קולטור, געשיכטע
Stefani Hoffman and Ezra Mendelsohn (eds.), The Revolution of 1905 and Russia’s Jews. Philadelphia: University of Pennsylvania Press, 2008.
Stefani Hoffman and Ezra Mendelsohn (eds.), The Revolution of 1905 and Russia’s Jews. Philadelphia: University of Pennsylvania Press, 2008.

ווי וויכטיק איז די ניט־געלונגענע רו­סישע רעוואָלוציע געווען פֿאַר דער ייִדי­שער געשיכטע? צום ערשטן מאָל אין דער לאַנגער געשיכטע פֿון פּוילן און רוסלאַנד האָבן די ייִדן גענומען אַן אַקטיוון טייל אין דער ראַדיקאַלער פּאָליטיק. זיי זײַנען געווען צווישן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון מאַסן־שטרײַקן, פֿירער פֿון די ראַדיקאַלע רע­וואָלוציאָנערע פּאַרטייען, ווי אויך צווישן די חשובֿע ליבעראַלע פּאָליטיקער און פּובליציסטן. די געשעענישן אין רוסלאַנד האָבן זיך אָפּגערופֿן אין דער גאַנצער וועלט. די פּאָגראָמען, וועלכע האָבן באַגלייט די רעוואָלוציע פֿון 1905, האָבן אַרויסגעשטויסן אַ ריזיקע כוואַליע ייִדישע עמיגראַנטן לעבֿר־הים. צווישן די עמיגראַנטן זײַנען געווען יונגע רעוואָלוציאָנערן, וועלכע האָבן גע­שאַפֿן נײַע פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס און אינסטיטוציעס אין ארץ־ישׂראַל און אַמע­ריקע. הײַנט איז מען נוהג צו באַטראַכטן די רעוואָלוציע פֿון 1905 ווי אַ הקדמה צו די שפּעטערע געשעענישן, וועלכע האָבן אויפֿגעטרייסלט די וועלט אינעם 20סטן יאָרהונדערט׃ די ערשטע וועלט־מלחמה, די רוסישע רעוואָלוציע פֿון 1917, דער ייִדישער חורבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און דער אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל.

דער הונדערט־יעריקער יוביליי פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1905 איז געוואָרן אַ תּירוץ פֿאַר די היסטאָריקער צו באַטראַכטן דאָס חשיבֿות פֿון די דאָזיקע געשעענישן אויף ס׳נײַ. אין 2004 איז אין ירושלים פֿאָר­געקומען אַן אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ אונטערן טיטל׃ "1905׃ אַ קערפּונקט אין דער ייִדישער געשיכטע?". איצט האָבן זיך די רעפֿעראַטן פֿון יענער קאָנפֿערענץ באַוויזן אין דרוק. די רעוואָלוציע ווערט באַהאַנדלט פֿון פֿינף פֿאַרשידענע קוקווינקלען. צוערשט, ווי אַ געשעעניש אין דער רוסישער גע­שיכטע, און דערנאָך אין פֿאַרשידענע ייִדישע קאָנטעקסטן׃ די רעוואָלוציע און די "ייִדישע פֿראַגע"; די רעוואָלוציע ווי אַ שיידוועג פֿאַר רוסישע ייִדן; די קולטורעלע אָפּשפּיגלונגען פֿון דער רעוואָלוציע, און, צו לעצט, ווי אַזוי די רעוואָלוציע האָט זיך אָפּגערופֿן אין אַמעריקע.

אין זײַן הקדמה פֿאָרמולירט פּראָפֿעסאָר בנימין נייטאַנס די עיקרדיקע אויפֿגאַבע פֿונעם פּראָיעקט׃ "צו ברענגען דעם לייענער פּנים־אל־פּנים מיט די אָנטיילנעמער און די עדות, צו שטעלן אים אויג אויף אויג מיטן רעוואָלוציאָנערן פּראָצעס אין זײַן צווייטײַטשיקייט". די ענינים פֿון דער שפּראַך און קולטור פֿאַרנעמען אַ חשובֿ אָרט אין דעם זאַמלבוך. חנן חבֿר (ירושלים) דערווײַזט, אַז די אָקטאָבער־פּאָגראָמען פֿון 1905 האָבן געמאַכט אַ גוואַלדיקן רושם אויף דעם יונגן העברעיִשן שרײַבער יוסף־חיים ברענער. ברענער האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער פּאָזיציע פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינ­טעליגענץ, וועלכע האָט באַשולדיקט אין די פּאָגראָמען, קודם־כּל, די רוסישע רעגירונג און די כּוחות פֿון דער פּאָליטישער רעאַקציע. פֿון ברענערס שטאַנדפּונקט, איז דאָס געווען דער אויסדרוק פֿונעם ריינעם אַנטיסעמיטיזם, וואָס האָט געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות צו דער אָדער יענער פּאָליטישער ליניע. חבֿר האַלט, אַז די געשעענישן פֿון 1905 האָבן נאָך מער פֿאַרשטאַרקט ברענערס אַלגעמיינע פּעסימיסיטשע שטימונג.

