ייִדיש־וועלט
יאָסל מלאָטעק
יאָסל מלאָטעק

ווען עס איז מיר לעצטנס געוואָרן פֿאָר­געלייגט אָנצושרײַבן פֿאַרן "דווקא" — דעם נײַעם העברעיִשן זשורנאַל פֿאַר ייִדישלאַנד — אַן אַרטיקל וועגן דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, איז פֿאַר מײַנע אויגן גלײַך אויפגעקומען די געשטאַלט פֿון יאָסל מלאָטעק. דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים געזען אין דער רעדאַקציע פֿונעם "פֿאָרווערטס" קורץ נאָך מײַן אַרײַנקומען אַהין, בעת מײַנעם אַ באַזוך אין ניו־יאָרק.

דאָס איז געווען אין די סוף 90ער יאָרן, נישט לאַנג פֿאַר זײַן אַוועקגיין פֿון דער וועלט. אַ פֿלעגערין האָט אים אַרײַנ­גע­פֿירט אויף אַ רעדערשטול אין דעם צימער, וווּ ער האָט געאַרבעט, און האָט אים צוגעפֿירט און געהאָלפֿן זיך צוזעצן צו זײַן שרײַבטיש. בײַ דעם טיש האָט ער, צוזאַמען מיט זײַן לעבנס־ און שאַפֿונגס־באַגלייטערין חנה מלאָטעק, געאַרבעט איבער זייער פּערלזאַפֿטיקן ליטעראַרישן אָפּטייל אין "פֿאָרווערטס". ער האָט שוין דאַן אויסגעזען ווי נישט פֿון דער־וועלט — זײַן בליק איז געווען פֿאַרשטאַרט. דערזעענדיק מיך, האָט ער אויסגעשטרעקט צו מיר זײַנע אויסגעדאַרטע הענט און זיך מיט מיר אַרומגעכאַפּט, ווי ער וואָלט זיך געקלאַמערט אין זײַן, אין אונדזער ביידנס, אַמאָל, אין יענע יונגע יאָרן, וואָס ער האָט געהאַט שוין ווײַט הינטער זיך. ער איז שוין געווען בײַ זײַנע לעצטע כּוחות. מיט אָט די לעצטע כּוחות האָט ער זיך אָנגעהאַלטן אָן דער אַרבעט, — אָן דעם שליחות זײַנעם פֿאַר ייִדיש.

די מעדעם־סאַנאַטאָריע איז געווען איינער פֿון די שענסטע חלומות, וואָס יאָסל מלאָ­טעק האָט נישט געדאַרפֿט זיי חלו­מען — ער האָט מיט זיי געלעבט, ווי אַן אָפֿטער, כ'וואָלט געזאָגט, באַזוכזיצער אין דעם קורצ­דויערנ­דיקן גן־עדן, צו וועלכן ער האָט פֿון קינדווײַז אָן געשטרעבט און אים אַליין געבויט. ער איז אַוועק פֿון דער וועלט דעם 2טן יולי 2000, — און מ'קען זאָגן אָן אַ גוזמא, אַז ער האָט איבערגעלאָזט די ייִדישע קולטור עטוואָס פֿאַריתומט און אומבאַשיצט, אָן אַ פֿאַרטרוילעכן און איבערגעגעבענעם שומר.

ער איז געווען דער אמתדיקער קולטור­טרעגער — אָדער, ריכטיקער, דער אויסטראָ­גער פֿון ייִדישער קולטור, אין פֿולן זין פֿון דעם וואָרט; אַ שרײַבער און אַ דיכטער, אַ לערער און אַ מדריך, אַ געזעלשאַפֿטלעכער טוער און אַן אויפֿטוער, אַ פּראָיעקטירער און אַן אויספֿירער, אַ רעציטאַטאָר און אַ זינגער בציבור, אַן עסעיִסט און אַ לעקטאָר, אַ רעדאַקטאָר און אַ רעדנער. ער איז גע­ווען פֿאַר ייִדיש — אַלץ. און איבער אַלץ איז ער געווען אַן אידעאַליסט פֿון העכסטן ראַנג. ייִדישע קולטור איז געווען פֿאַר אים דער עיקרדיקער טרײַב־מאָטאָר פֿון זײַנע בונדיש־סאָציאַליסטישע אידעאַלן.

יאָסל מלאָטעק איז געווען שעפֿעריש אַקטיוו אויף אַלע סטעזשקעס פֿון זײַן לעבנס־וועג, און ייִדיש איז געווען זײַן צערטל־קינד און זײַן לעבנס־ווערק, פֿון וועלכן ער האָט זיך נישט געשיידט אויף אַלע סטאַציעס פֿון די וואָגלענישן פֿון זײַן דור, אָנהייבנדיק פֿון זײַן קינדהייט אין דעם פּוילישן שטעטל פּרושעוויץ אין דער געגנט פֿון קעלץ — פֿון יענעם קעלץ, אין וועלכן דער לעצטער פּאָגראָם אין יולי 1946 האָט אָנגעצייכנט דעם אָנהויב פֿון יציאת־פּוילן, דעם סוף פֿון פּוילישן ייִדנטום.

