אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

אין עפּעס אַ דאָקומענטאַר־פֿילם האָב איך מיט יאָרן צוריק געזען, ווי וולאַדיסלאַוו גאָמולקאַ, דער פֿירער פֿון סאָציאַליסטישן פּוילן, איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ הייסער רע­דע פֿאַר אַ גרויסן עולם פֿון הויכגעשטעלטע פּאָליאַקן. דער קאָמוניסטישער מנהיג האָט דערציילט זיי וועגן די "פֿאַרברעכנס" פֿון די היגע "ציוניסטן". דער עולם האָט רעאַ­גירט ווי עס האָט געדאַרפֿט צו זײַן: מיט קללות אין דעם אַדרעס פֿון די ייִדן. דאָס איז גע­ווען אין 1968, ווען די פּוילישע ייִדן האָט מען קלאָר געוויזן, אַז זיי האָבן ניט מער וואָס צו טאָן אין לאַנד. און די אויס­לענ­דישע ייִדישע הילף-אָרגאַניזאַציעס — דעם "דזשוינט" און דעם "אָרט" — האָט מען פּשוט משלח געווען.

דאָס איז געווען דער סוף פֿון דעם "נוסח פּוילן", וועגן וועלכן מע האָט אָפֿט גערעדט און געשריבן אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה. אַ סך מענטשן, סײַ אין פּוילן סײַ אין אַנדערע לענדער, האָבן געגלייבט (צי געוואָלט גלייבן), אַז דער ייִדישער ייִשובֿ אין דער קאָמוניסטישער מדינה האָט געהאַט אַ פֿעסטן יסוד פֿאַר געזעלשאַפֿטלעכער, קול­טורעלער און עקאָנאָמישער טעטיקייט. מיט דער הילף פֿון אויסלענדישע ייִדן, דער עיקר דורך דעם "דזשוינט" און "אָרט", האָבן געאַרבעט ייִדישע קאָאָפּעראַטיוון, קלובן, שולן, דער טעאַטער אין וואַרשע, ווי אויך דער פֿאַרלאַג "ייִדיש בוך", דער זשורנאַל "ייִדישע שריפֿטן" און די צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע".

אין 1968 איז די דאָזיקע כּמו-אויטאָנאָמיע, געשאַפֿן אין די יאָרן נאָכן חורבן, כּמעט אין גאַנצן רויִנירט געוואָרן. די מלוכה האָט ניט געוואָלט עס מער טאָלערירן. שוין אָפּ­געשמועסט פֿון דעם, וואָס די ייִדישע באַ­פֿעלקערונג האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פּאַסיק כּפּרה-הינדל. דער מצבֿ, קודם-כּל אין דער עקאָנאָמיע, איז געווען גאָר ניט קיין פֿויגלדיקער, אַזוי אַז עמעצן האָט מען געדאַרפֿט באַשולדיקן. דערצו, האָבן זיך געבונטעוועט די סטודענטן; און דאָס האָט מען אויך געקענט "דערקלערן" ווי אַ ציוניסטישע פּראָוואָקאַציע, בפֿרט נאָך אַז ייִדן האָבן טאַקע געשפּילט פֿירנדיקע ראָלעס אין די פּראָטעסטן.

האָט מען דעמאָלט די ייִדן באַשולדיקט אין כּלערליי חטאָים, קודם-כּל אין סימ­פּאַ­טיעס צו ישׂראל און, בכלל, צו דעם קאַפּי­טאַליסטישן מערבֿ. ווי אַ פּועל-יוצא האָבן הונדערטער ייִדישע אינטעלעקטואַלן און פֿונק­ציאָנערן פֿאַרלוירן זייערע שטעלעס. מע האָט פֿאַקטיש אונטערגעשטופּט די ייִדן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. אין אַפּריל, ווען מע האָט אָפּגעמערקט 25 יאָר זינט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, האָט מען ניט דערלויבט צו קומען קיין אויס­לענדישע דעלעגאַציעס. דאָס איז אויך געווען אַ סיגנאַל, וואָס מע האָט ניט געדאַרפֿט צו פֿיל פֿאַרטײַטשן.

מיט אַן אָנדערטהאַלבן יאָר צוריק האָב איך אין אַ ייִדישן ביכער-געשעפֿט אין קראָקע דערזען אַ בוך פֿון דאַריִוש סטאָ­לאַ "אַנטי-ציוניסטישע קאַמפּאַניע אין פּוילן אין 1967—1968" (Kampania antysyjonistyczna w Polsce, 1967‑1968), וואָס איז אַרויס אין וואַרשע נאָך אין יאָר 2000. דער פֿאַרקויפֿער האָט מיר דעמאָלט גע­זאָגט: "איר האָט אויסגעקליבן דאָס ריכ­טיקע בוך. קיין בעסערע פּובליקאַציע וועגן יענע צײַטן איז ניטאָ."

