ליטעראַטור, מוזיק
סערגאָ בענ­געלסדאָרפֿס בוך "אַ לעבן אין ייִדישער קולטור"
סערגאָ בענ­געלסדאָרפֿס בוך "אַ לעבן אין ייִדישער קולטור"

מיר איז די טעג אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ חתונה. דער חתן געהערט צו דער קאַטעגאָריע מאַנצבלען, וואָס זײַנען געדיכט באַדעקט מיט האָר, און דאָס האָבן די לצים, זײַנע נאָענטע פֿרײַנד, ניט געקענט פֿאַרשווײַגן אין זייערע הומאָריסטישע ווינטשעוואַניעס. איינער פֿון די געסט האָט אין זײַן אַרויסטרעטונג געזאָגט, אַז עס האָט געדויערט עפּעס אַ צײַט, ביז ער האָט אונטער די האָר סוף-כּל-סוף דערזען דעם גוטן בחור.

די מגושמדיקע הילע פֿון סערגאָ בענ­געלסדאָרפֿס בוך "אַ לעבן אין ייִדישער קולטור" קען אויך אָפּשרעקן אַ פֿײַנשמעקער. אָבער איך לייג פֿאָר וואָס גיכער צו עפֿענען דאָס בוך און (טאָמער איר קענט רוסיש) אָנהייבן לייענען. קיין חרטה וועט איר בלי-ספֿק ניט האָבן. דאָס בוך — אַ מין "פֿעסט­שריפֿט" צו בענגעלסדאָרפֿס 70־יאָריקן יוביליי — איז כּולל צענדליקער רוסישע אַר­טיק­לען, פֿון און וועגן דעם בעל-שׂימחה.

די דאָזיקע אַרטיקלען, וואָס זײַנען צעוואָרפֿן איבער כּלערליי צײַטשריפֿטן (דער עיקר, פֿון מאָלדאָווע, רוסלאַנד און ישׂראל), שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אייגנאַרטיקן באַריכט וועגן אַ ריזיקער קולטור-אַרבעט. גלײַכצײַטיק שפּיגלט אָפּ די זאַמלונג די אַלגעמיינע אַטמאָספֿער אין די סאָוועטישע און נאָך-סאָוועטישע ייִדישע קולטור-קרײַזן זינט די סוף 1980ער יאָרן. עס ווײַזט, אַז גאָר ניט אַלץ איז געווען שוין אַזוי ראָמאַנטיש. באַנאַנד מיט אמתע ענטוזיאַסטן, האָבן זיך צו דער ייִדישער טעטיקייט צוגעשאַרט אויך ניט ווייניק אָפּאָרטוניסטן, וועלכע האָבן — ווי עס שרײַבט בענגעלסדאָרף — געוואָלט פֿאַרדינען פּאָליטישע פּונקטן פֿאַר זייער צוקונפֿטיקער קאַריערע אין עמיגראַציע.

אין תּוך אַרײַן, איז בענגעלסדאָרפֿס לעבן אַליין אַ פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע — אַ געשיכטע מיט געאָגראַפֿיע. זײַן מוטער, די ייִדישע דיכטערין ליובע וואַסערמאַן, איז געקומען קיין מאָסקווע פֿון ארץ-ישׂראל — זי האָט געהערט צו די מענטשן, וועלכע האָבן זיך אַנטוישט אין דעם ציוניסטישן פּראָיעקט, און עס האָט זיי געצויגן צום קאָמוניזם, וואָס האָט דעמאָלט געקענט — בפֿרט פֿון דער ווײַטנס — אויסזען ווי דער בעסטער אויסוועג. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס אין ארץ-ישׂראל האָט זי ניט געטאָרט פֿאַרבלײַבן, מע האָט זי פֿון דאָרטן אַרויסגעשיקט פֿאַר באַטייליקן זיך אין אַנטי-בריטישע דעמאָנסטראַציעס.

קיין רוסלאַנד, אַזש פֿון אַרגענטינע, איז אויך געקומען משה בענגעלסדאָרף, סערגאָס טאַטע. די ערשטע צײַט האָט ער געאַרבעט אין ביראָבידזשאַן. אָבער דערנאָך האָט מען אים געשיקט אין דער טעאַטער-שול בײַם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער, וווּ ער האָט זיך אויסגעלערנט אויף אַ ייִדישן רעזשיסאָר און אַקטיאָר. (בענגעלסדאָרפֿס נסיעה פֿון ביראָבידזשאַן קיין מאָסקווע, אין 1931, דערמאָנט אין איר בוך מערי לעדער, My Life in Stalinist Russia, וואָס איז אַרויס אין 2001; עס באַשרײַבט די דערפֿאַרונגען, ביראָבידזשאַנער בתוכם, פֿון אַן אַמעריקאַנער מיידל אין רוסלאַנד.) אין מאָסקווע האָבן זיי זיך געטראָפֿן און חתונה געהאַט, אַ יונגע שרײַבערין פֿון ארץ-ישׂראל און אַ יונגער טעאַטער-מענטש פֿון בוענאָס-אײַרעס. דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק האָט זיך געלאָזט קיין ביראָבידזשאַן, צו בויען אַ נײַ ייִדיש לעבן.

