געשיכטע

אין אַ געוויסן זין, קער איך זיך אום צו דער טעמע, וועלכע עס האָט שוין באַרירט איציק גאָטעסמאַן אין זײַן אַרטיקל "סאָסואַ: די ייִדן פֿון דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק" ("פֿאָרווערטס", דעם 22סטן פֿעברואַר). די רייד איז געגאַנגען וועגן דער אויסשטעלונג אין דעם ניו-יאָרקער "מוזיי פֿאַר ייִדישער ירושה", וועלכע איז געווידמעט דער גע­שיכ­טע פֿון אַ קהילה, אויפֿגעבויט אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל (מיטן נאָמען "סאָסואַ") פֿון אַ פֿאַרוואָרפֿן לאַנד, וואָס איז געווען גרייט אויפֿצונעמען צענדליקער טויזנטער ייִדישע פּליטים פֿון נאַציזם. דער פּאַראַדאָקס איז באַשטאַנען אין דעם, וואָס די דאָמיניקאַנער רעפּובליק, בראָש מיטן בלוטיקן דיקטאַטאָר ראַפֿאַעל טרוכיִאָ, האָט זיך אַנטפּלעקט ווי די איינציקע מדינה מיט אָפֿענע טויערן פֿאַר די אייראָפּעיִשע ייִדן. אַ סבֿרא, אַז טרוכיִאָ האָט געוואָלט מאַכן "ווײַסער" זײַן באַפֿעלקערונג, אָדער ער האָט געהאַט נאָך אַנדערע סיבות צו ווערן אַ ייִדן-פֿרײַנד — דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה.

איך קער זיך אום צו דער טעמע, ווײַל איך האָב די טעג מיט גרויס הנאה איבער­גע­לייענט אַ נײַ בוך פֿון מײַן קאָלעגע פֿונעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, פּראָפֿעסאָר פֿון מאָדערנער ייִדישער געשיכטע, מאַריאָן קאַפּ­לאַן. די מאָנאָגראַפֿיע הייסט Dominican Haven: The Jewish Refugee Settlement in Sosua, 1940-1945, "דאָמיניקאַנער מקום-מיקלט: דער ייִדישער פּליטים-ייִשובֿ אין סאָסואַ, 1940–1945", וואָס איז אָנהייב יאָר אַרויס­געגעבן געוואָרן דורך דעם "מוזיי פֿאַר ייִדישער ירושה".

אַ ציניקער קען זאָגן: וואָס דאַרף מען מאַכן אַ טראַסק פֿון אַן ענין, וועלכער האָט געראַטעוועט ניט קיין גרויסע צאָל ייִדישע נפֿשות, ווען עס זײַנען ניטאָ קיין מאָנאָגראַפֿיעס וועגן מער ממשותדיקע (לכל-הפּחות, דע­מאָגראַפֿיש) געשעענישן? מיר ווייסן דאָך, אַז ניט געקוקט אויף אַלע באַמיִונ­גען, האָבן זיך בלויז אַרום אַ טויזנט ייִדן דערקליבן צו דער דאָמיניקאַנער רעפּובליק, און נאָך אַ פּאָר טויזנט האָבן אפֿשר אויסגענוצט די דאָמיניקאַנער וויזעס, כּדי געפֿינען ערגעץ-וווּ אַ זיכערן אָפּדאַך. אָבער די דאָזיקע טענה האָט אַן אַנדער אַדרעסאַט, דהײַנו: די וועלט, וועלכע האָט צוליב פֿאַרשיידענע פּאָליטישע טעמים און תּירוצים ניט געוואָלט זיך עסקן מיט ייִדן. דורך קאָנצענטרירן זיך אויף אַ פֿוסנאָטע-ענין אין דער חורבן-געשיכטע און עס אַרײַנשטעלן אין דעם ברייטן קאָנטעקסט פֿון די געשעענישן פֿון יענער צײַט, האָט זיך מאַריאָן קאַפּלאַן אײַנגעגעבן צו מאַכן נאָך בולטער און ביטערער די דערפֿאַרונג פֿון דער געשיכטע.

דאָס איז אַ בוך אויך וועגן מענטשן, פֿאַר וועלכע ס׳איז געווען וויכטיק ניט סטאַ­טיסטיק, נאָר יעדעס מענטשלעך לעבן. מיר איז געווען אינטערעסאַנט זיך צו באַגע­גענען אויף די זײַטלעך פֿונעם בוך מיט ד׳׳ר יוסף ראָזען, דעם לעגענדאַרן לאַנג־יאָריקן טוער פֿון "דזשוינט" אין סאָוועטן-פֿאַר­באַנד. אַ דערפֿאַרענער טעאָרעטיקער און פּראַק­טיקער פֿון לאַנדווירטשאַפֿט, האָט ראָזען אײַנגעפֿירט אַ סך נאָוואַטאָרישע זאַכן אין סאָוועטיש-ייִדישע קאָלאָניעס, אייניקע פֿון זיי האָט מען גענומען נוצן אויך אין די ניט-ייִדישע דערפֿער. דער סוף איז געווען אַ כאַראַקטעריסטישער פֿאַרן סאָוועטישן רעזשים: דעם "דזשוינט" האָט מען אין יאָר 1938 אַרויסגעוואָרן פֿון דעם לאַנד. אָבער ראָזען איז ניט אַרײַנגעפֿאַלן אין ייִאוש און זיך אַרײַנגעטאָן אין גאַנצן אין דער אַרבעט אין סאָסואַ.

