פּובליציסטיק

מיר זײַנען שקלאַפֿן פֿון אײַנגערעדטע זאַכן. למשל, מײַן שוויגער איז זיכער, אַז מע טאָר ניט זינגען אין דער פֿרי, און די דאָזיקע מאַנקאָליע האָט זי איבערגעגעבן מײַן ווײַב. איז שוין אַריבער דרײַ יאָרצענדליק ווי איך זינג ניט אויף אַ ניכטערן מאָגן. אָבער וווּ שטייט עס געשריבן, אַז מע טאָר עס ניט טאָן? די פֿאַראייניקטע נאַציעס מאַכן זיך ניט וויסנדיק פֿון אָט דער פּראָבלעם, און די דאָקטוירים שווײַגן אויך.

צווישן די אײַנגערעדטע זאַכן, אין וועלכע מע גלייבט באַזונדערס אָפֿט, איז די מעשׂה, אַז ס׳איז געזונט צו טרינקען אַ סך וואַסער. מע האַלט, אַז דער אָרגאַניזם ווערט דעהידרירט, טאָמער מע גיסט אין אים ניט אַרײַן אין משך פֿון אַ טאָג לכל-הפּחות אַכט גלעזער וואַסער. נאָך מער: אין די דאָזיקע אַכט גלעזער טאָר מען ניט אַרײַנרעכענען טיי, קאַווע אָדער די פֿליסיקייט וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ טייל פֿון יעדער אונדזער אַכילה.

האָט די לאָנדאָנער צײַטונג "טײַמס" גע­נומען זוכן, פֿון וואַנען עס וואַקסן די פֿיס בײַ אָט דער טעאָריע, וואָס איז געוואָרן ממש אַ רעליגיע פֿאַר אַזוי פֿיל מענטשן. וואַסער-גלויביקע רינגלען דאָך אונדז אַרום פֿון אַלע זײַטן, מע זעט זיי גלײַך, מחמת זיי לאָזן ניט אַרויס פֿון זייער מויל אַ פֿלעשל. זיי זײַנען ווי קינדער, וואָס קענען זיך ניט באַגיין אָן אַ סמאָטשיק.

די "טײַמס"-לײַט האָבן געפֿונען סוף-כּל-סוף, אַז עפּעס אַן אַמעריקאַנער געלערנטער האָט אַזש אין יאָר 1945 דערמאָנט אָט די אַכט גלעזער. אָבער ער האָט עס געמיינט ווי אַ "רעקאָמענדירטן סכום" וואַסער פֿאַר אַ דער­וואַקסענעם בשׂר-ודם. דער זעלבער גע­לער­נטער האָט צוגעגעבן, אַז ס׳רובֿ פֿון דעם נייטיקן סכום וואַסער געפֿינט זיך ממילא אין דעם וואָס מיר עסן. כאַראַקטעריסטיש, אַז די קאָמפּאַניעס, וואָס פֿאַרקויפֿן פֿלעשער וואַ­סער, ציטירן גאַנץ אָפֿט דעם ערשטן טייל פֿון דער לעגענדאַרער וויסנשאַפֿטלעכער רע­קאָ­מענ­דאַ­ציע און — איבער אַ קלאָרער סיבה — פֿאַרגעסן בדרך-כּלל וועגן דעם צווייטן טייל.

וואָס זשע זאָגן די וויסנשאַפֿט הײַנט-צו-טאָג? די געלערנטע האַלטן, אַז אונדזער אָרגאַניזם קען געוויינטלעך זיך באַגיין אָן שום צוגאָב-וואַסער, בפֿרט אויב מיר שלעפּן ניט קיין שווערע זעק אין אַ שׂרפֿהדיקער היץ, נאָר זיצן אַ גאַנצן טאָג בײַם טיש אין אַ לופֿט-געקילטן צימער. מיר טרינקען דאָך גענוג זאַפֿט, מילך, טיי, קאַווע און כּלערליי מינים קאָלאַ. די זעלבע געלערנטע סטראַשען אונדז, אַז עס קען זײַן געפֿערלעך צו זשליאָקען צו פֿיל וואַסער, ווײַל עס קען אַרויסרופֿן גאָר ניט קיין גוטע קאָנסעקווענצן, דהײַנו: וואַסער-אינטאָקסיקאַציע, היפּאָנאַטראַעמיע (ווען זאַלץ ווערט אַרויסגעוואַשן פֿון אָר­גאַניזם) און — חס-וחלילה — אַפֿילו טויט.

