ליטעראַטור
עמאַנויִל קאַזאַקעוויטש
עמאַנויִל קאַזאַקעוויטש

אין 1984 איז אין מאָסקווע, אין דעם פֿאַרלאַג "סאָוועטסקי פּיסאַטעל" (סאָוועטישער שרײַבער) אַרויס אויף רוסיש אַ גרויס בוך, פֿון זכרונות פֿון יחידים (דער עיקר, ליטעראַטן), וועלכע האָבן געקענט דעם שרײַבער עמאַנויִל קאַזאַקעוויטש. איך האָב ניט קיין קאָפּיע פֿון דער אויסגאַבע, וואָס הייסט Воспоминания о Эм. Казакевиче (זכרונות וועגן עמ. קאַזאַקעוויטש), אָבער עמעצער האָט עס אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ, און כ׳האָב עס דורכגעלייענט אויפֿן עקראַן פֿון מײַן קאָמפּיוטער. ס׳איז אַ וואַרעם בוך וועגן אַ מענטשן, וואָס זײַן נאָמען איז ניט פֿאַרגעסן געוואָרן אין דער איצטיקער רוסישער קולטור. זײַנע ביכער, בפֿרט דער מלחמה-ראָמאַן "דער שטערן", גייען אַרויס אין פֿרישע אויפֿלאַגעס. אַ נײַער קינעמאַטאָגראַפֿישער נוסח פֿון "דער שטערן" האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק געהאַט דערפֿאָלג אי בײַם צושויער, אי בײַ די קריטיקער. אין דער איצטיקער ייִדישער וועלט, אָבער, איז קאַזאַקעוויטש אַ סך ווייניקער באַקאַנט.

איך האָב אַרײַנגעקוקט אין דעם בוך זכרונות וועגן קאַזאַקעוויטשן, ווײַל דעם 24סטן פֿעברואַר איז געוואָרן 90 יאָר זינט דער שרײַבער איז געבוירן געוואָרן אין דער אוקראַיִנישער שטאָט קרעמענטשוג, וווּ זײַן פֿאָטער, הענעך קאַזאַקעוויטש, האָט געאַרבעט ווי אַ לערער — אין 1912 האָט ער פֿאַרענדיקט די ייִדישע פּעדאַגאָשיע קורסן אין גראָדנע, וועלכע האָבן געגעבן דער ייִדישער קולטור ניט ווייניק טוער. הענעך קאַזאַקעוויטש האָט שפּעטער רעדאַגירט אַ צאָל ערשטע סאָוועטיש-ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן אין וויטעבסק, קיִעוו און כאַרקאָוו. קיין שרײַבער איז ער אַליין ניט געווען, אָבער אַ פֿיגור איז ער געווען זייער אַ פּאָפּולערע אין די ליטעראַרישע קרײַזן. אין דער דאָזיקער אַטמאָספֿער איז געוואַקסן זײַן זון. דער סאָוועטיש- און פּויליש-ייִדישער שרײַבער און טוער הערש סמאָליאַר שרײַבט אין זײַן בוך "פֿון אינעווייניק" (1978):

"בײַ אים [קאַזאַקעוויטשן] אין דער היים האָב איך זיך געפֿילט כּמעט ווי אַ בן-בית. מיט זײַן זון, עמאַנויִל, אָדער ווי מיר האָבן אים גערופֿן, ׳עמקע׳, הגם אַ ייִנגערער פֿאַר מיר, האָב איך זיך געהאַלטן ווי אַ נאָענטער חבֿר. שוין דאַן, אין די פֿריִע יוגנט-יאָרן, האָט עמקע אין מיר געהאַט אַ געטרײַען צוהערער פֿון זײַן איבערדערציילן און כאַראַקטעריזירן ליטעראַרישע-היסטאָרישע, אַפֿילו פֿילאָזאָפֿישע ווערק — און דאָס געלייענטע אויך אין אַנדערע שפּראַכן, חוץ ייִדיש און רוסיש, וואָס עמקע פֿלעגט מיט זײַנע קורצזיכטיקע אויגן ממש אײַנשלינגען."

