געשיכטע

װי באַװוּסט, איז דער „פֿאָרװערטס‟ גע­װען אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, געגרינדעט מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן דעם סאָציאַליס­טישן געדאַנק צװישן די ברײטע ייִדישע מאַסן. די צײַטונג איז גיך געװאָרן אײנע פֿון די הױפּט־זײַלן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַר­טײ, און געשטיצט זי אין אַלע װאַלן — נישט נאָר מיט װערטער, נאָר אױך מיט געלט. דער „פֿאָרװערטס‟ איז דעמאָלט גע­װען זײער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט, װאָס האָט טאַקע געבראַכט אַ סך געלט, בעת אין ס׳רובֿ סאָציאַליסטישע און אַרבעטער־אָרגאַניזאַ­ציעס האָט געהערשט אַ גרױסער מאַנגל אין מאַטעריעלע רעסורסן. דער „פֿאָרװערטס‟ איז נישט בלויז געװען די פֿאַרשפּרײטסטע ייִדישע צײַטונג אױף דער װעלט, נאָר אױך די גרעסטע פֿון אַלע סאָציאַליסטישע צײַטונגען אין לאַנד.

דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרװערטס‟, אַב׳ קאַהאַן, איז דעריבער געװאָרן אַ מעכטיקע פֿיגור אין דער ניו־יאָרקער פּאָליטיק. אין די 30ער יאָרן, אָבער, איז געקומען אַ בײַט. כאָטש דער „פֿאָרװערטס‟ האָט, װי אַלע מאָל, גע­שטיצט דעם סאָציאַליסטישן קאַנדידאַט, נאָר­מאַן טאָמאַס, אין די פּרעזידענטן־װאַלן פֿון 1932, האָט מען באַלד דערנאָך געקענט באַ­מערקן אין דער צײַטונג אַן ענדערונג, לטובֿת דער אַדמיניסטראַציע פֿון דעם נײַעם דעמאָ­קראַטישן פּרעזידענט, פֿראַנקלין דעלאַנאָ רוז­װעלט. קאַהאַן אַלײן איז געװאָרן אַ װאַ­רעמער פֿאַרערער פֿון דעם פּרעזידענט, און זײַן „ניו דיל‟. אױף אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַראיין, ווי ס׳האָבן איבערגע­געבן די ענגלישע צײַטונגען, האָט קאַהאַן געלױבט דעם פּרעזידענטס איניציאַטיװן און אים פֿאַרבעטן צו װערן אַ מיטגליד פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ. קאַהאַן האָט דאָס דעמאָלט געלײקנט, נאָר ער האָט מודה געװען, אַז ער האַלט שטאַרק פֿון רוזוועלטס ענערגיש באַקעמפֿן דעם עקאָנאָמישן קריזיס, ווי אויך זײַנע פּראָגראַמען, לטובֿת די אַרבע­טער און דער אַרבעטער־באַװעגונג.

קאַהאַן איז אָבער נישט געװען דער אײנציקער. אַ טייל אַנדערע מיטגלידער פֿון דער אַזױ־גערופֿענער „אַלטער גװאַרדיע‟ פֿון מעסיקע סאָציאַליסטן זײַנען געװאָרן פֿאַרברענטע אָנהענגער פֿונעם פּרעזידענט רוזוועלט און זײַן אַדמיניסטראַציע; פֿון דער אַלגעמײנער ייִדישער באַפֿעלקערונג איז שױן אָפּגערעדט. װי אײנער האָט געזאָגט: ייִדן האָבן דעמאָלט געהאַט „דרײַ װעלטן‟: „די װעלט, יענע װעלט, און רוזװעלט‟.

קאַהאַן האָט נאָך אַלץ פֿאַרמאָגט זײַן חוש פֿון דערטאַפּן די געפֿילן פֿון די ברײטע מאַסן. אין 1936, האָט דער „פֿאָרװערטס‟ זיך געקליבן צו שטיצן רוזװעלטן, צוזאַמען מיט כּמעט אַלע אַנדערע טײלן פֿון דער ייִדישער אַרבעטער־באַװעגונג, אַרײַנגערעכנט דעם „אַרבעטער־רינג‟ און די פּראָפֿעסיאָנאַלע פֿאַר­אײנען. אין דער זעלבער צײַט איז אָנגע­גאַנגען אַן אינערלעכער קאַמף צװישן די „רעכטע‟ און „לינקע‟ פֿליגלען פֿון סאָציאַ­ליסטישער פּאַרטײ. װען די „לינקע מילי­טאַנטן‟ האָבן געװוּנען, האָט די רעכטע „אַלטע גװאַרדיע‟ זיך געשפּאָלטן, און געגרינדעט אין ניו־יאָרק אַ נײַע פּאַרטײ, די „אַמעריקאַן לייבאָר פּאַרטי‟.

