פּובליציסטיק, רעליגיע

נאָך איינער פֿון מײַנע פֿריִערדיקע נסיעות קיין רוסלאַנד, מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, האָב איך באַקענט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" מיטן כּמו־פֿעמיניסטישן פֿרו­מען זשורנאַל אויף רוסיש, "די וועלט פֿון דער ייִדישער פֿרוי", וואָס ווערט אַרויס­געגעבן דורך אַ גרופּע ליובאַוויטשער פֿרויען, על־פּי־רובֿ רביצינס, אין לוגאַנסק, אוק­ראַיִנע. דאָס מאָל, בעת מײַן אַנומלטיקן באַזוך, מיט אַ חודש צוריק, האָבן מיך מײַנע פֿרומע פּע­טער­בורגער חבֿרים באַקענט מיט אַ נײַעם חודש־זשורנאַל: "Черным по белому" ("שוואַרץ אויף ווײַס"), געשאַפֿן דורך די פֿרומע ייִדן און פֿאַר אַ פֿרומען עולם; דער זשורנאַל גייט אַרויס אין ישׂראל, און איז טאַקע אַ שוואַרץ-ווײַסער, אָבער אַ פּרעכטיקער.

ס׳רובֿ "פּראָ־פֿרומע" ייִדישע אויסגאַבעס אויף רוסיש, אָפֿט פֿאַרבונדן מיט די ליו­באַוויטשער חסידים, זענען געצילט אויף אַ ברייטער וועלטלעכער אוידיטאָריע, און פֿאַרעפֿנטלעכן כּסדר סײַ וועלטלעכע, סײַ פֿרומע מאַטעריאַלן, אָנגעשריבן אויפֿן נאָר­מאַלן ליטעראַרישן רוסיש, אין אַ מער־ווייניקן אַלגעמיינעם, נישט "צו פֿרומען", סטיל. אין פֿאַרגלײַך מיט די דאָזיקע "הויפּטשטראָמיקע" אויסגאַבעס, באַנוצן זיך אַ טייל אַרטיקלען אין "שוואַרץ אויף ווײַס" מיטן ספּעציפֿישן רוסיש־העברעיִשן זשאַרגאָן, ענלעך אויפֿן ענגלישן דיאַלעקט פֿון די אַמעריקאַנער פֿרומע קרײַזן, וואָס מע רופֿט "ישיבֿיש" אָדער "ייִנגליש".

אין די לעצטע 20-25 יאָר האָט זיך אין די רוסיש־רעדנדיקע ישיבֿות אַרום דער וועלט געשאַפֿן אַ ספּעציפֿישער מין רוסיש, אָנגעפֿילט מיט העברעיִשע ווערטער און קאַלקעס, וואָס אַ זײַטיקער מענטש איז אָפֿט אינגאַנצן נישט בכּוח צו פֿאַרשטיין. צום באַדויערן, שפּילן די ייִדישע ווערטער און די אַשכּנזישע הבֿרה אינעם דאָזיקן דיאַלעקט אַ סך קלענערע ראָלע, ווי אינעם אַמעריקאַנער "ייִנגליש". די סתּירותדיקע געשיכטע פֿון דער רעליגיעזער און קולטורעלער אויפֿלעבונג אינעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, נאָך דער "פּערעסטרויקע", איז געווען אָפֿט פֿאַר­בונדן מיט די ציוניסטישע טוער און אָרגאַניזאַציעס, דערפֿאַר באַנוצן זיך אַ סך רוסיש־רעדנדיקע בעל־תּשובֿות מיטן ישׂראלדיקן נוסח פֿון העברעיִש; אָפֿטמאָל קאָנען אַפֿילו די פֿרומע ייִדן פֿונעם אַלטן דור נישט פֿאַרשטיין דעם "סלענג" פֿון דער פֿרומער יוגנט.

דער זשורנאַל "שוואַרץ אויף ווײַס" איז געגרינדעט געוואָרן אין אויגוסט 2005, דורך אַ גרופּע לערער און טוער פֿון דער רוסיש־רעדנדיקער "ליטווישער" סבֿיבֿה, פֿאַרבונדן מיט דער ירושלימער ישיבֿה "שבֿות־עמי", דעם רוסישן אָפּטייל פֿונעם מיידל־סעמינאַר "נוה־ירושלים", און אַ צאָל אַנדערע בילדונג־אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד און ישׂראל, וואָס פֿאַרנעמען אַ ברייטן אידעאָלאָגישן ספּעקטער, פֿונעם מער טראַדיציאָנעלן צווײַג פֿון די "נאַציאָנאַל-רעליגיעזע" קרײַזן ביז די אַנטי-ציוניסטישע "בריסקער". בערך מיט אַ יאָר צוריק, האָט דער זשורנאַל פֿאַר­אינ­טע­רעסירט אַ ברייטערן עולם קרײַזן, אַרײַנ­גערעכנט די ליובאַוויטשער חסידים און אַ טייל וועלטלעכע ייִדן, און ווערט אַלץ מער פֿאַרשפּרייט.

אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע רוסישע פֿרומע אויסגאַבעס, איז "שוואַרץ אויף ווײַס" אָריענטירט אויף דער "פֿעסטגע­שטעל­טער" חרדישער אוידיטאָריע, דערפֿאַר האָבן די מחברים נישט מורא צו קריטיקירן שאַרף סײַ די וועלטלעכע ייִדן, סײַ פֿאַר­שיידענע פּראָ­בלעמען אין די פֿרומע קהילות. אַ סך אַר­טיקלען אינעם זשורנאַל ווערן איבער­געזעצט פֿון ענגליש און העברעיִש — למשל, פֿונעם באַקאַנטן זשורנאַל "משפּחה", וועלכער איז טאַקע ענלעך אין אַ סך אַספּעקטן צו "שוואַרץ און ווײַס", ווי אויך פֿון דער צײַטונג "יתד נאמן" און אַנדערע פֿרומע אויסגאַבעס.

אַ טייל בעל־תּשובֿות טענהן, אַז אין אַ צאָל פֿאַרשפּרייטע העברעיִשע און ענגלישע רעליגיעזע זשורנאַלן און צײַטונגען, רעדאַק­טירט דורך "אײַנגעבוירענע" פֿרומע ייִדן, ווערן צומאָל פֿאַרעפֿנטלעכט מאַטעריאַלן, וואָס באַליידיקן זיי. למשל, די פֿרומע קהילות אין רוסלאַנד ווערן געשילדערט צומאָל ווי "שוואַכע" און "נעבעכדיקע"; להיפּוך, איז די רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿון "שוואַרץ און ווײַס", וואָס באַשטייט איצט פֿון דרײַ מענער און צוויי פֿרויען, ווי אויך ס׳רובֿ לייע­נער, דווקא בעל־תּשובֿות, דערפֿאַר איז דער זשורנאַל, נישט געקוקט אויפֿן שטאַרק־פֿרומען סטיל, מער אָפֿן צו די וועלטלעכע פֿראַגעס און איז צוגעפּאַסט צום רוסיש־רעדנדיקן אינטעליגענטישן עולם; אויף דער וועבזײַט, שטאָלצירן די רעדאַקטאָרן סײַ מיט זייער ייִדישער, סײַ מיט זייער וועלטלעכער בילדונג.

אַ טייל פֿון די אַרטיקלען ווערן פּוב­לי­קירט אויף דער וועבזײַט פֿונעם זשורנאַל, www.che-be.com, און רופֿן אַרויס דיסקוסיעס צווישן די רוסיש־שפּראַכיקע "בלאָגערס". דער זשורנאַל האָט, למשל, איבערגעזעצט אין איינעם פֿון די ערשטע נומערן אַן אַרטיקל פֿון הרבֿ אַבֿרהם ווײַנפֿעלד (1930-1987), אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פּוסק, וואָס רופֿט אָפּצוטיילן אין ישׂראל די רעליגיע און עטנישן אָפּשטאַם פֿון דער מלוכה. בײַם אָנהייב איז דער אַרטיקל פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אינעם תּורה־זשורנאַל "חכמי־לבֿ", און שפּעטער איבערגעדרוקט געוואָרן אין "משפּחה". דער רוסישער פֿרומער עולם אַסאָציִיִרט אַזאַ געדאַנק, געוויינטלעך, מיט אַנטי־רעליגיעזע קרײַזן, דערפֿאַר האָט דער אַרטיקל אַרויסגערופֿן אַ ריי הייסע דעבאַטן, וועלכע גייען נאָך אַלץ אָן אויף דער אינטערנעץ.

אַ גרויסער טייל פֿון די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן אין ישׂראל — סײַ פֿרומע, סײַ וועלטלעכע — זענען זייער רעכט־געשטימט, און רופֿן אײַנצושטעלן אינעם לאַנד אַן אײַזן-שטרענגע מאַכט אָדער גאָר אַ טעאָקראַטישע "רעגירונג פֿון הלכה". לויט הרבֿ ווײַנפֿעלד, אָבער, קאָן מען נישט פֿאַרשטאַרקן די רעליגיע דורך צוואַנג; אַדרבה, ברענגען די מאַכט־שפּי­לערײַען פֿון די רעליגיעזע פּאַרטייען בלויז צו חילול־השם, שׂינאה, קאָרופּציע און נאָך טיפֿערע גײַסטיקע פּראָבלעמען; דער מחבר האָט געהאַלטן, אַז די אידעע אָפּצושאַפֿן דעם נאַציאָנאַליסטישן כאַראַקטער פֿון מדינת־ישׂראל און צו פֿאַרוואַנדלען זי אין אַן אומ­נאַציאָנאַלע "מלוכה פֿון אַלע בירגער", איז דווקא אַ סך געזונטער, ווי דער הײַנטיקער סתּירותדיקער מצבֿ אינעם לאַנד.