ווי מיליאָנען מענטשן פֿון זײַן דור, איז עמאַנויִל קאַזאַקעוויטש געוואַקסן ווי אַן איבערגעגעבענער בירגער פֿון דער קאָמוניסטישער מלוכה. אין 1923, אַ צען-יאָריק ייִנגל, איז ער מיט אַ פּאָר פֿרײַנד געווען גרייט צו גנבֿענען די סאָוועטיש-פּוילישע גרענעץ, אַבי צו האָבן אַ מעגלעכקייט זיך דורכקלײַבן אין דײַטשלאַנד און העלפֿן דאָרטן די קאָמוניסטן, וואָס האָבן אָנגעהויבן אַן אויפֿשטאַנד אין האַמבורג. (אָבער ווען די ייִנגלעך זײַנען געקומען אויף דער באַן-סטאַנציע, האָבן זיי זיך דערוווּסט, אַז דעם אויפֿשטאַנד האָט מען שוין געהאַט דערשטיקט.) קאַזאַקעוויטשעס אָפּגאָט איז געווען דער דיכטער וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, אים האָט ער איבערגעזעצט אויף ייִדיש, אויף זײַן לוויה איז ער געפֿאָרן קיין מאָסקווע אין 1930.

אין אַ יאָר אַרום לאָזט ער זיך אין אַ ווײַטן וועג אַרײַן: קיין ביראָבידזשאַן. דאָרטן פֿירט ער אָן מיט אַ קאָלווירט (קאָלכאָז), דערנאָך — מיטן היגן ייִדישן טעאַטער. זײַן פּאָעטיש זאַמלבוך "בירעבידזשאַנבוי" איז אַרויס אין 1932. דאָס איז געווען דאָס ערשטע קינסטלערישע בוך אויף ייִדיש, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין ביראָבידזשאַן (תּחילת האָט מען אָפֿט גענוצט דעם אויסלייג "בירעבידזשאַן"). צו יענער צײַט האָבן אין ביראָבידזשאַן געלעבט אויך דעם דיכטערס עלטערן. הענעך קאַזאַקעוויטש האָט ביז 1935, ווען ער איז געשטאָבן, רעדאַגירט די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן".

אין 1940 האָט דער סאָוועטישער שרײַבער-פֿאַראיין אָנגענומען ווי מיטגלידער דרײַ ביראָבידזשאַנער ייִדישע שרײַבער: עמאַנויִל קאַזאַקעוויטש, בוזי מילער (זיי — קאַזאַקעוויטש און מילער — האָבן זיך געחבֿרט נאָך אין כאַרקאָוו), און אַהרן ווערגעליס, דער סאַמע יונגער צווישן זיי. אמת, צו יענער צײַט האָט נאָר מילער געוווינט אין ביראָבידזשאַן. די אַנדערע צוויי שרײַבער זײַנען שוין געווען מאָסקווער תּושבֿים.

די מלחמה האָט דורכגעפֿירט אַ גרענעץ אין לעבן פֿון צענדליקער מיליאָנען מענטשן, בפֿרט אין דעם אייראָפּעיִשן טייל פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. קאַזאַקעוויטש איז געוואָרן אַן אָפֿיציר. בײַם אָנהייב — אַ מיליטערישער זשורנאַליסט, און שפּעטער, ניט געקוקט אויף זײַן קורצזיכטיקייט, — אַ העלדישער אויסשפּירער. אין די דאָזיקע יאָרן האָט זיך אויך געביטן די שפּראַך פֿון זײַן ליטעראַרישער טעטיקייט. אויף דער מלחמה איז אַוועק אַ ייִדישער דיכטער, און פֿון דער מלחמה האָט זיך אומגעקערט אַ רוסישער ראָמאַניסט. זײַן ראָמאַן "דער שטערן" האָט אים גלײַך געמאַכט אַ נאָמען אין דער סאָוועטיש-רוסישער ליטעראַטור. "דער שטערן" איז געווען דאָס לעצטע ווערק, פֿאַר וועלכן דער שרײַבער האָט געשאַפֿן אויך אַ ייִדישן נוסח און עס אָנגערופֿן "גרינע שאָטנס" — אַן אָנוווּנק אויף דער כאַקי-אוניפֿאָרעם פֿון זײַנע העלדן.

