך אַ מעגלעכקייט אויס­צופּועלן אַ דערלויבעניש אויף צו קויפֿן אַ קאָאָפּעראַטיווע דירה. ס׳איז געווען באַ­וווּסט, אַז די קאָאָפּעראַטיווע בנינים זײַנען געווען פֿול מיט ייִדן (און די קאַווקאַזער, וועלכע זײַנען אויך קיין פֿאַרשלאָפֿענע ניט געווען), בעת אַ דורכשניטלעכער רוס האָט געהאַלטן פֿאַר גלײַכער צו וואַרטן יאָרנלאַנג, ווען עס וועט קומען זײַן ריי צו באַקומען אַ מלוכישע דירה.

פֿאָרמען פֿון ציווילער געזעלשאַפֿט זײַנען געווען בדרך-כּלל פֿרעמד דער רו­סי­שער באַפֿעלקערונג אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַפֿילו צווישן די אוקראַיִנער איז עס געווען מער אַנטוויקלט. די רוסן זײַנען אָבער צו­געוווינט געוואָרן, אַז די מלוכה, דער צאַר מוז פֿאַר זיי טאָן אַלצדינג. פֿון מאָל צו מאָל — אַזוי איז געווען אין דער רוסישער געשיכטע — הייבט זיך אָן אַ מרידה. אָבער געוויינטלעך — וואַרט מען. און מע האָפֿט, אַז עס וועט קומען אַ גוטער פֿירער.

דורך אָט דער פּריזמע קוק איך אויף די געשעענישן אין רוסלאַנד. ס׳איז דאָך אַן אַלטע צינישע חכמה: יעדעס פֿאָלק פֿאַרדינט צו האָבן די מלוכישע סיסטעם, וועלכע עס האָט זיך געשאַפֿן אין לאַנד.