אמת, אַז מע איז אויף דיעטע (און ווער איז הײַנט ניט משוגע מיט עפּעס אַ דיעטע!), העלפֿט וואַסער אײַנצושטילן דעם הונגער. ווען אײַער אויסגעהונגערטער מוח הייבט אָן אויסאַרבעטן קאָלירטע בילדער פֿון גע­פֿילטע פֿיש מיט כריין, פֿון לאַטקעס מיט סמעטענע צי פֿון קרעפּלעך מיט גריווענעס, קען מען צו מאָל די דאָזיקע פֿאַרפֿירערישע מיראַזשן פֿאַרלעשן מיט עטלעכע שלוקן דורכזיכטיקער פֿליסיקייט — אָפּנאַרן אויף אַ ווײַלע דעם מאָגן.

הקיצור, מיט דעם ענין איז, דאַכט זיך, אַלץ קלאָר. עס ווילט זיך מיר ניט מער צושטויסן וואַסער אין אַ שטייסל. לאָמיר בעסער אַריבערגיין צו משקה.

מע דאַרף ניט זײַן קיין גרויסער חכם צו פֿאַרשטיין, אַז צו פֿיל משקה מאַכט ניט מענטשן געזינטער. גיט אַ קוק אויף רוסלאַנד, וווּ דאָס איז געוואָרן אַ נאַציאָנאַלע טראַגעדיע. אָבער אַ ביסל משקה שטערט ניט. און אַז מע לייענט זיך אײַן אין דעם, וואָס עס זאָגט די וויסנשאַפֿט, באַקומט זיך, אַז משקה גיט צו געזונט. בפֿרט, אויב די רייד גייט וועגן דעם עולם, וואָס איז עלטער פֿון 65. אַ נײַע פֿאָרשונג, די רעזולטאַטן פֿון וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין אַקאַדעמישע זשורנאַלן (למשל, Journal of American Geriatrics Society), וואַרפֿט אָפּ די פֿריִערדיקע רעקאָמענדאַציעס מכּוח ניט מער ווי איין לחיים אַ טאָג פֿאַר די מענטשן פֿון אָט דער עלטער-קאַטעגאָריע.

ווי תּמיד אין אַזעלכע פֿאָרשונגען, האָט מען זיך באַזירט אויף סטאַטיסטיק. מע האָט אויסגעפֿאָרשט דעם געזונט-צושטאַנד און די שטאַרביקייט פֿון 13,000 נפֿשות אין ענגלאַנד און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין עלטער פֿון 65 און מער יאָר. דער אויספֿיר איז אַזאַ: די פֿרויען און מאַנצבילען, וואָס זאָגן זיך ניט אָפּ פֿון מאַכן אַ לחיים מער ווי איין מאָל אַ טאָג, פֿילן זיך ניט ערגער און צו מאָל אַפֿילו בעסער, איידער די לײַט וואָס ציטערן פֿאַרן ביטערן טראָפּן. די ערגסטע רעזולטאַטן האָבן געוויזן צוויי עקסטרעמע קאַטעגאָריעס מענטשן: די וואָס טרינקען צו פֿיל און די וואָס באַנעצן אין גאַנצן ניט זייערע ליפּן.

די רעזולטאַטן האָבן געוויזן, אַז טרינ­קענ­דיקע ענגלענדער לעבן לענגער און אין בעסערן געזונט-צושטאַנד איידער טרינ­קענ­דיקע אַמעריקאַנער. קיין וויסנ­שאַפֿטלעך-באַ­גרינדעטע דערקלערונג פֿאַר אָט דעם פֿענאָמען האָט מען דערווײַל ניט. (מײַן אייגענע אָבסערוואַציע פֿון אַ מענטשן מיט אַ גאַנץ לאַנגער דערפֿאַרונג אין ביידע סבֿיבֿות: אַן ענגלענדער איז בטבֿע אַ רויִקערע באַ­שעפֿעניש איידער אַן אַמעריקאַנער. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז אַן ענגלענדער אין אַזאַ עלטער האָט אַן אַבסאָלוט אומזיסטע מעדיצינישע הילף, וואָס נעמט אַרײַן אויך לחלוטין אומזיסטע רפֿואות.)

אַזוי צי אַזוי, אָבער קיין אַחריות וויל איך ניט טראָגן. ווילט איר טרינקען וואַסער — געזונטערהייט! איך אַליין געהער צו דעם עולם, וואָס גלייבט אין די גאָר אַלטע המצאות: דעם אמת זוכט מען אין ווײַן. אַגבֿ, ס׳איז פֿריילעכער אויך.