סקאָט אורי (ירושלים) האָט באַטראַכט די השפּעה פֿון 1905 אויף דוד גרין, אַ יונגערמאַן, וועלכער איז שפּעטער באַרימט געוואָרן אונטערן נאָמען דוד בן־גוריון. אין 1904 איז גרין געקומען פֿון זײַן היימשטאָט פּלאָנסק קיין וואַרשע, כּדי צוצוגרייטן זיך צו די עקזאַמענס אין אַ טעכנישן אינסטיטוט. אורי האַלט גרינען פֿאַר אַ טיפּישן פֿאָרשטייער פֿונעם "דור פֿון 1905". ווי טויזנטער אַנדערע יונגע לײַט פֿון די שטעטלעך, האָט זיך גרין געפֿילט איינזאַם אין אַ גרויסער פֿרעמדער שטאָט, און געחלומט וועגן אַ נײַעם אופֿן לעבן. דווקא אַזעלכע יונגע לײַט ווי גרין און זײַנע חבֿרים האָבן געשאַפֿן דעם יסוד פֿון דער אַקטיווער ייִדישער סאָציאַליסטישער באַוועגונג, וועלכע האָט צוגעצויגן די ייִדי­שע יוגנט פֿון שטעט און שטעטלעך פֿונעם תּחום־המושבֿ. און די געשעענישן פֿון 1905 האָבן געשפּילט דערבײַ אַ וויכטיקע פֿאָרמאַטיווע ראָלע אין דעם איבערגאַנג פֿון פּערזענלעכער פֿרײַנדשאַפֿט צו פּאָליטיק.

באַרי טראַכטענבערג (אָלבאַני, ניו־יאָרק) אַנאַליזירט די באַציִונגען צווישן דער ראַ­די­קאַלער פּאָליטיק און דעם אויפֿ­קום פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע און ליטע­ראַ­טור־פֿאָר­שונג. ווי ער ווײַזט אָן, איז עס גע­ווען ווײַט ניט קיין צופֿאַל, אַז אָט די יונגע לײַט, וועלכע זײַנען געווען פֿאַר­טאָן אין דער פּאָליטיק פֿאַר און בעת דער רע­וואָלוציע פֿון 1905 — נחום שטיף, בער באָראָכאָוו, שמואל ניגער — זײַנען שפּעטער געוואָרן פּראָפּאַגאַנדיסטן פֿון ייִדיש און ייִדישיזם. די רעוואָלוציע האָט אויפֿ­גע­הויבן דעם פּרעסטיזש פֿון ייִדיש אין די אויגן פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ. מע האָט מער ניט באַטראַכט ייִדיש מיט ביטול ווי אַ "זשאַרגאָן", נאָר ווי אַן אמתע פֿאָלקס­שפּראַך, וועלכע האָט זיך גענייטיקט אין אַ וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג און קולטו­רעלער אַנטוויקלונג.

אַלע רעפֿעראַטן אינעם באַנד פֿאַררופֿן זיך אַזוי אָדער אַנדערש אויף איין בוך, "נבֿואה און פּאָליטיק" פֿון פּראָפֿעסאָר יונתן פֿרענקעל. די דאָזיקע פֿונדאַמענטאַלע פֿאָרשונג פֿון דער ראַדיקאַלער פּאָליטישער קולטור פֿון רוסישע ייִדן צווישן 1881 און 1905 געהערט צו די קלאַסישע ווערק אויף דעם געביט פֿון ייִדישער געשיכטע, באַגלײַך מיט די ביכער פֿון הײַנריך גרעץ, שמעון דובנאָוו און סאַלאָ באַראָן. דער נײַער באַנד טראָגט אַ ווידמונג "יונתן פֿרענקעלן פֿון זײַנע קאָלעגעס, תּלמידים און פֿרײַנד", און דער אויסקלײַב פֿון רעפֿעראַטן שפּיגלט אָפּ די ברייטקייט פֿון פֿרענקעלס אינטערעסן. די דאָזיקע פּובליקאַציע דערווײַזט, אַז מען קאָן רעדן וועגן אַ גאַנצער שול, וואָס יונתן פֿרענקעל האָט געשאַפֿן דורך זײַן פֿאָרשונג און לערנען.