די „אַמעריקאַן לייבאָר פּאַרטי‟ האָט גע­געבן דעם „פֿאָרװערטס‟ און אַנדערע אַלטע סאָציאַליסטן אַ מעגלעכקײט צו שטיצן אַזעלכע פּראָגרעסיװע פּאָליטיקער, װי פֿראַנ­קלין רוזװעלט, הערבערט לעהמאַן, דעם גובערנאַטאָר פֿון שטאַט ניו־יאָרק, און פֿיאָ­רעלאָ לאַ גואַרדיאַ, דעם ניו־יאָרקער ביר­גערמײַסטער, און אַליין זיך אויך אָנצושליסן אין דער דעמאָקראַטישער פּאַרטײ, װעלכע איז געװען אין ניו־יאָרק באַהערשט פֿון דער קאָרומפּירטער קאָנסערװאַטיװער „מאַשין‟ פֿון טאַמאַני האָל. דער „אַמעריקאַן לייבאָר פּאַרטי‟, װאָס איר פּראָגראַם איז געװען אַ סאָציאַל־דעמאָקראַטישע, הגם נישט אַן אױס­געשפּראָכן־סאָציאַליסטישע, האָט אױך גע­געבן אירע אָנהענגער אַ מעגלעכקײט װײַטער אָנצופֿירן מיט אַן אומאָפּהענגיקער אַרבעטער־פּאָליטיק, צוזאַמען מיט די אַנדערע ליבע­ראַלע און פּראָגרעסיװע עלעמענטן.

די איראָניע איז אָבער באַשטאַנען אין דעם, װאָס די קאָמוניסטן האָבן אין פּונקט דעם זעלבן מאָמענט אָנגענומען אַן ענלעכע פּאָליטישע פּאָזיציע. לױט דעם באַפֿעל פֿון מאָסקװע, האָבן די קאָמוניסטישע פּאַרטײען אין דער גאַנצער װעלט געפּרוּווט זיך צו פֿאַראײניקן מיט די סאָציאַל־דעמאָקראַטן און ליבעראַלן, כּדי צו שאַפֿן אַ פֿאַראייניקטן פֿאָלקס־פֿראָנט קעגן דעם פֿאַשיזם. אין ניו־יאָרק האָט דאָס געהײסן, אַז די קאָמוניסטן זײַנען אַרײַן אין דער „אַמעריקאַן לייבאָר פּאַרטי‟. די „לינקע‟ (פּראָ־קאָמוניסטישע), און „רעכטע‟ (סאָציאַל דעמאָקראַטיש/ליבעראַלע) פֿליגלען פֿון דער פּאַרטײ, האָבן געפֿירט אַ ביטערן קאַמף, ביז די „לינקע‟ האָבן מנצח געװען אין 1944.

צום סוף, האָבן די „רעכטע‟ זיך װידער געשפּאָלטן, און פֿאָרמירט נאָך אַ פּאַרטײ — די „ליבעראַל פּאַרטי‟. דער „פֿאָרװערטס‟ האָט װידער געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דער נײַער פּאַרטײ, באַזונדערס אַלכּסנדר קאַהן, דער פֿאַרװאַלטער פֿונעם „פֿאָר­װערטס‟, װי דער װיצע־פֿאָרזיצער און אַן אָפֿטער װאָרטזאָגער פֿון דער „ליבעראַל פּאַרטי‟. אַב. קאַהאַן איז שױן דעמאָלט געװען איבער אַכציק יאָר אַלט, װען די נײַע פּאַרטײ איז געשאַפֿן געוואָרן, און האָט אױך געשריבן אַרטיקלען און לײט־אַרטיקלען אין דער צײַטונג, לטובֿת די ליבעראַלן. דער ציל פֿון דער „ליבעראַל פּאַרטי‟ איז געװען, װי ער אַלײן האָט עס אױסגעדריקט, צו שאַפֿן „אַ בעסערע און שענערע װעלט‟. זי האָט פֿאַר­לאַנגט, אַז די רעגירונג זאָל שאַפֿן פּראָ­גראַמען צו העלפֿן די אַרבעטער און אָרעמע פֿאָלקס־מאַסן: אַ ברײטערע פּראָגראַם אױפ­ֿצו­בױען װױנונגען, װאָס אָרעמע און מיטל־מעסיקע מענטשן זאָלן זיך קענען פֿאַרגינען; אוני­װערסאַלע מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג; פֿאַרבע­סערטע סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג און אַרבעטלאָ­זיקײט־בענעפֿיטן פֿאַר אַלע אַרבע­טער; ווי אויך פּראָגראַמען, וואָס האָבן גע­פּרוּווט צו באַקעמפֿן די אַרבעטלאָזיקײט בכלל.

