פּובליציסטיק, געשיכטע

בײַ מיר אין קעשענע, אָדער פּינקטלעכער, אין דעם זכּרון פֿון מײַן קאָמפּיוטער, ליגט שוין אַ בילעט אויף אַן עראָפּלאַן, וואָס פֿליט פֿון לאָנדאָן קיין קיִעוו. דעם 22סטן און 23סטן יאַנואַר וועט דאָרטן דורכגיין אַ קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער "קולטור-ליגע". איך האָף, אַז די קאָנפֿערענץ וועט טאַקע מקוים ווערן, ווײַל מע אָרגאַניזירט זי זייער אידאָסינקראַטיש. ס׳איז ווי אַ מין מיראַזש — אָט באַווײַזט זיך עס, און אָט ווערט עס שוין אין גאַנצן פֿאַרפֿאַלן. דאָך, האָב איך באַשלאָסן צו פֿאָרן.

ערשטנס, וועט עס פֿאַר מיר זײַן אַ תּירוץ צו זען די שיינע שטאָט, וווּ איך בין ניט געווען שוין מער פֿון צוואַנציק יאָר. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז איך — אַ גע­בוירענער און אויסגעבילדעטער אין אוקראַיִנע (אָבער ניט קיִעוו) — וועל צום ערשטן מאָל זײַן אין דער אומאָפּהענגיקער מדינה, וואָס הייסט אוקראַיִנע.

צווייטנס, געהערט דער ענין "קולטור-ליגע" צו די טעמעס, מיט וועלכע איך באַשעפֿטיק זיך. מיט אַ צײַט צוריק האָט מען מיך פֿאַרבעטן צו שרײַבן אַ קאַפּיטל אין אַ בוך (עס וועט, אם-ירצה-השם, אַרויסגיין הײַיאָר אָדער אינעם קומענדיקן יאָר) וועגן קיִעוו, ווי אַ צענטער פֿון מאָדערנער קולטור אין די 1920ער יאָרן. מײַן קאַפּיטל איז, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דער ייִדישער פּרשה אין דער מעשׂה. באַזונדערס, האָט מיך פֿאַראינטערעסירט די פֿאַרבינדונג צווישן די טוער, וואָס האָבן זיך באַשעפֿטיקט מיט ייִדישער און אוקראַיִנישער קולטורן.

בײַם פֿאָרשן די קוואַלן האָב איך זיך נאָך אַ מאָל איבערצײַגט, אַז דער וויכטיקער קיִעווער "מאָמענט" אין אונדזער קולטור האָט צוגעצויגן רעלאַטיוו ווייניק אַקאַדעמישע כּוחות. איך רעד שוין ניט וועגן דעם, אַז כּמעט גאָרנישט האָט מען ניט אָנגעשריבן וועגן די באַמיִונגען, צומאָל גאַנץ הצלחותדיקע, צו מאָדעלירן די קיִעווער דערפֿאַרונג אין פֿאַרשיידענע עקן פֿון דער וועלט, אין אַזעלכע שטעט ווי קאָוונע, וואַרשע, פּאַריז, בערלין, אַמסטערדאַם, כאַרבין, יאָהאַנעסבורג און דעטרויט.

די "קולטור-ליגע" האָט זיך באַוויזן מיט 90 יאָר צוריק, אין יאַנואַר 1918, דערפֿאַר איז עס באַרעכטיקט צו מאַכן די קאָנפֿערענץ אין דער דאָזיקער צײַט (תּחילת האָט מען זי פֿאַרפּלאַנירט אויף פֿעברואַר). אָט ווי עס האָט זיך יענע צײַט פֿאַרגעדענקט דעם ייִדישן פּעדאַגאָג און גאַנץ עקסצענטרישן דענקער אַברהם גאָלאָמב — ער האָט עס באַשריבן אין זײַן בוך "אַ האַלבער יאָרהונדערט ייִדישע דערציִונג", וואָס איז אַרויס אין ריאָ דע זשאַנייראָ אין יאָר 1957:

איך דערמאָן זיך: אין אַ רעגנדיקן טאָג אין דער צײַט פֿון אַ שיסערײַ אין גאַס, בין איך אַן אײַנגעבויגענער געלאָפֿן אַראָפּ קוזנעטשנע גאַס צו דער ייִדישער סטודענטן-קיך עסן. אַנטקעגן פֿון אונטן איז אָנגעגאַנגען זעליג מלמד (געשטאָרבן אַן איינזאַמער אין ניו-יאָרק) און ער שרײַט צו מיר פֿון ווײַטן "איך האָב, איך האָב!". ער האָט געטראָגן אין קעשענע דעם סטאַטוט פֿון דער "קולטור-ליגע". זי איז זיך צעוואַקסן מאָדנע גיך מיט אַ סך אָפּטיילונגען כּמעט אין אַלע שטעט פֿון אוקראַיִנע, אַן אמתע לעגענדע. זי האָט אָרגאַניזירט שולן, לערער-קורסן, אַ פֿאַרלאַג מיט אַ דרוקערײַ, אַ גרויסן ביכער-לאַגער, אַ כאָר אונטער דער אָנפֿירונג פֿון דעם באַרימטן חזן דזשימיראָווסקי (געשטאָרבן אין ניו-יאָרק) און משה בערעזאָווסקי — אַ יונגער פֿעיִקער מוזיקער. ניט ווייניקער ענערגיש האָט געאַרבעט די פּראָווינץ.

