פּאָגראָמען

אין די 1860ער און 1870ער יאָרן האָבן זיך אין רוסלאַנד באַוויזן אַ היפּשע צאָל וועלטלעך־געבילדעטע ייִדן. זיי האָבן באַפֿעלקערט די רייען פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ. רוסיש איז געוואָרן די הויפּט-שפּראַך אין אַזעלכע ייִדישע קרײַזן. אַפֿילו די רעוואָלוציאָנערע אידעען האָבן בײַ די דאָזיקע אינטעליגענטן, בדרך-כּלל, ניט געהאַט קיין ייִדישע באַפֿאַרבונג. די פּראָבלעמען פֿונעם רוסישן דאָרף האָט זיי אינטערעסירט מער ווי די פּראָבלעמען פֿונעם ייִדישן שטעטל. מע האָט אידעאַליזירט דעם רוסישן "מוזשיק" (פּויער).

דאָס שטעטל האָט בײַ די געבילדעטע ייִדן, בפֿרט בײַ די סאָציאַליסטיש־געשטימטע אינטעליגענטן, אַרויסגערופֿן נעגאַטיווע געפֿילן. לויט די סאָציאַליסטישע קריטעריעס, האָבן ס׳רובֿ שטעטלדיקע ייִדן אויסגעזען ווי פּאַראַזיטן און עקספּלואַטאַטאָרן פֿון די האָרעפּאַשנע פּויערים. די ראַדיקאַלע ייִדישע אינטעליגענטן האָבן געטענהט, אַז מע האָט געדאַרפֿט "פּראָדוקטיוויזירן" די ייִדישע באַפֿעלקערונג. מע האָט געגלייבט אין ערד-אַרבעט, געהאַלטן זי פֿאַר אַ סגולה קעגן "פּאַראַזיטישקייט".

מיט אַזעלכע אוטאָפּישע אידעאָלאָגישע השקפֿות איז די רוסיש-ייִדישע אינטעליגענץ אַרײַן אין דער תּקופֿה פֿון פּאָגראָמען. די דאָזיקע תּקופֿה האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1881, ווען אַ גרופּע ראַדיקאַלן האָט דערהרגעט דעם רוסישן קייסער אַלעקסאַנדער II. איבערן לאַנד האָבן זיך גלײַך פֿאַרשפּרייט קלאַנגען, אַז געטאָן האָבן עס די ייִדישע סאָציאַליסטן. דער המון האָט גענומען זיך "אָפּרעכענען" מיט זייערע ייִדישע שכנים.

די אַטמאָספֿער אין רוסלאַנד האָט זיך בכלל געביטן, ווען דעם טראָן האָט פֿאַרנומען אַלעקסאַנדער III. נײַע אַנטי-ייִדישע געזעצן האָבן געמאַכט נאָך שווערער דאָס לעבן פֿון אַ ייִדישן תּושבֿ. פֿאַר די ייִדישע אינטעליגענטן, וועלכע זײַנען אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן ווי רוסישע פּאַטריאָטן, איז עס געווען אַ גוואַלדיקע אַנטוישונג. אַ סך פֿון זיי האָבן איצט געביטן זייער באַציִונג צו די ייִדישע ענינים. די נעכטיקע ענטוזיאַסטן פֿונעם רוסישן דאָרף זײַנען הײַנט געוואָרן ייִדישע אַקטיוויסטן.

עמיגראַציע

דעם אָנהייב פֿון דער ייִדישער מאַסן-עמיגראַציע קיין אַמעריקע פֿאַרבינדט מען געוויינטלעך מיט די פּאָגראָמען אין רוסלאַנד. ניט אַלע היסטאָריקער זײַנען מסכּים מיט אַזאַ שטעלונג. אין דער אמתן, האָבן די רוסישע ייִדן געהאַט גענוג אַנדערע סיבות, בפֿרט עקאָנאָמישע, צו זוכן גליקן מעבֿר-לים. אין רוסלאַנד האָבן זיך דעמאָלט אַנטוויקלט קאַפּיטאַליסטישע פֿאָרמען אין דער ווירטשאַפֿט, און צענדליקער טויזנטער ייִדן האָבן ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט זיך צוצופּאַסן צו די נײַע באַדינגונגען. דערצו האָבן אַ סך יונגע ייִדן ניט געוואָלט דינען אין דער רוסישער אַרמיי.

אַזוי צי אַזוי, האָט די צאָל ייִדישע עמיגראַנטן געהאַלטן אין איין וואַקסן. קיין חידוש ניט, אַז צווישן די אינטעליגענטן האָט מען גענומען רעדן וועגן רעגולירן די כאַאָטישע עמיגראַציע און זי אויסנוצן, כּדי צו "פֿאַרבעסערן" די ייִדישע באַפֿעלקערונג. מע האָט געהאַלטן אין איין דיסקוטירן מכּוח די מעטאָדן פֿון סאָציאַלער אינזשענעריע. ערד-אַרבעט האָט מען, בדרך-כּלל, געזען ווי דעם סאַמע זיכערן וועג צו דער ליכטיקער צוקונפֿט. די רייד איז ניט געגאַנגען וועגן אינדיווידועלע פֿאַרמעס, נאָר וועגן לאַנדווירטשאַפֿטלעכע סאָציאַליסטישע קאָלאָניעס-קאָמונעס.