יאָסל מלאָטעק איז אָבער געווען "אַ וואַרשעווער". קיין וואַרשע איז ער גע­קומען צו זיבן יאָר מיט זײַן משפּחה, אין 1925, און איז דאָ אויפֿגעוואַקסן "אין אָרעמקייט און אין ליכט", כאָטש זײַן פֿיזישע היים איז געווען אין אַ פֿינצטערן קעלער. זײַן ליכטיקע גײַסטיקע היים איז אָבער געווען אין דער ייִדיש־וועלטלעכער מיכאַלעוויטש־שול פֿון ציש"אָ.

ווען איך האָב אים באַקענט, אַן ערך אַכט אָדער נײַן יאָר נאָך זײַן אָנקומען ווי אַ קליין ייִנגעלע קיין וואַרשע, איז דער נאָמען יאָסל מלאָטעק שוין געווען אַ שם־דבֿר אין "אונדזערע קרײַזן", דאָס הייסט אין דעם סאָציאַליסטישן קינדער־פֿאַרבאַנד "סקיפֿ", וווּ ער איז שוין געווען אַ מדריך, אַ "העלפֿער", ווי דאָס האָט בײַ אונדז גע­הייסן; און אויב איך בין זיך נישט טועה, איז יאָסל שוין געווען דער סעקרעטאַר פֿון דעם קינדער־פֿאַרבאַנד, וועלכער איז גע­שאַפֿן געוואָרן מיט געציילטע יאָרן פֿריִער, אין 1926.

אָבער אַ סך נאָענטער האָב איך אים באַקענט אין דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, אין יענעם לעגענדאַרן מוסטער־אַנשטאַלט, וואָס האָט אין זײַן קורצער עקזיסטענץ באַ­וויזן אַרײַנצושרײַבן איינס פֿון די שענס­טע קאַפּיטלעך אין דער געשיכטע פֿון דעם אויפֿבליִענדיקן ייִדיש־וועלטלעכן סעק­טאָר פֿון פּוילישן ייִדנטום צווישן ביידע וועלט־מלחמות. די סאַנאַטאָריע, אויפֿן נאָמען פֿון וולאַדימיר מעדעם, דער מנהיג, וועלכער איז באַצייכנט געוואָרן ווי "די לעגענדע פֿון דער ייִדישער אַרבעטער־ באַוועגונג", איז געווען די סאַמע פּאַסיקסטע "טעריטאָריע" פֿאַר דער געשטאַלטונג און זעלבסט־אַנטפּלעקונג פֿון יאָסל מלאָטעקס פּערזענלעכקייט. אָט דער געזונטהייטלעך דערציִערישער מוסטער־אַנ­שטאַלט, וועלכער איז געבויט געוואָרן ווי אַ מאָדעל פֿון אַ פֿרײַהייטלעכער קינ­דער־רעפּובליק, מיט אַ קינדערשער זעלבסט­פֿאַרוואַלטונג און מיט ייִדיש ווי די אומ­גאַנג־שפּראַך, איז פֿאַר די קינדער גע­ווען אַ טיפֿע איבערלעבונג אויפֿן גאַנצן לעבן, אַן אמתדיקער קינדער־גן־עדן אויף דער ערד. דאָ האָט יאָסל מלאָטעק געהאַט די גרויסע געלעגנהייט אַרויסצוּווײַזן זײַנע הויכע גע­זעל­שאַפֿטלעכע קוואַליפֿיקאַציעס — מיט אַלע זײַנע שעפֿערישע איניציאַטיוון און מיט זײַנע אָנפֿירערישע אייגנשאַפֿטן.

