פּאָליטיק

די טעג האָב איך גערעדט מיט אַ סטודענט, וואָס האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע צו שרײַבן אַ דאָקטאָר-אַרבעט אין ניו-יאָרק, אָבער ער איז ניט געווען זיכער, צי ער וועט קענען זיך דערלויבן דעם לוקסוס פֿון צאָלן אַזש טויזנט דאָלאַר אַ חודש פֿאַר אַ דירהלע, בשותּפֿות מיט אַן אַנדער סטודענט. דער געוועזענער ניו-יאָרקער גובערנאַטאָר עליאָט ספּיצער האָט, בלי-ספֿק, אַן אַנדער סקאַלע פֿון לוקסוס.

די גאַנצע זאַך איז אויסגעפֿאַלן באָקעם, און ספּיצערן קומט עס אַזוי. מיר איז ער תּמיד געווען ניט סימפּאַטיש. אָבער איך בין ניט אויסן צו דערווײַזן ווי ווײַטזעיִק איך בין געווען, צי ווי איך בין אויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿון זײַן אוממאָראַלישקייט. איך בין אויסן אַן אַנדער אַספּעקט פֿון דעם ענין, דהײַנו: זייער נידעריקע פּראָפֿעסיאָנעלקייט פֿון דעם מענטשן, וועלכער האָט זיך דערקליבן כּמעט ביזן סאַמע שפּיץ פֿון דער אַמעריקאַנער מלוכה-סיסטעם.

אויף "סי-ען-ען" האָט מען געוויזן אַן אינטערוויו מיט אַ געוועזענער ניו-יאָרקער זונה, וועלכע פֿאַרדינט איצט געלט דורך דערציילן און שרײַבן וועגן איר דערפֿאַרונג. האָט די דאָזיקע יונגע פֿרוי טאַקע אָנגעוויזן אויף דעם פֿאַקט, וואָס לייגט זיך אַזוי אויך אויפֿן שׂכל: אַז אַ יחיד פֿון אַזאַ שניט ווי ספּיצער האָט ניט געדאַרפֿט זיך בכלל פֿאַרפֿירן מיט עפּעס אַן אומלעגאַלער כּנופֿיאַ, וועלכע פֿאַרקויפֿט סעקס. ער האָט געקענט רויִק האָבן דעם זעלבן ניוואָ פֿון פֿאַרגעניגן דורך אַ דירעקטן קאָנטאַקט מיט אַ מיידל, צאָלנדיק איר מזומן — און שוין! ניין, ער, אַ דורכגעטריבענער פּראָקוראָר, האָט דווקא געדאַרפֿט איבערשיקן געלט דורך עפּעס אַ פֿאַלשער פֿירמע.

עס שרעקט בכלל די נידעריקע פּראָפֿעסיאָנעלקייט פֿון די מענטשן, וואָס דרייען זיך אין די סאַמע הויכע פֿענצטער. גיט נאָר אַ קוק אויף דעם איצטיקן מצבֿ פֿון דער עקאָנאָמיע. און עס ווילט זיך פֿרעגן: וווּ האָבן זיך די מומחים געלערנט? פֿון וועלכע עליטאַרע, משונה-טײַערע געשעפֿט-שולן האָבן די עקספּערטן-עקאָנאָמיסטן באַקומען זייערע סערטיפֿיקאַטן? ווער האָט זיי טעסטירט בײַם נעמען אויף דער אַרבעט?

ס׳איז קלאָר, אַז אָט די גאַנצע סיסטעם טויג אויף כּפּרות. אַנדערש וואָלטן די דאָזיקע חכמים מיט זעקס- צי אַפֿילו זיבן-ציפֿערדיקע געהאַלטן און באָנוסן באַצײַטנס פֿאַרשטאַנען, אַז די מעשׂה מיט "סאָב-פּרײַם"-הלוואָות וועט האָבן אַ מיאוסן סוף, און אַז מע טאָר ניט פֿאַרנאַרן אַ פּראָסטן חי-וקים אין אַזעלכע פֿינאַנציעלע פּאַסטקעס. דער סך-הכּל איז (און דאָס איז נאָך ניט דער פֿולער סך-הכּל), אַז די גאַנצע וועלט ווערט צעטרייסלט פֿון דעם בטלנות. צוזאַמען מיט דער פֿאַלנדיקער ווערט פֿון דאָלאַר, גייט באַרג-אַראָפּ די עקאָנאָמישע השפּעה פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

