פֿונעם אייביקן קוואַל

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די הלכות, וואָס האָבן צו טאָן מיטן צרעת — געוויינטלעך איבערגעזעצט ווי "לעפּרע". אין דער אמתן, ווי עס האָבן דערקלערט חז״ל, איז צרעת געווען אַ מיסטעריעזע הויט-קראַנקייט, וועלכע האָט עקזיסטירט נאָר אין די תּנ״כישע צײַטן, און האָט געדינט ווי אַ שטראָף פֿאַר רעדן לשון-הרע. דאָס צרעת האָט מטמא געווען דעם קראַנקן; כּדי זיך אָפּצורייניקן פֿון דער טומאה, האָט מען געמוזט דורכפֿירן אַ ריי ספּעציעלע טהרה-ריטואַלן.

ווײַטער ווערט אין דער סדרה דערמאָנט אַ צאָל אַנדערע קוואַלן פֿון טומאה; בײַם סוף פֿון דער פּרשה קומט אַ מיצווה, וואָס בלײַבט גאָר אַקטועל פֿאַר אונדז הײַנט — טהרת-המשפּחה. נאָך איר חודשלעכן ציקל, מוז די פֿרוי אָפּוואַרטן אַ געוויסע צײַט, און זיך טובֿלען אין אַ כּשרער מיקווה, כּדי איר מאַן זאָל מעגן זיך דערנענטערן צו איר.

די ערשטע פּרשיות פֿונעם חומש "ויקראָ", פֿאַרנעמען זיך, דער עיקר, מיט קרבנות און חיות. איצט אין די פרשיות "תזריע" און "מצורע", גייט די תּורה אַריבער צו דעם מענטש גופֿא, צו אַזעלכע ענינים, ווי דאָס געבורט פֿון קינדער און דאָס משפּחה-לעבן. די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזוי ווי דער מענטש, ווי די וויכטיקסטע באַשעפֿעניש, איז באַשאַפֿן געוואָרן בײַם סוף פֿון מעשׂה-בראשית, קומען די מענטשלעכע ענינים אין "ויקראָ" אויך שפּעטער — צוליב דעם באַזונדערן חשיבֿות פֿונעם מענטש.

מע קאָן אָבער פֿרעגן אַ קשיא: אויב דער סדר פֿון די פּרשיות ווײַזט אָן אויף אַ באַזונדערן כּבֿוד און חשיבֿות פֿון "בחיר-הנבֿראָים", פֿאַרוואָס דערציילן די לעצטע פּרשיות דווקא וועגן אַזעלכע ענינים, ווי בלוט און טומאה? לכאורה, זענען אינעם מענטשלעכן לעבן און פֿיזיאָלאָגיע פֿאַראַן מער בכּבֿודיקע און "איידעלע" ענינים. אַ טייל מענטשן טענהן, אַז די הלכות פֿון טהרת-המשפּחה ווײַזן אָן, כּלומרשט, אויף אַ באַזונדערן "חסרון" פֿון די פֿרויען.

דאָס וואָרט "טומאה" ווערט אָפֿט אָפּגעטײַטשט ווי "ריטועלע אומריינקייט". אין דער אמתן, אָבער, קאָן דער דאָזיקער טערמין בעסער אָפּגעטײַטשט ווערן, לויט זײַן גײַסטיקן באַדײַט, ווי "הפֿסק פֿון לעבעדיקייט". על-פּי-תּורה, ווערט די גרעסטע טומאה פֿאַרבונדן מיטן מענטשלעכן טויט — נישט צוליב עפּעס אַ פּערזענלעכן "חסרון" פֿונעם געשטאָרבענעם מענטש, נאָר דווקא צוליב דעם גרויסן פֿאַרלוסט, צוליב דעם, וואָס די וויכטיקסטע באַשעפֿעניש אין דער וועלט האָט פֿאַרענדיקט איר לעבנס-וועג.

די פֿרויען האָבן די אוניקאַלע מעלה — צו פֿאַרשפּרייטן דאָס נײַע מענטשלעכע לעבן אין דער וועלט. דער חודשלעכער נישט-רעאַליזירטער פּאָטענציאַל צו ברענגען אַ נײַ לעבן, איז גורם אַ טומאה, אַ הפֿסק פֿון לעבעדיקייט אין דער וועלט. דאָס הייסט, אַז די מיצווה פֿון טהרת-המשפּחה ווײַזט אָן דווקא אויף דער באַזונדערער מעלה פֿון די פֿרויען.

אין דער פֿריִערדיקער פּרשה האָבן מיר געלערנט, אַז אַ פֿרוי ווערט אויך טמא — אויף זיבן טעג, ווען זי האָט אַ זון, און אויף פֿערצן טעג, ווען זי האָט אַ טאָכטער — הגם, אין דעם פֿאַל, האָט זי יאָ רעאַליזירט איר "לעבעדיקייט"-פּאָטענציאַל. דער קאָצקער רבי האָט מסביר געווען, אַז ווען אַ פֿרוי טראָגט אַ קינד, ווערט אין איר אַנטפּלעקט דער גרויסער ג-טלעכער כּוח פֿון באַשאַפֿן. אַ טראָגעדיקע פֿרוי רעפּרעזענטירט דאָס סאַמע וווּנדער פֿון לעבן.

ווען דאָס קינד ווערט געבוירן, ווערט דאָס דאָזיקע וווּנדער ווידער באַהאַלטן — דעריבער ווערט דאָס געבורט, דער סוף פֿונעם וווּנדערלעכן פּראָצעס פֿון באַשאַפֿן דאָס נײַע לעבן, אויך פֿאַררעכנט פֿאַר אַ "הפֿסק פֿון לעבעדיקייט". נאָכן געבוירן אַ טאָכטער, בלײַבט די מאַמע טמא לענגער, ווײַל דאָס טראָגן אַ מיידל, אַ קומענדיקע מאַמע, רעפּרעזענטירט נאָך אַ גרעסער וווּנדער — די אייביקע קייט פֿון לעבן, דעם המשך פֿון דער מענטשהייט און דעם ייִדישן פֿאָלק. דערפֿאַר, ווען דער דאָזיקער נס קומט צו אַ סוף, ברענגט דאָס געבורט אַ טאָפּלטן אַראָפּגאַנג פֿון דער ניסים-וועלט צו דער געוויינטלעכער מדרגה פֿון באַזונדערער מענטשלעכער עקזיסטענץ.