דער זשורנאַל באַגרענעצט זיך נישט מיט אינערלעכע רוס­לענ­דישע און ישׂראלדיקע פֿראַגעס, און דערציילט וועגן פֿאַר­שיידענע פֿרומע קהילות אַרום דער וועלט. צום בײַשפּיל, זענען אינעם לעצטן יאַנואַר־נומער פֿאַר­עפֿנטלעכט געוואָרן צוויי אַרטיקלען וועגן דעם לעבן פֿון די סאַטמאַרער חסידים אין וויליאַמסבורג, און וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן ברוקלינער קוואַרטאַל.

די הלכה־פֿראַגעס, וואָס ווערן באַטראַכט אינעם זשורנאַל, ווײַזן אָן אויף זײַן שטאַרק־פֿרומער אָריענטאַציע. הרבֿ משה פּאַנטעליאַט, אַ באַקאַנטער רוסיש־רעדנדיקער תּורה-לעק­טאָר, האָט דערציילט וועגן דעם הלכהדיקן סטאַטוס פֿון חזנות־ניגונים, באַגרינדעט אויף ניט־ייִדישע מעלאָדיעס, ווי אויך וועגן זײַן פּערזענלעכער באַציִונגען צו דער וועלטלעכער מוזיק. הרבֿ פּאַנטעליאַט האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָט נישט ליב דעם "ראָק", אַרײַנגערעכנט "ביטלס" און "פּינק פֿלויד", און באַטראַכט אים ווי אַ "קוואַל פֿון אוממאָראַלישקייט"; צו די מוזיק־ווערק פֿון הרבֿ שלמה קאַרליבאַך, וועלכע זענען געווען צווישן די סיבות, וואָס האָבן אַמאָל צוגעצויגן דעם מחבר צו פֿרומקייט, באַציט ער זיך דווקא מיט סימפּאַטיע — הגם אין אַ טייל פֿרומע קרײַזן האָבן קאַרליבאַכס ניגונים אויך נישט קיין גוטע רעפּוטאַציע.

פֿאַר אַ סך רוסיש־רעדנדיקע פֿרומע ייִדן, אַרײַנגערעכנט די ליובאַוויטשער און בראַס­לעווער חסידים, וועלכע האָבן ליב פֿאַר­שיידענע מינים מוזיק, פֿון די אירלענדישע פֿאָלקס־לידער ביזן סאַמע "ווילדן" מעטאַל-ראָק, קלינגט אַזאַ מיינונג שטאַרק צו פֿרום. אַ פּאָר באַטייליקטע אין דער אינטערנעץ־דיסקוסיע האָבן באַטאָנט, אַז דער מחבר איז טאַקע גערעכט וועגן "ביטלס" — ווײַל אַזאַ מין ראָק טויג בלויז פֿאַר "נאַרישע קינדער", אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע, שענערע גרופּעס.

זינט דער "פּערעסטרויקע" און דעם פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, זענען טויזנטער ייִדן פֿון די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן געוואָרן פֿרום; דער בײַשפּיל פֿונעם זשורנאַל "שוואַרץ אויף ווײַס", וועלכער ווערט שוין געדרוקט אָן איבעררײַסן במשך פֿון 3 יאָר, ווײַזט, אַז אין דער רוסישע קהילה טרעפֿן זיך שוין גענוג ייִדן, וואָס זענען פֿאַראינטערעסירט אין אַן אייגענעם "אינערלעכן" חרדישן זשורנאַל, און נישט בלויז אין "קירובֿ"־זשורנאַלן; ס׳זעט אויס, אַז די פֿרומע רוסישע קהילות האָבן זיך שוין געשטעלט אויף זייער אייגענע פֿיס, און נייטיקן זיך מער נישט אין דרויסיקע השפּעות.

ס׳איז טרויעריק אָבער, וואָס ס׳רובֿ יונגע רוסלענדישע בעל־תּשובֿות ווײַזן אַרויס וויי­ניק אינטערעס צו ייִדיש און מיזרח־אייראָ­פּעיִשע ייִדישע טראַדיציעס. אַפֿילו אַזעלכע ווער­טער ווי "שאַבאַט־שאַלאָם" אַנשטאָט "גוט־שבת", און "בירקאַט־האַ­מאַזאָן" אַנ­שטאָט "בענטשן", קלינגען אויף רוסיש גאַנץ פֿרעמד און מאָדנע; די הײַנטצײַטיקע ייִדיש־רעדנדיקע קהילות, אַזעלכע ווי די וויליאַמסבורגער סאַטמאַרער חסידים, ווערן באַ­טראַכט ווי זעלטענע עקזאָטיק אין די רוסישע פֿרומע קרײַזן, וווּ מע הערט צומאָל נאָך אַלץ אָפּקלאַנגען פֿון דער ציוניס­טישער פּראָפּאַגאַנדע קעגן ייִדיש און אַשכּנזישער קולטור בכלל. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז עס וועט נאָך קומען די צײַט, ווען די "פֿרומע רוסישע גאַס" וועט זיך פֿאַראינטערעסירן מער מיט ייִדיש און די ייִדישע מינהגים פֿון זייערע זיידע-באָבעס, ווי מיט טעאָרעטישע פֿאָרשונגען וועגן "כּשרות פֿון ראָק־מוזיק" — כּל־זמן עס לעבן נאָך די, וואָס געדענקען די אַלטע טראַדיציעס.