פֿונעם אייביקן קוואַל

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, אַז דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו צו זאַמלען פֿון יעדן דערוואַקסענעם ייִד אַ האַלבן זילבערנעם שקל (אַ געוויסע מאָס), פֿאַרן משכּן. דאָס געזאַמלטע זילבער האָט אויך געדינט ווי אַ מיטל איבערצוציילן די ייִדן. מ׳האָט געמוזט מנדבֿ זײַן דווקא אַזאַ סכום זילבער — נישט מער און נישט ווייניקער.

ווײַטער אין דער פּרשה ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט געבראַכט די ערשטע פּאָר לוחות פֿונעם באַרג סיני, גאָרנישט געגעסן און געטרונקען פֿערציק טעג. בײַם סוף פֿונעם דאָזיקן טערמין, האָט דער יצר־הרע אײַנגע­רעדט אַ טייל ייִדן, אַז משה איז געשטאָרבן פֿונעם לאַנגן פֿאַסטן; דערפֿאַר האָבן זיי געבעטן משהס ברודער, אַהרן, צו שאַפֿן פֿאַר זיי אַ נײַעם פֿירער — דאָס גאָלדענע קאַלב. ווען משה רבינו איז אַראָפּ פֿונעם באַרג און דער­זען, ווי דער עולם טאַנצט אַרום דעם געץ, האָט ער צעבראָכן די לוחות און צע­שטערט דאָס קעלבל.

כּדי אײַנצושטילן דעם אייבערשטנס כּעס, האָט משה געבעטן אויסצומעקן זײַן נאָמען פֿון דער תּורה. ווי אַזוי וואָלט דאָס אויסמעקן זײַן נאָמען געקאָנט העלפֿן אָפּצושטעלן די ג־טלעכע שטראָף?

אַזאַ גרויסער צדיק, ווי משה רבינו, האָט אַ ריזיקן גײַסטיקן כּוח און קאָן אָפּשאַפֿן די שווערסטע גזירות. דער דאָזיקער כּוח איז פֿאַרבונדן מיט זעלבסט־ביטול. ווי עס שטייט אין דער תּורה, איז משה רבינו געווען דער באַשיידנסטער מענטש, דערפֿאַר האָט ער דערגרייכט די העכסטע מדרגה פֿונעם ביטול, און האָט געוווּסט, אַז ער איז בכּוח אויסצובעטן די מחילה פֿאַר די זינד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

אַ געוויינטלעכער מענטש וואָלט געוואָרן מלא־גאווה, וויסנ­דיק, אַז זײַן נאָמען וועט ווערן אויף אייביק באַרימט; ווען משה רבינו וואָלט געפֿילט גאווה בײַם פֿאַרשרײַבן די ווערטער וועגן זײַן אייגענער באַשיידנקייט, וואָלטן זיי נישט געווען אמת, און נישט געקאָנט זײַן אַ טייל פֿון דער הייליקער תּורה.

פֿונדעסטוועגן, האָט משה רבינו גע­טראַכט, אַז די שבֿחים, מיט וועלכע ער ווערט געלויבט אין דער תּורה, דערלאָזן אים נישט צו דערגרייכן נאָך אַ העכערע מדרגה פֿון ביטול און באַשיידנקייט. דעריבער האָט ער געבעטן דעם אייבערשטן אויסצומעקן זײַן נאָמען, כּדי צו האָבן מער כּוח אָפּצושאַפֿן די שטראָף פֿאַרן גאָלדענעם קאַלב. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז בײַ אַ געוויינטלעכן מענטש וואָלט די מחשבֿה וועגן אַזאַ ריזיקן גײַסטיקן כּוח, אויך אַרויסגערופֿן אַ גאווה־געפֿיל. אָבער די עכטע נאָענטקייט צו ג־טלעכקייט ברענגט דווקא ביטול און באַשיידנקייט.

ווי אַזוי האָבן די ייִדן, נאָך דער אָפֿענער ג־טלעכער אַנטפּלעקונג בײַ יציאת־מצרים און מתּן־תּורה, זיך דערטראַכט צו אַזאַ משונהדיקער עבֿירה, ווי דאָס שאַפֿן אַ גאָל­דענעם קאַלב?

ווי עס שטייט בײַם נבֿיא יחזקאל, ווערט דער ג־טלעכער כּוח אַנטפּלעקט אין דער וועלט דורך פֿאַרשיידענע "קאַנאַלן", וואָס ווערן סימבאָליזירט דורך פֿיר פֿאָרמען: אַן אָדלער, אַ לייב, אַן אָקס און אַ מענטש. די צוויי כּרובֿים אינעם משכּן — מיט אַ פּנים פֿון אַ מענטש — סימבאָליזירן איינעם פֿון די דאָזיקע גײַסטיקע "קאַנאַלן".

די וואָס האָבן געמיינט, אַז משה רבינו איז געשטאָרבן, האָבן געפּרוּווט צו געפֿינען אַ נײַעם סימבאָל, וואָס זאָל זיי פֿאַרבינדן מיטן אייבערשטן, און האָבן אויסגעקליבן דעם אַנדערן צייכן פֿון מראה־יחזקאל — דער אָקס. די אידעע צושטעלן אַ קאַלב אינעם צענטער, אַנשטאָט די כּרובֿים, איז געווען באַגרינדעט אויף אַ חשבֿון לשם-שמים. אַ קליינער צאָל ייִדן, ווי אויך דער ערבֿ־רבֿ וואָס איז אַרויס פֿון מצרים צוזאַמען מיט די ייִדן, האָבן אָבער פֿאַרוואַנדלט די דאָזיקע מחשבֿה אין אַן עבֿודה־זרה.

אַלע סימבאָלן אין דער וועלט שטאַמען, אין דער אמתן, פֿון הויכע גײַסטיקע שרשים. דער חילוק צווישן עבֿודת־השם און, להבֿדיל, עבֿודה־זרה, באַשטייט אין דעם, וואָס דער עובֿד־השם קאָנצענטרירט זײַן באַוווּסטזײַן אויף דעם, ווי אַזוי אַלע זאַכן אין דער וועלט פֿאַראייניקן זיך האַרמאָניש אין זייער ג־טלעכן עצם; די געצנדינער באַטראַכטן אָבער דעם אוניווערס ווי אַ "מישמאַש" פֿון סתּירותדיקע כּוחות, וואָס פּרוּוון איבערצונעמען די מאַכט איינע פֿון דער צווייטער. אַ טייל ייִדן האָבן באַטראַכט דעם גײַסטיקן ענין, וואָס דער גאָלדענער קאַלב האָט סימבאָליזירט, כּלומרשט, ווי אַ כּוח פֿאַר זיך.

ווען דער אייבערשטער האָט געהייסן צו זאַמלען דאָס זילבער פֿאַרן משכּן, האָט יעדער ייִד געגעבן דווקא אַ האַלבן, און נישט אַ גאַנצן שקל — צו ווײַזן, אַז איין מענטש בלײַבט בלויז אַ "העלפֿט" אָן די אַנדערע מענטשן, און אַז דאָס אמתע רוחניות באַשטייט דווקא אין דער אינערלעכער אייניקייט פֿון אַלע מענטשן און זאַכן אין דער וועלט.