די דאָזיקע קאָמפּעטענטע פֿאָרשונג איז באַזירט אויף אַרכיוון-דאָקומענטן, וועלכע דערקלערן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער אַנטי-ייִדישער העצע. די סטאַטיסטיק פֿון עמיגראַציע ווײַזט ווי זי איז געוואַקסן זינט מאַרץ 1968: 66 אין מאַרץ, 134 אין אַפּריל, 224 אין מײַ, 577 אין יוני. בסך-הכּל זײַנען אין 1968 אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל 3,437 נפֿשות, און אין די יאָרן 1968—1971 — 12,927 נפֿשות. הגם די עמיגראַציע איז אָפֿיציעל געווען קיין ישׂראל (פֿונעם לאַנד האָט מען דאָך כּלומרשט געטריבן די "ציוניסטן"), זײַנען אַהין אָנגעקומען ווייניקער ווי אַ העלפֿט פֿון אָט די טויזנטער געוועזענע פּוילישע בירגער. אַ סך עמיגראַנטן האָבן זיך באַזעצט אין שוועדן, דענמאַרק און אַנדערע לענדער.

ווען די אָנגעקומענע קיין שוועדן האָט מען געפֿרעגט וועגן זייער אידענטיטעט, האָבן כּמעט 60 פּראָצענט געענטפֿערט, אַז פֿאַר דער אַנטי-סעמיטישער קאַמפּאַניע האָבן זיי זיך געהאַלטן פֿאַר פּאָליאַקן — אָדער פֿאַר סתּם פּאָליאַקן (27 פּראָצענט), אָדער פֿאַר ייִדיש-אָפּשטאַמיקע פּאָליאַקן (32 פּראָצענט). ניט צופֿעליק האָבן זיי בײַ אַנדערע ייִדן (כ׳האָב עס ניט איין מאָל געהערט אין שוועדן) באַקומען דעם נאָמען "פּאָליאַקן". צווישן די עמיגראַנטן פֿון יענע יאָרן זײַנען גע­ווען אַ סך הויך-קוואַליפֿיצירטע מענטשן, ווי אויך ניט ווייניק איבערגעגעבענע קאָ­מו­ניסטן. כאַראַק­טעריס­טיש, אַז צווישן די 998 פּענ­סיאָניר­טע לײַט, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט פּוילן, האָבן 204 באַקומען ספּעציאַליזירטע פּענ­סיעס, ווי אַן אָנערקענונג פֿון זייערע וויכ­טיקע פֿאַרדינסטן פֿאַר דער פּאַרטיי און מלוכה.

"ייִדישע ייִדן" זײַנען אויך געווען אין דעם עמיגראַציע-שטראָם. דער ייִדישער טעאַטער האָט דעמאָלט פֿאַרלוירן 23 אַק­טיאָרן, בראָש מיט אידאַ קאַמינסקאַ — זי האָט אָנגעפֿירט מיטן וואַרשעווער טעאַטער זינט 1955. די צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע" האָט נאָר אין משך פֿון 1968 פֿאַרלוירן 40 פּראָצענט פֿון אירע שטענדיקע לייענער. אין 1968 האָט מען פֿאַרמאַכט דעם פֿאַרלאַג "ייִדיש בוך" און דעם זשורנאַל "ייִדישע שריפֿטן". מע האָט באַזײַטיקט און אַרויסגעשטופּט פֿון פּוילן די גאַנצע אָנפֿירונג פֿון די ייִדישע קולטור-אינסטיטוציעס.

אַזוי האָט זיך פֿאַרענדיקט דער ייִדי­שער עקספּערימענט אין פּוילן. אייניקע ציניקער האָבן אין יענע יאָרן געטענהט, אַז גאָמולקאַ פֿאַרדינט אַ לויבגעזאַנג, ווײַל ער האָט דערמאָנט די ייִדן אַז זיי זײַנען ייִדן. ס׳איז אַ מאָדנע לאָגיק. אין דער אמתן, האָט ער דערמאָנט אַן אַנדער זאַך — אַז אַ טאָטאַליטאַרער רעזשים, בפֿרט אין אַ נאַציאָנאַליסטיש לאַנד, קען טאָלערירן נאָר געוויסע, זייער באַגרענעצטע פֿאָרמען פֿון אויטאָנאָמיע פֿאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. דער "נוסח פּוילן" איז געווען אַ קאָנסטרוקציע, אויסגעבויט פֿון זאַמד אויף אַ ים-ברעג.