פֿונעם אייביקן קוואַל

דעם אַכטן טאָג, נאָך זיבן טעג ספּעציעלע צוגרייטונגען, איז דער משכּן ענדגילטיק אויפֿגעשטעלט געוואָרן, און משה רבינו האָט געהייסן אַהרן און זײַנע קינדער צו ברענגען דאָרטן די ערשטע קרבנות. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "שמיני" — "דער אַכטער". דאָס איז די איינציקע סדרה אינעם גאַנצן חומש, אָנגערופֿן מיט אַ געוויסער צאָל, דערפֿאַר מוז מען זאָגן, אַז דער נאָמען אַכט טראָגט אין זיך אַ באַזונדערן סימבאָלישן באַדײַט.

דער "אַכטער טאָג" איז געווען ראָש-חודש ניסן — דער ערשטער טאָג פֿונעם ערשטן חודש אינעם יאָר; הגם דאָס יאָר הייבט זיך אָן, בדרך-כּלל, פֿון ראָש־השנה, ווערן די ייִדישע חדשים גערעכנט פֿון ניסן. די צוויי זין פֿון אהרן־הכּהן, נדבֿ און אַבֿיהוא, האָבן געבראַכט אַן אייגענעם קטורת (ווײַרעך), און זענען פֿאַרברענט געוואָרן פֿאַרן ברענגען אַ "פֿרעמד פֿײַער" אינעם משכּן. נאָכן טויט פֿון זײַנע צוויי זין, האָט אַהרן געמוזט ברענגען דעם זעלבן טאָג דעם ראָש-חודשדיקן קרבן-חטאת.

אַ כּהן, וועלכער האָט פֿאַרלוירן אַ קינד אָדער אַ ברודער, טאָר דעם זעלבן טאָג נישט עסן די קרבנות, דעריבער האָבן אַהרן און זײַנע איבעריקע זין פֿאַרברענט דעם ראָש-חודשדיקן חטאת, אָבער האָבן אים נישט געגעסן. משה רבינו האָט געטענהט, אַז אין דעם קאָנקרעטן פֿאַל האָבן די כּהנים יאָ געזאָלט עסן דעם קרבן, צוליב דער באַנײַיונג פֿונעם משכּן. אַהרן האָט דערקלערט זײַן פּאָזיציע, און משה רבינו האָט מיט אים מסכּים געווען.

ווי עס שטייט אינעם פּסוק, האָט משה גוט אויסגעפֿאָרשט דעם ענין ("דרש דרש"), און אויסגעפֿונען, אַז דער חטאת איז נישט אויפֿגעגעסן געוואָרן, און אויפֿגעבראַכט געוואָרן אויף אַהרנען. לויטן חשבון פֿון די ווערטער, געפֿינט זיך דער דאָזיקער פּסוק פּונקט אין דער מיט פֿונעם גאַנצן חומש. צווישן די ווערטער "דרש דרש" ווערט די תּורה צעטיילט אויף צווייען; מע קאָן זאָגן, אַז דאָס סימבאָליזירט דעם ענין פֿון מחלוקת, דאָס חילוקי-דעות צווישן די צוויי וויכטיקסטע פּערזענלעכקייטן פֿון דער פּרשה — משה און אַהרן.

ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז דאָס דאָזיקע מחלוקת שטעקט דווקא אינעם סאַמע צענטער פֿון דער תּורה. דער רבי נחמן בראַצלעווער האָט געזאָגט, אַז חילוקי-דעות לשם-שמים איז נישט קיין שלעכטע זאַך; אַדרבה, עקזיסטירט די גאַנצע וועלט דווקא צוליב די חילוקים, צעטיילונגען צווישן זאַכן, צײַטן און מענטשן. די מענטשלעכע עקזיסטענץ אין דער וועלט באַשטייט אינעם שטענדיקן אָננעמען אַ געוויסע פּאָזיציע, אין אַנאַליזירן די חילוקים צווישן די אָביעקטן.

מיר ווייסן, אַז די תּורה, ווי אַ גאַנקצייט, איז אייביק, און אַז זי בלײַבט תּמיד די זעלבע. ס׳איז אָבער אויך גאַנץ קלאָר, אַז די תּורה האָט אַ סך פּירושים. די זעלבע פּסוקים און ווערטער ווערן אינטערפּרעטירט דורך פֿאַרשיידענע מפֿרשים אויף פֿאַרשיידענע, אָפֿטמאָל סתּירותדיקע אופֿנים — סײַ אין פּשט, סײַ אין הלכה.

אינעם טראַדיציאָנעלן שטייגער פֿון תּורה-לערנען, שפּילן אַ גרויסע ראָלע דעבאַטן, פּערזענלעכע באַנעמונגען און פֿרישע חידושים. די חסידישע ספֿרים באַ­טאָנען, אַז די תּורה איז פֿול מיט חיות, ווי אַ לעבעדיקער אָרגאַניזם, און האַלט אין איין באַנײַען זיך און דערפֿרישן זיך. ווי אַזוי פּאָרט זיך די שטענדיקע אַנטוויקלונג פֿון דעם תּורה-לערנען מיטן יסוד פֿון אונדזער אמונה, אַז די תּורה בלײַבט תּמיד די זעלבע? אַן ענטפֿער אויף דער דאָזי­קער קשיא שטעקט אינעם נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה.

די ייִדישע וואָך באַשטייט פֿון זעקס וואָכעדיקע טעג און דעם הייליקן טאָג — שבת. די צאָל זיבן באַצייכנט אין דער תּורה דעם ציקלישן גאַנג פֿונעם אוניווערס, וווּ וואָכעדיקייט ווערט כּסדר צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט הייליקייט, בלײַבנדיק, פֿונדעסטוועגן, באַזונדער. דער הייליקער שבת ווערט שטרענג אָפּגעטיילט פֿון די וואָכן-טעג.

הגם דער משכּן איז געעפֿנט געוואָרן דעם ערשטן טאָג פֿון דער וואָך און דעם ערשטן טאָג פֿונעם חודש, זאָגט די פּרשה, אַז לגבי דער פֿריִערדיקער וואָך איז עס געווען דער אַכטער טאָג. דער "אַכטער טאָג" סימבאָליזירט דעם סאַמע פּרינציפּ פֿונעם צײַט-ציקל, דעם גײַסטיקן כּוח, וואָס בלײַבט "אין דרויסן" פֿון דער וואָך, אָבער דערמעגלעכט די וועלט צו אַנטוויקלען זיך. דער אַכטער טאָג נאָך שבת ווערט ווידער שבת; די אייביקייט און ענדערונג ווערן צונויפֿגעבונדן אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן.

הגם אונדזער פּרשה דערציילט וועגן דעם חילוקי-דעות צווישן משה און אַהרן, דערציילט זי אויך וועגן דער לייזונג פֿונעם דאָזיקן מחלוקת. דער פֿאַקט, אַז די מעשׂה שטייט פּונקט אין דער מיט פֿון דער תּורה, סימבאָליזירט דעם פּראָצעס פֿון לערנען — פֿון פֿרעגן די קשיות לשם-שמים, און לייזן זיי. דווקא דורך דעם פּראָצעס פֿון תּורה-לערנען קאָנען מיר דערשפּירן איר אייביקייט. אין משיחס צײַטן, וועלכע ווערן אָנגערופֿן "יום שכולו שבת", וועלן די מענטשן משׂיג זײַן דעם "אַכטן טאָג פֿון דער וואָך" — די גײַסטיקע מדרגה, וווּ עס ווערן בטל אַלע סתּירות און מחלוקתן.