דער דיכטער אַהרן קושניראָוו האָט געשריבן אין זײַן רעצענזיע "אַ בוך וועגן העלדנטום פֿון סאָוועטישע מענטשן", וואָס איז אַרויס אין דער מאָסקווער צײַטונג "אייניקייט" דעם 3טן יוני 1947:

"עמ. קאַזאַקעוויטש איז פֿאַר אונדז ניט קיין נײַער נאָמען. ער געהערט צו אונדזער טאַלאַנטפֿולער יוגנט, וואָס האָט נאָך פֿאַר דער מלחמה פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן ראָמאַן אין פֿערזן ׳שלום און חווה׳, וועגן לעבן פֿון די ערשטע ביראָבידזשאַנער איבערוואַנדערער איז בפֿירוש אַן אייגנאַרטיק און אינטערעסאַנט ווערק. דערשינען האַרט פֿאַר דער מלחמה, איז עס, צום באַדויערן, דורכגעגאַנגען פֿאַרבײַ דער קריטיק.

די דערציילונג ׳גרינע שאָטנס׳ האָט קאַזאַקעוויטש אָנגעשריבן גלײַכצײַטיק אויף רוסיש און ייִדיש. ניט פֿאַרשטענדלעך — צוליב וואָס האָט דער אויטאָר אָנגערופֿן דעם ייִדישן טעקסט ׳גרינע שאָטנס׳, אַנשטאָט דעם געלונגענעם נאָמען ׳דער שטערן׳, ווי די דערציילונג רופֿט זיך אויף רוסיש. פֿאַרוווּנדערונג רופֿט אַרויס אויך די שפּראַך פֿונעם ייִדישן טעקסט, וואָס קלינגט ערטערווײַז ווי אַ שלעכטע איבערזעצונג. אַ שאָד! ווײַל דאָס ווערק גופֿא איז אַ וויכטיקע, דערפֿרייענדיקע דערשײַנונג אין דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור."

אין דער דאָזיקער אָפּשאַצונג פֿילט זיך אַ פֿאַרדראָס. וואָס הייסט! אַ ייִדישער שרײַבער נעמט און ווײַזט בעסער זײַן קונסט אויף רוסיש. דער דאָזיקער פֿאַרדראָס אויף קאַזאַקעוויטשן מצד זײַנע ייִדישע קאָלעגן וואָלט געקענט זײַן אַ טעמע פֿון אַ באַזונדערער פֿאָרשונג. כאַראַקטעריסטיש, אַז דער טיטל אַליין פֿונעם "ערשטן דיכטער פֿון ביראָבידזשאַן" — איז גלײַך ווי אַראָפּגענומען געוואָרן פֿון קאַזאַקעוויטשן און איז אַריבער צו ווערגעליסן. גאָר ניט צופֿעליק זעט מען ניט קיין בײַטראָג פֿון ווערגעליסן צו דעם רוסישן באַנד זכרונות, וואָס איך דערמאָן אין אָנהייב פֿון די נאָטיצן, כאָטש בוזי מילער און אַ פּאָר אַנדערע ייִדישע שרײַבער האָבן דאָרט זיך געטיילט מיט זייערע דערינערונגען.

ניט נאָר האָט זיך געביטן די שפּראַך פֿון קאַזאַקעוויטשעס ווערק, עס זײַנען אויך כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן די ייִדישע העלדן. צי הייסט עס, אַז די ייִדישע טעמע האָט אים מער ניט אינטערעסירט? אַדרבא. אין די נאָטיצן און טאָגביכער, וואָס זײַנען אַרויס אין 1990 אונטערן טיטל Слушая время (הערנדיק די צײַט), לייענען מיר, אַז אין דעצעמבער 1961 האָט קאַזאַקעוויטש געטראַכט וועגן אַ נײַ פּראָזע-ווערק, וואָס ער האָט געוואָלט "אָנרופֿן ׳ראַבינאָוויטש׳ — אַ פֿאַמיליע, פֿאַרשפּרייט אין די ייִדישע אַנעקדאָטן און אָפֿט, אַנטיסעמיטישע — און פֿירן דעם שמועס דווקא אין נאָמען פֿון דעם דאָזיקן גאָר ניט קיין אַנעקדאָטישן, נאָר טראַגישן פּערסאָנאַזש, וואָס פֿילט טיף און האָט ליב רוסלאַנד און דעם רוס, אָבער ניט שטענדיק געניסט ער פֿון ענטפֿער-געפֿילן."

אָנשרײַבן אַזאַ ווערק האָט קאַזאַקעוויטש ניט באַוויזן, ווײַל סוף סעפּטעמבער 1962 איז ער געשטאָרבן.