בעת זײַן יעדן פּעריאָדישן אויפֿהאַלט אין דעם אַנשטאַלט, פֿלעגט ער ווערן אויס­געוויילט דורך די קינדער, ווי דער פֿאָר­זיצער פֿון דעם קינדער־ראַט, וואָס איז גע­ווען אַ מין קינדער־פּאַרלאַמענט פֿון דער קליינער "רעפּובליק", רעדאַקטאָר פֿון דעם טעגלעכן "ראַדיאָ", און פֿלעגט אויספֿירן כּלערליי אַנדערע פֿונקציעס פֿון דער קינדערשער זעלבס־טעטיקייט. ער האָט געשריבן לי­דער און פּאַראָדיעס, פֿאַר­פֿאַסט צוזאַמען מיטן לערער "באַטקע" די פּראַכטפֿולע קינדער־אָפּערעטע "דער שפּײַכלער", וואָס איז געוואָרן דאָרט אויפֿגעפֿירט דורך די קינדער, אאַז"וו. גאָר שטאַרק איז געווען זײַן צער און זײַן נאָגנדיקע בענקשאַפֿט נאָך יענער קוזשניע פֿון אינטעגראַלער מענטש­לעכקייט, די מעדעם־סאַנאַטאָריע, וואָס האָט געהיילט די קינדערשע נשמות און איז אַזוי אַכזריותדיק פֿאַרשניטן געוואָרן דורך דער היטלערישער בעסטיע אין יענעם שוואַרצן טאָג פֿון 20סטן אויגוסט 1942.

מיט דער זעלבער ענערגיע און שע­פֿע­רי­שער איניציאַטיוו ווי אין דער מע­דעם־סאַנאַטאָריע, איז יאָסל מלאָטעק גע­ווען אַקטיוו אויך אין דעם קינדער־פֿאַר­באַנד "סקיפֿ". אין 1930סטן יאָר האָט ער דע­ביוטירט מיט זײַנע לידער אין דער קינדער־אויסגאַבע "די קליינע פֿאָלקסצײַטונג", און שפּעטער זיך געדרוקט אין "קינדער־פֿרײַנד", ווי אויך אין "קינדער־זשורנאַל", דערנאָך אין "יוגנט־וועקער" פֿונעם יוגנט־בונד "צוקונפֿט", און געוואָרן אַ סטאַבילער מיטאַרבעטער, רעפּאָרטער פֿון אַרבעטער־ענינים אין דער בונדישער "פֿאָלקסצײַטונג" — שוין פֿאַר די עלטערע לייענער.

אין יעדן אָרט, וווּ נאָר דער גורל האָט אים געטריבן מיטן אויסברוך פֿון דער היטלער־מלחמה, האָט ער נישט גערוט, נישט אַוועקגעלייגט די פֿעדער און נישט אויפֿגעהערט זײַן געזעלשאַפֿטלעכע און שרײַבערישע שעפֿערישקייט. ער האָט אויך אומעטום געשטרעבט זיך צו לערנען, אויסברייטערן זײַן וויסן. אין ווילנע, וווּ ער איז אָנגעקומען מיטן ערשטן פּליטים־שטראָם, איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון נוח פּרילוצקי בײַם אויפֿנעמען גבֿית־עדותן פֿון ייִדישע פּליטים פֿון פּוילן, און אין דער זעלבער צײַט געוואָרן פּראָ־אַספּיראַנט פֿון ייִוו"אָ. אָנקומענדיק פֿון דאָרט אין 1941 קיין שאַנכאַי, איז ער געוואָרן אַקטיוו צווישן די ייִדישע פּליטים אין דער כינעזישער אַזיל־שטאָט, זיך באַטייליקט מיט לידער אין ייִדישע אויסגאַבעס, וואָס זענען דאָרט צו יענער צײַט דערשינען.

נאָך דער מלחמה, אַרומקוקנדיק זיך אויף דעם ייִדישן חורבן און אויף דער צעטרייסלטער וועלט, באַשליסט ער נישט אומצוקערן זיך צוריק קיין פּוילן און קיין אייראָפּע בכלל. ער קומט אָן אין 1947 קיין קאַנאַדע, ווערט באַשעפֿטיקט אין משך פֿון צוויי יאָר ווי אַ לערער אין דער ייִדישער שול אין דער שטאָט קאַלגאַרי, און אין 1949 ווערט ער "אַרויסגעפֿאָדערט" אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און באַזעצט זיך אין ניו־יאָרק — דאָ צעשפּרייט ער זײַנע פֿליגל און אַנטוויקלט זײַן ברייטפֿאַרמאָסטענע שעפֿערישע קאַריערע אויף אַלע געביטן פֿון דער ייִדישער קולטור.

יאָסל מלאָטעק האָט אין דעם ייִדישן לעבן אין אַמעריקע צוריקגעבראַכט דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן נוסח אין זײַן מאָדער­נעם לבֿוש פֿון די 30ער יאָרן. ווען דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך געדרוקט מיטן אַלטן ייִדישן אויסלייג, מיט די "שטומע הא, אלף און עין", האָט דער אָפּטייל פֿון יאָסל און חנה מלאָטעק גענאָסן פֿון דער שפּראַכלעכער אויטאָנאָמיע פֿאַר דעם מאָדערנעם אויסלייג פֿון "ייִוואָ" (אָבער, ווי ער האָט זיך פֿאַר מיר פֿאַרטרויט, איז ער נישט געווען זייער גליקלעך מיט דעם טרוקענעם קאַנאָן פֿון דער אַזויגערופֿענער "פּוריסטישער שיטה").