אָבער וווּהין צו פֿאָרן? אין דער פֿראַגע האָט זיך דער עולם אינטעליגענטן צעטיילט אויף צוויי גרופּעס: די "פּאַלעסטינצעס" און די "אַמעריקאַנצעס". די ערשטע האָבן פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר דער פּראָטאָ-ציוניסטישער באַוועגונג, בעת די צווייטע האָבן שפּעטער געשפּילט צענטראַלע ראָלעס אין דעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן.

משה הערדער (1842—1915), אַ ייִדישער לערער, האָט באַשלאָסן, אַז ס׳איז געקומען די צײַט צו שאַפֿן אַן אָרגאַניזאַציע, וועלכע זאָל פֿאַראייניקן די "אַמעריקאַנצעס". זײַן איניציאַטיוו איז געשטיצט געוואָרן, און אין 1881 האָט זיך אין אַדעס באַוויזן אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס מע האָט אָנגערופֿן "עם עולם" ("דאָס אייביקע פֿאָלק"). אירע מיטגלידער זײַנען געווען תּלמידים פֿון עלטערע קלאַסן אין די רוסישע שולן, סטודענטן פֿון אוניווערסיטעטן און שוין אויסגעשולטע יונגע אינטעליגענטן.

גרופּעס עם-עולמניקעס האָבן אָנגעהויבן פֿאָרן קיין אַמעריקע זינט 1881. דער גרעסטער קאָנטינגענט האָט זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן אין 1882. צווישן זיי זײַנען געווען די "קיִעווער", דאָס הייסט, די דרום-רוסישע ייִדן (הײַנט, וואָלט מען זיי אָנגערופֿן "די אוקראַיִנישע"), און די "ווילנער", דאָס הייסט — ליטוואַקעס. אַ חוץ דער געאָגראַפֿישער צעטיילונג, האָבן די יונגע איבערוואַנדערער אויך געהאַט גאַנץ פֿאַרשיידענע פֿאָרשטעלונגען וועגן זייער ווײַטערדיקן לעבן.

כאַראַקטעריסטיש, אַז בעת די באַגעגענישן אין די שטעט מחוץ דער רוסישער אימפּעריע, האָט מען אויך געזען, אַז זייער שליחות רופֿט אַרויס פֿאַרשיידענע אָפּשאַצונגען און האָפֿענונגען. למשל, אין קראָקע האָט אַ גרופּע ראַדיקאַלע יונגעלײַט געשענקט די עם-עולמניקעס אַ בוך: "דאָס קאַפּיטאַל" פֿון קאַרל מאַרקס. אָבער אין לעמבערג האָבן פֿרומע ייִדן צוגעטראָגן זיי אַ מתּנה פֿון גאָר אַן אַנדער סאָרט: אַ ספֿר-תּורה.

אין אַמעריקע

דעם 30סטן מײַ 1882 איז די שיף "בריטיש פּרינס" אָנגעקומען קיין פֿילאַדעלפֿיע. צווישן אירע פּאַסאַזשירן זײַנען געווען די "קיִעווער" און "ווילנער" גרופּעס יונגע איבערוואַנדערער. אין ניו-יאָרק, וווּהין זיי זײַנען אין קורצן געקומען, האָט אויף זיי קיינער ניט געוואַרט. פֿון די ערשטע טעג אָן האָבן זיי געמוזט שווער האָרעווען, כּדי צו פֿאַרדינען אויפֿן לעבן. הגם זייער הויפּט-ציל איז געווען צו באַשעפֿטיקן זיך מיט ערד-אַרבעט, האָבן ניט ווייניק איבערוואַנדערער זיך גלײַך באַזעצט אין ניו-יאָרק. (די 26 קאָלאָניעס, וואָס "עם עולם" האָט געשאַפֿן אין די 1880ער יאָרן, זײַנען פֿריִער אָדער שפּעטער אונטערגעגאַנגען.)

זייער אָנקומען קיין אַמעריקע איז צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער פֿאַרשטאַרקונג פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג. די יונגע יוניאָנען (פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען) האָבן זיך גענייטיקט אין גוטע פֿירער. די יונגע אינטעליגענץ איז געווען גלײַך ווי צוגעמאָסטן פֿאַר אַזאַ שליחות. צווישן די "ווילנער", זײַנען אויך געווען מענטשן מיט אַ רעוואָלוציאָנערער דערפֿאַרונג. די כּלל-אינטערעסן זײַנען פֿאַר זיי געווען וויכטיקער פֿון פּערזענלעכע געווינסן.

אין משך פֿון אַ האַלב יאָר איז אין ניו-יאָרק אָרגאַניזירט געוואָרן די "ווילנער קאָמונע". די פֿרויען האָבן געפֿירט די בעל-הבתּישקייט. יעדער מאַנצביל פֿלעגט אַרײַנטראָגן אין דער קאַסע אַלץ, וואָס אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרדינען. מע פֿלעגט פּשוט פֿאַרשרײַבן אין דעם בוך די סומע געלט, אָבער אָן אָנווײַזן דעם נאָמען. דאָס האָט מען געטאָן, כּדי מע זאָל ניט וויסן דעם אונטערשייד אין בײַטראָגן. גענומען האָט מען פֿון דער קאַסע אויך אַנאָנים — מע האָט נאָר אָנגעוויזן די סומע.

"עם עולם" האָט זיך געשאַפֿן ווי אַן אוטאָפּישע באַוועגונג. אָבער ס׳איז געוואָרן אַ קוואַל פֿאַר פּראַקטישע ייִדישע פֿירער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איינער פֿון זיי, אַב. קאַהאַן, איז געוואָרן די צענטראַלע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿונעם "פֿאָרווערטס".