די „ליבעראַל פּאַרטי‟ האָט אױך גע­שטיצט די געזעץ־פּראָיעקטן, װאָס האָבן גע­זאָלט פֿאַרטײדיקן ציװילע רעכט און גלײַכ­הײט פֿאַר אַלע בירגער, אומאָפּהענגיק פֿון ראַסע, רעליגיע און נאַציאָנאַלן אָפּשטאַם. װאָס שײך דער אױסערן־פּאָליטיק, האָט די פּאַרטיי זיך געשטעלט קעגן אַלע פֿאָרמען פֿון אימפּעראַליאַליזם און דיקטאַטור, סײַ פֿון „רעכטס‟, סײַ פֿון „לינקס‟. זי האָט אָנערקענט די גרױסע סכּנה, װאָס דער קאָמוניזם האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט. די ליבעראַלע פּאַרטײ איז געװען אַן אַרבעטער־פּאַרטײ, װאָס האָט פֿאַראײניקט אַ צאָל מעכטיקע „יוניאָנס‟, אַרײַנגערעכנט דעם „International Ladies' Garment Workers' Union‟ מיט אומאָפּהענ­גיקע פּראָגרעסיװע אינטעליגענטן און פּאָ­ליטיקער. זי האָט פֿאָרגעשטעלט אַ פּראָגראַם, װאָס האָט אונטערגעשטראָכן, אַז ס׳איז וויכטיק, די רעגירונג זאָל פֿירן די עקאָנאָמיע אין לאַנד, און גאַראַנטירן אַ געזעלשאַפֿט פֿון גלײַכהײט און פֿרײַהײט.

די „ליבעראַל פּאַרטי‟ איז אָבער נישט געװען קײן סאָציאַליסטישע פּאַרטײ. זי האָט אױך אָנערקענט, אַז די פּריװאַטע אונטער­נע­מונגען און פֿירמעס דאַרפֿן שפּילן אַ צענ­טראַלע ראָלע אין דער עקאָנאָמיע, כּדי זי זאָל װאַקסן און שאַפֿן אַ רײַכערן מאַטעריעלן וווילשטאַנד פֿאַרן פֿאָלק. פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע: צי האָט די „ליבעראַל פּאַרטי‟ מיט זיך פֿאָרגעשטעלט טאַקע אַ המשך, אָדער געווען אָפּגעריסן פֿון דער פֿריִערדיקער פּאָליטיק פֿונעם „פֿאָרװערטס‟?

אַ טײל היסטאָריקער באַטאָנען, אַז סײַ די „אַמעריקאַן לייבאָר פּאַרטי‟, סײַ די ליבע­ראַלע פּאַרטיי, זײַנען געװען „halfway houses‟, „סטאַנציעס, אױפֿן האַלבן װעג‟, פֿאַר די ייִדישע װײלער אױפֿן דרך פֿון סאָ­ציאַליזם ביז דער דעמאָקראַטישער פּאַרטײ. די פּאַרטײ־פֿירער אַלײן, װאָס מיט צען יאָר פֿריִער זײַנען זיי געשטאַנען אױף די ראַנדן פֿונעם אַמעריקאַנער פּאָליטישן לעבן, האָבן זיך איצט געחבֿרט מיט די פּרעזידענטן, גובער­נאַטאָרן, סענאַטאָרן און בירגערמײַס­טערס — על־פּי־רובֿ מיט די דעמאָקראַטן, נאָר צומאָל אױך מיט די פּראָגרעסיװע רעפּובליקאַנער.

דער „פֿאָרװערטס‟ האָט געמײנט אַנ­דערש. ער האָט געזען אין זײַן שטיצן די „ליבעראַל פּאַרטי‟ אַ המשך פֿון זײַן פֿריִער­דיקער אומאָפּהענגיקער אַרבעטער־פּאָליטיק, אַ מיטל אַרײַנצודרינגען די סאָציאַליסטישע געדאַנקען אין דעם הױפּטשטראָם פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.