פֿונעם אייביקן קוואַל

"אשה כּי תזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון". די הײַנטיקע פּרשה הייבט אָן מיט די דינים פֿון אַ ייִדישער פֿרוי, ווען זי האָט אַ זון. דאָס וואָרט "תזריע" קאָן איבערגעזעצט ווערן ווי "זי וועט זיך מאַכן טראָגעדיק" אָדער, בוכשטעבלעך, "זי וועט פֿאַר­פֿלאַנצן דעם זוימען". אַזאַ אומגעוויינטלעכן אויסדרוק ווײַזט אָן דעם גײַסטיקן באַדײַט פֿונעם פּסוק. דער אייבערשטער האָט באַשאַפֿן די וועלט ווי אַ געמיש פֿון קעגנזײַטיקע כּוחות — "חסד" און "גבֿורה". "חסד", אינעם אַבסטראַקטן פֿילאָסאָפֿישן זין, איז דער אַקטיווער כּוח פֿון פֿאַרשפּרייטונג; "גבֿורה" איז דער פּאַסיווער כּוח פֿון באַגרענעצונג.

סײַ די קעגנזײַטיקע ווירקונג פֿון פֿיזישע אָביעקטן, סײַ די פּסיכאָלאָגישע באַציִונגען צווישן מענטשן, באַשטייט פֿון אָפּאָזיציעס. למשל, דאָס וואַסער אין אַן אָזערע שטרעבט תּמיד צו זיך פֿאַרשפּרייטן, אָבער ווערט באַגרענעצט מיטן ברעג; אויב דאָס וואַסער געפֿינט אַ וועג זיך אַרויסצוגיסן פֿון די ברעגן, ווערט עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ טײַך אָדער וואַסערפֿאַל, וועלכער ווערט ווידער באַגרענעצט מיט עפּעס אַ ברעג.

די מענטשלעכע באַציִונגען ווערן אויך אָרגאַניזירט נאָכן זעלבן פּרינציפּ. ווען מע טוט עמעצן חסד, מוז מען זיך רעכענען מיט זײַנע פּערזענלעכע נויטן און באַדערפֿענישן, וועלכע שאַפֿן אַ געוויסע באַגרענעצונג, וואָס פּינקטלעך זאָל מען טאָן, יענער זאָל האָבן דערפֿון הנאה.

הגם פֿאַרשפּרייטונג און באַגרענעצונג זעען אויס ווי צוויי אינגאַנצן היפּוכדיקע כּוחות, זעען מיר, אַז זיי ווערן פֿאַרבונדן אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן. אַדרבה, כּדי חסד זאָל זײַן גוט, מוז עס זײַן דווקא באַגרענעצט. אויב מע באַקט אַ טאָרט, און מע שיט אַרײַן אָן אַ שיִער צוקער, וועט דער טאָרט האָבן אַן עקלדיקן טעם; צופֿיל זיסקייט איז פּונקט אַזוי שלעכט, ווי צופֿיל ביטערקייט. דווקא באַגרענעצונגען דערמעגלעכן הנאה צו האָבן פֿון די טובֿות.

על-פּי-תּורה, ווערן די פֿרויען מער פֿאַרבונדן מיט דעם פּאַסיוון כּוח פֿון "גבֿורה", באַגרענעצונג, און די מענער — מיטן אַקטיוון כּוח פֿון "חסד". פֿונדעסטוועגן, ברענגט די דאָזיקע מענערלעכע נטיה פֿון אומבאַגרענעצטער פֿאַר­שפּרייטונג נישט זעלטן צו כּל-מיני גוואַלד און שאָדן; אַ סך מלחמות אין דער געשיכטע זענען געשען צוליב דעם, וואָס געוויסע מענער האָבן באַשלאָסן, אָפֿט מיט אַ גוטער כּוונה, אַז זיי מוזן איבערנעמען די גאַנצע וועלט.

און פֿאַרקערט, דווקא די באַשיידנקייט און אײַנגע­האַלטנ­קייט פֿון די פֿרויען ברענגט אָפֿט אַרויס דעם אמתן חסד, וואַרעמקייט און סענסיטיווקייט. מע זעט, אַז די "מע­נערלעכע" מידה פֿון אַקטיווקייט ווערט אַנטפּלעקט אויף אַ פּאָזיטיוון אופֿן דורך דער "ווײַבערלעכער" פּאַסיווקייט. דער פּסוק אין אונדזער פּרשה איז מרמז, אַז ווען אַ "פֿרוי", די פּאַסיווע זײַט פֿון דער מענטשלעכער נשמה, אַנטפּלעקט אין זיך דאָס "קערנדל" פֿון אַקטיווקייט, וועט זי מוליד זײַן אַ "זון" — די מידה פֿונעם געזונטן, מענטשלעכן חסד.

דער דאָזיקער גײַסטיקער באַדײַט פֿונעם דאָזיקן פּסוק מיינט נישט דווקא אַ בוכשטעבלעכע פֿרוי; אין יעדער מענטשלעכער נשמה זענען פֿאַראַן "מענערלעכע" און "ווײַבערלעכע" עלעמענטן. דער פּסוק ווײַזט אָן, אַז כּדי צו טאָן דעם אמתן חסד, אַרויסצוּווײַזן די געזונטע אַקטיווקייט און גרייטקייט צו העלפֿן דעם צווייטן, מוז מען אין זיך קודם אַנטוויקלען אַזעלכע פּאַסיווע אייגנשאַפֿטן, ווי אײַנגעהאַלטנקייט און זעלבסט-דיסציפּלין.

אין די חסידות-ספֿרים ווערט געבראַכט אַ משל, ווי אַזוי דער זעלבער פּרינציפּ "אַרבעט" אויך אין דער אַרומיקער נאַטור. די זון, דער קוואַל פֿון וואַרעמקייט און לעבן, שטעלט מיט זיך פֿאָר די מידה פֿון אומבאַגרענעצטן, אַבסטראַקטן "חסד", שטענדיק באַשטראַלנדיק אונדזער גאַנצע פּלאַנעט. די שטאַרקסטע זון-שײַן דערגרייכט די דרומדיקע לענדער (אויב מע רעדט וועגן דעם צפֿונדיקן טייל פֿון דעם ערדקײַלעך). די איבעריקע היץ ברענגט אָבער אויך שאָדן; דווקא אויפֿן דרום געפֿינען זיך די הייסע, טרוקענע מדבריות און סכּנותדיקע דזשונגלען, אין וועלכע דער מענטש קאָן קוים אויסלעבן.

הגם אויפֿן סאַמע צפֿון זענען אויך דאָ זייער קאַלטע געגנטן, געפֿינען זיך די לענדער מיטן באַקוועמסטן קלימאַט אין די ראַיאָנען, וואָס באַקומען בלויז אַ מעסיקע "פּאָרציע" פֿון דער זון-שײַן. דווקא דורך דעם "ווײַבערלעכן" כּוח פֿון אײַנגעהאַלטנקייט ווערט די אַקטיווע ענערגיע אַנטפּלעקט ווי אַן אמתער חסד.