וועגן זעליג מלמד (1886—1946) און זײַן ראָלע האָט מען טאַקע גוט פֿאַרגעסן, כאָטש ער האָט וועגן זיך דערמאָנט אין דעם אַרטיקל "בערגעלסאָן דער געזעלשאַפֿטלער", וואָס איז אַרויס אין דער וואַרשעווער וואָכנשריפֿט "ליטעראַרישע בלעטער" דעם 13טן סעפּ­טעמבער 1928. דאָרטן שרײַבט ער, אַז מיט דער אידעע פֿון שאַפֿן אַזאַ אָרגאַניזאַציע איז ער קודם-כּל געקומען צום שרײַבער דוד בערגעלסאָן. יענער האָט אים אונטערגעהאַלטן און געהאָלפֿן צו באַקומען אַ שטיצע מצד די צענטראַלע פֿיגורן אין דער קיִעווער סבֿיבֿה פֿון ייִדישע טוער. און אין קיִעוו האָט זיך דעמאָלט צונויפֿגעקליבן אַ היפּשער טייל פֿון דער סמעטענע פֿון ייִדישער קולטור.

עס האָט זיי געצויגן אַהין, ווײַל אוקראַיִנע האָט זיך (ניט אויף לאַנג) אָפּגעשפּאָלטן פֿון רוסלאַנד, און די אוקראַיִנישע רעגירונג האָט פּראָקלאַמירט פֿאַר די ייִדן אויטאָנאָמיע און האָט אַפֿילו געשאַפֿן אַ מיניסטעריום פֿאַר ייִדישע ענינים. די אייבערהאַנט איבער דער דאָזיקער אויטאָנאָמיע האָבן געקראָגן דווקא די ייִדישיסטישע גרופּירונג, אַזעלכע ווי די "פֿאָלקיסטן" און "טעריטאָריאַליסטן". הגם די "קולטור-ליגע" איז געווען (לכל-הפּחות פֿאָרמעל) אומאָפּהענגיק פֿונעם מיניסטעריום, האָט אין איר זיך באַטייליקט מער-ווייניקער דער זעלבער עולם. אָבער דער מיניסטעריום איז געווען אַ פּאָליטישע אינסטיטוציע, בעת די "קולטור-ליגע" האָט געטאָן אַלץ, כּדי זיך האַלטן וואָס ווײַטער פֿון די צווישן-פּאַרטיייִשע מחלוקתן.

דער "קולטור-ליגע" האָט זיך בעסער פֿון אַלע אַנדערע אָרגאַניזאַציעס אַײַנגעגעבן צו רעאַליזירן די אידעען פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, דהײַנו: צו בויען די ייִדישע קולטור ווי אַ יסוד פֿון דער מאָדערנער ייִדישער נאַציע. אין דער אַטמאָספֿער פֿון דער קיִעווער "קולטור-ליגע" האָבן זיך אָנגעהויבן, צי זיך ווײַטער אַנטוויקלט, די ליטעראַרישע קאַריערעס פֿון דוד בערגעלסאָן, דער ניסתּר, פּרץ מאַרקיש, לייב קוויטקאָ, דוד האָפֿשטיין, נחמן מײַזיל, דוד קאַץ, משה ליטוואַקאָוו, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, י. י. זינגער און אַ צאָל אַנדערע גוטע און מיטלמעסיקע מײַסטערס פֿון ייִדישן וואָרט.

דער פֿאַקט אַליין פֿון געאָגראַפֿישער צעשפּרייטונג פֿון "קולטור-ליגעס" ווײַזט, אַז אין אַ סך ערטער האָט מען געחלומט וועגן אַזאַ צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור-אַנטוויקלונג. אמת, פֿון דער "אַ-פּאָליטישקייט", דעם גרונט-פּרינציפּ פֿון דער קיִעווער ליגע, איז אין קורצן קיין סימן ניט פֿאַרבליבן. למשל, אין פּאַריז, וווּהין דער זעלבער זעליג מלמד האָט "אימפּאָרטירט" די אידעע אין יאָר 1922, איז די היגע ליגע אין 1925 אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די קאָמוניסטן. איינפּאַרטיייִש (קאָמוניסטיש צי בונדיסטיש) זײַנען די ליגעס געוואָרן אויך אין ס׳רובֿ אַנדערע ערטער.

אַ מין פֿאַראייניקטע "קולטור-ליגע" וואָלט אויך איצט ניט געשאַט צו האָבן. אָבער דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ פּוסטער חלום. ווײַזט מיר — אויף טשיקאַוועס — אַ יחיד צי אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס וועט זיך אָפּזאָגן פֿון מאַכן שבת פֿאַר זיך אַליין.