די סאַמע שרעקלעכע ניט-פּראָפֿעסיאָנעלקייט האָבן די הויכע פֿענצטער געוויזן אין דער איראַקער מלחמה. איך רעד איצט ניט וועגן די אידעאָלאָגישע אַספּעקטן פֿון דעם ענין. הגם איך בין געווען און בלײַב אַ קעגנער פֿון דער גאַנצער קאַמפּאַניע, בין איך גרייט צו אָנערקענען, אַז ס׳איז, אין תּוך אַרײַן, ניט שלעכט, וואָס מיט איין גזלנישן דיקטאַטאָר איז ווייניקער געוואָרן. דאָס אויסלאַכן זיך פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס איז אויך (אין מײַנע אויגן, לכל-הפּחות) ניט קיין שרעקלעכסטע פֿאַרברעכן, ווײַל די דאָזיקע טײַערע און קאָרומפּירטע קיבעצאַרניע מוז מען אָדער רעפֿאָרמירן, אָדער איגנאָרירן. מע זעט דאָך שוין איצט, אַז די מערבֿדיקע וועלט שאַפֿט אַן אַלטערנאַטיוו — אַ מין "דעמאָקראַטישן אינטערנאַציאָנאַל".

עס פּלעפֿט, אָבער, ווי ניט פּראָפֿעסיאָנעל האָט מען זיך געפֿירט נאָך דעם "בליצקריג" אין איראַק, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט פֿינף יאָר צוריק, דעם 13טן מערץ 2003. קיין סך האָט מען פֿאַר דער צײַט און פֿאַר די הונדערטער ביליאָנען דאָלאַר ניט דערגרייכט. אַ הונדערט טויזנט נפֿשות זײַנען אומגעקומען, פֿיר מיליאָן נפֿשות געוואָרן פּלטים אין אַנדערע לענדער, אָבער קיין קלאָרע סטראַטעגיע לגבי איראַק זעט מען ניט עד-היום.

אייניקע (דער עיקר, די דעמאָקראַטן) זאָגן, אַז מע מוז וואָס גיכער אַנטלויפֿן פֿון דאָרטן און זאָלן די איראַקער ברעכן זיך דעם קאָפּ. די אַנדערע (דער עיקר, די רעפּובליקאַנער) טענהן, אַז מע דאַרף דאָרטן, אין דעם מעסאָפּאָטאַמער זומפּ, פֿאַרבלײַבן אויף לאַנג, אפֿשר אויף עטלעכע דורות. מע דערמאָנט זיך אין די מיליטערישע באַזעס אין דײַטשלאַנד און יאַפּאַן, וואָס עקזיסטירן שוין אין משך פֿון יאָרצענדליקער. אָבער מע פֿאַרגעסט צו דערמאָנען, אַז אין יענע לענדער איז קיין בירגערקריג ניט געווען.

די פּאָליטיקער האָבן די נטיה אַרויסצורוקן קלינגווער­טער, אָבער מע טוט ווייניק, כּדי אָנצופֿילן די לאָזונגען מיט אַן אינהאַלט, מיט באַרעכטיקן די שיינע רעטאָריק. מיר שײַנט, אַז דער שורש פֿון דער פּראָבלעם ליגט טיילווײַז אין דער בילדונג-סיסטעם. מיך חידושט תּמיד, אַ שטייגער, ווי אַזוי די סטודענטן לייענען ליטעראַרישע ווערק. זיי זײַנען בדרך-כּלל ניט צוגעוווינט זיך אין דעם אַרײַנצולייענען.

איך האָב לעצטנס געלייענט י.-מ. ווײַסענבערגס דער­ציילונג "אַ שטעטל" מיט אַ קלאַס פֿון כּמעט פֿופֿציק ביזגראַדויִר-סטודענטן. איר געדענקט, אַ פּנים, אַז איינע אַ פֿרוי קלאָגט זיך דאָרטן אויף איר מאַן, וואָס ער זאָגט זיך אָפּ פֿון גטן זיך מיט איר, און אַז דער רבֿ איז אויך קעגן דעם גט, ווײַל אין זייער שטאָט איז ניטאָ קיין טײַך מיט אַ נאָמען. איז קיינעם פֿון די סטודענטן אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דער טײַך צום גט? ס׳איז אָבער וויכטיק צו וויסן, אַז דער טראַדיציאָנעלער טעקסט פֿאַר אַ גט פֿאָדערט אָנצוּווײַזן דעם נאָמען פֿונעם טײַך, אויף וועלכן עס שטייט די שטאָט, וווּ עס שפּילן זיך אָפּ די געשעענישן.

כ׳האָב ניט קיין פּראָבלעם מיט דעם, וואָס זיי האָבן עס ניט געוווּסט — צוליב דעם עקזיסטירט דאָך זייער לערער. עס אַרט מיך, אָבער, וואָס קיינער פֿון זיי האָט וועגן דעם — ווי אויך אַנדערע קלייניקייטן — ניט געפֿרעגט. גלײַכצײַטיק, זײַנען זיי גרייט צו רעדן וועגן משונהדיקע טעאָריעס, באַגריפֿן וכ׳. די צרה איז, אַז אַ קליינער פּרט קען רויִנירן די שענסטע טעאָריע.