אויף דער געוויסער קרובישאַפֿט פֿון דעם סאָוועטישן און דאָמיניקאַנער פּראָיעקטן ווײַזט אָן די געשיכטע מיט קעז. די ייִדישע קאָ­לאָניזאַציע אין סאָסואַ האָט קיין סך לע­בעדיקע שפּורן ניט איבערגע­לאָזט, אָבער עס אַרבעט ווײַטער די "קעז-אינדוסט­ריע", וואָס דעם יסוד האָט מען פֿאַר­לייגט אין די 1940ער יאָרן, אין די "דזשוינט"-צײַטן. אינטערעסאַנט, אַז קעז האָט מען אויסגעאַרבעט (אויך, ווי איך פֿאַרשטיי, אַ דאַנק אַ "דזשוינט"-פּראָיעקט) אין דער ייִדישער קאָלאָניע נײַ-זלאַטאָפּאָל, אין אוקראַיִנע, וווּ מײַנע עלטערן האָבן גע­וווינט ביז 1941. נאָך מער — קעז האָט גע­ראַטעוועט מײַן מאַמע, דעם ברודער און די שוועסטער. די מעשׂה איז געווען אַזאַ:

ס׳איז באַוווּסט, אַז די סאָוועטישע מאַכט האָט ניט אָרגאַניזירט קיין עוואַקואַציע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. אָבער מע האָט יאָ באַזונדער עוואַקויִרט די משפּחות פֿון די לײַט, וואָס האָבן געהערט צום "פּאַרטיייִש-ווירטשאַפֿטלעכן אַקטיוו". מײַן פֿאָטער איז געשטאַנען בראָש די בילדונג-אינסטיטוציעס אין דעם נײַ-זלאַטאָפּאָלער ייִדישן ראַיאָן, אַזוי אַז ער האָט געהערט צו דעם "אַקטיוו". ווי אַ פּועל-יוצא, האָט מײַן משפּחה באַקומען די רעכט צו זײַן עוואַקויִרט, כאָטש דער פֿאָטער איז שוין געווען אין דער אַרמיי. צווישן די עוואַקויִרטע "אַקטיוויסטן" זײַנען געווען אויך דאָס ווײַב און די קינדער פֿון דעם דירעקטאָר פֿון דער היגער קעזקאָכערײַ. ער האָט באַוויזן אויסצוטיילן פֿאַר די עוואַ­קויִרטע אַ היפּש ביסל קעז. אַ דאַנק דעם דאָזיקן קעז, האָבן זיי אין אַ גורלדיקן מאָ­מענט פֿון דער עוואַקואַציע געדונגען אַ שיף, וואָס האָט געבראַכט די גרופּע נײַ-זלאַ­טאָפּאָלער ייִדן אויף דעם לינקן ברעג פֿון דעם טײַך וואָלגאַ.

מע זאָגט אויף ייִדיש: "די שטוב ברענט און דער זייגער גייט". וועגן דעם האָב איך אויך געטראַכט בײַם לייענען קאַפּלאַנס טיף-אויסגעפֿאָרשט און גוט-אָנגעשריבן בוך. די מאַנקאָליע פֿון "פּראָדוקטיוויזאַציע" האָט ניט אָפּגעלאָזט אַזעלכע מענטשן ווי יוסף ראָזען און אַנדערע "דזשוינט"-טוערס אַפֿילו אין דער צײַט, ווען די ערד האָט שוין ממש געברענט אונטער די פֿיס פֿון די אייראָפּעיִשע ייִדן. מע האָט געוואָלט ניט נאָר ראַטעווען ייִדן, אָבער אויך איבערבויען זיי סאָציאַל. און די "בעסטע" סאָציאַלע איבערבויוּנג האָט מען זינט דעם 19טן יאָרהונדערט געזען אין געבן דעם ייִד אין די הענט אַ סאָכע — אין דעם האָט געדאַרפֿט זײַן (פּאַראַפֿראַזירנדיק אליקום צונזערס אַ ליד) די ברכה.

אַ הייליקן שליחות האָבן אויסגעפֿילט די מענטשן, וועלכע האָבן סובסידירט און אָר­גאַניזירט דעם סאָסואַ-ייִשובֿ. כאָטש גע­בויט האָבן זיי, אין תּוך אַרײַן, אַ פּאָטיאָמקין-דאָרף, אַ צײַטווײַליקן גן-עדן. רעשטלעך פֿון ייִדי­שע דערפֿער, געשאַפֿן אין רויִקע און אין שרעק­לעכע צײַטן, זײַנען צעוואָרפֿן איבערן כּדור-האָרץ. אַ דאַנק מאַריאָן קאַפּלאַנס אַנאַ­לי­טי­שער פֿאָרשונג, האָבן מיר איצט זייער אַ קלאָר בילד פֿון איינעם פֿון אַזעלכע פּראָיעקטן.