אין די יאָרן פֿון זײַן אָנפֿירונג מיטן קולטור־אָפּטייל פֿונעם "אַרבעטער־רינג" האָט יאָסל מלאָטעק געלייגט זײַן חותם אויף דעם סטיל, נוסח און ריכטונג פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט נישט נאָר אין אַמעריקע. ער איז געווען פֿון אַלעמען געשאַצט, באַליבט — און ביז גאָר פֿאָלקס­טימלעך באַשיידן.

אין מײַן זכּרון האָט זיך טיף אײַנגע­קריצט יענער, פֿאַר מיר אומפֿאַרגעסלעכער, אָוונט ביז שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן בײַ יאָסל און חנה מלאָטעקן אין זייער באַ­שיי­דענער דירה אין די בראָנקס — בעת מײַן ערשטן גאַסט־באַזוך אין ניו-יאָרק, אין 1971. איך בין שוין דעמאָלט געווען אַ זשורנאַליסט, אַ רעדאַקציע־מיטגליד אין דער ישׂראלדיקער ייִדישער טאָג־צײַטונג "לעצטע נײַעס". מײַן געוועזענער מדריך אין דעם קינדער־פֿאַרבאַנד אין וואַרשע, און דערנאָך מײַן עלטערער פּען־קאָלעגע, מיט אַ וועלכע פֿינף און דרײַסיק יאָר שפּעטער, האָט דעמאָלט צוזאַמענגעבראַכט אין זײַן שטוב קרובֿ פֿינף צענדליק חבֿרים פֿון דער אַמאָליקער חרובֿ געוואָרענער היים. צווישן די פֿאַרזאַמלטע איז געווען די מוטיקע פֿאַרבינדלערין פֿון דער אונטערערדישער באַוועגונג אין וואַרשעווער געטאָ מיט די דרויסנדיקע אָרגאַניזאַציעס, וולאַדקע מיד (פֿייגעלע פּעלטעל, ווי מיר האָבן זי געקענט), און נאָך אַ סך יוגנט־חבֿרים פֿון פֿאַרשיידענעם עלטער. יעדער איינער פֿון אונדז איז געווען אָנגעלאָדן מיט די אומגעוויינלעכע דערפֿאַרונגען פֿון יענע אומגעוויינלעכע יאָרן.

דאָס איז געווען אונדזער ערשטע קאָלעקטיווע באַגעגעניש, זינט דער היט­לער־מלחמה. איך דערמאָן זיך, ווי יאָסל איז געזעסן מיט פֿאַרלייגטע פֿיס אויף דער סאָפֿע, מיט זײַן גיטאַרע אין דער האַנט און מיר אַלע האָבן זיך געוויגט און געזונגען צוזאַמען מיט אים די אַלטע יוגנט־לידער, וואָס האָבן אונדז יענעם זיסן שפּעטן אָוונט צוריקגעבראַכט, ווי אין חלום, צו יענער פֿאַרלוירענער וועלט.

און דערנאָך — יענע לעצטע באַגעגעניש מײַנע מיט יאָסלען אַ פּאָר צענדליק יאָרן שפּעטער, ווען איך האָב אים געטראָפֿן אַן אומבאַהאָלפֿענעם בעתן אַרײַנפֿירן אים אויף דער רעדערשטול צו זײַן שרײַבטיש אין דער רעדאַקציע, און ווען ער האָט זיך מיט מיר אַרומגעכאַפּט און אַזוי האַסטיק געאָטעמט אין אונדזער לעצטן קורצן שמועס. נאָך דעם האָט ער זיך גענומען צו זײַן רעדאַקציאָנעלער אַרבעט. ער האָט גע­פֿירט איבעראַנאַנד די צוויי גרויסע אָפּ­טיילן אין דער צײַטונג: "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" (צוזאַמען מיט חנה גאָר­דאָן־מלאָטעק) און "אין דער וועלט פֿון ייִדיש" (אונטערן פּסעוודאָנים "י. האַמער").

מיט ציין און נעגל האָט ער אין משך פֿון יאָרן זיך געקלאַמערט אין זײַן שרײַבערישן באַרוף, בעת ער האָט אין דער זעלבער צײַט זיך געראַנגלט מיט זײַנע קראַנקהייטן, מיט זײַנע אָפֿטע האַרץ־אַטאַקעס — און האָט נישט אויפֿגעגעבן, נישט אויפֿגעהערט שאַפֿן, אַפֿילו אויף זײַן קראַנקן־בעט, נישט געוואָלט פֿאַרלאָזן זײַן וואַך־פּאָסטן ווי דער שומר פֿון דער ייִדישער קולטור.