אין ביראָבידזשאַן איז אין יאָר 1937 געבוירן געוואָרן זייער זון סערגאָ. אין יענעם טאָג האָט מען זיך אויך דערוווּסט וועגן דעם, אַז ס׳איז געשטאָרבן סערגאָ אָרדזשאָניקידזע, איינער פֿון די סאָוועטישע מנהיגים, און הענעך קאַזאַקעוויטש, דער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", האָט געשדכנט דעם נאָמען — ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער צײַטונג אַ נאָטיץ, אַז די דיכטערין ליובע וואַסערמאַן האָט געהאַט אַ ייִנגל און אים געגעבן אַזאַ נאָמען.

די ערשטע דרײַצן יאָר פֿון סערגאָס לעבן זײַנען געווען גליקלעכע, ניט געקוקט אויף דער מלחמה און עקאָנאָמישע שווערי­קייטן. סערגאָ האָט זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול. אין זייער שטוב פֿלעגן זיך צונויפֿקלײַבן ייִדישע קולטור-טוער, סײַ די היגע, סײַ די אָנגעפֿאָרענע: דוד בערגעלסאָן, בוזי מילער, בער סלוצקי, דער ניסתּר און אַ סך אַנדערע. אין דעם ייִדישן טעאַטער האָט סערגאָ זיך געפֿילט ווי בײַ זיך אין דער היים. די מוטער האָט געגרייט ראַדיאָ-פּראָגראַמען און געשריבן פֿאַר דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן".

אָבער אַלץ האָט זיך איבערגעריסן אין יאָר 1949, ווען מע האָט אין ביראָבידזשאַן ליקווידירט די גאַנצע אינפֿראַסטרוקטור פֿונעם ייִדישן קולטור־לעבן, און אַ היפּשע צאָל היגע אינטעלעקטואַלן זײַנען אַרעסטירט געוואָרן. צווישן זיי איז געווען ליובע וואַסערמאַן. מע האָט די "פֿאַרברעכער" באַ­שולדיקט אין דעם, וואָס זיי האָבן כּלומרשט געוואָלט אָפּטיילן די ייִדישע אויטאָ­נאָמע געגנט פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און זי פֿאַר­וואַנדלען אין אַן אַמעריקאַנער טערי­טאָריע. פֿון דעם "גולאַג" האָט זיך ליובע וואַסערמאַן אומגעקערט אַ צעבראָכענע. זײַן פֿרויס אַרעסט האָט אויך אונטערגעהאַקט משה בענגעלסדאָרפֿן. ער האָט געפּרוּווט עטלעכע מאָל זיך נעמען דאָס לעבן.

סערגאָ בענגעלסדאָרפֿס ווײַטערדיק לעבן איז פֿאַרבונדן געוואָרן מיט קעשענעוו, וווּ ער האָט פֿאַרענדיקט די קאָנסערוואַטאָריע (דערנאָך זיך געלערנט אויך אין לענינ­גראַד) און גיך באַקאַנט געוואָרן ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פּיאַניסט, לערער און מוזיק-קריטיקער. אין 1981 איז ער געווען איינער פֿון די איניציאַטאָרן פֿון אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישער וואָקאַלער מוזיק. דעמאָלט האָט מען דערלויבט בלויז איין קאָנצערט, און מע האָט געמוזט מאַכן אַ שווײַג אַזש ביז סוף 1980ער יאָרן, די יאָרן פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס "פּערעסטרויקע". זינט יענער צײַט פֿאַרנעמט סערגאָ בענגעלסדאָרף אַ צענטראַל, בכּבֿודיק אָרט אין ייִדישן לעבן פֿון זײַן לאַנד. בענגעלסדאָרפֿס נאָמען איז גוט באַקאַנט דעם "פֿאָרווערטס"-עולם — אַ דאַנק זײַנע אַרטיקלען האַלט די צײַטונג די האַנט אויפֿן דפֿק פֿונעם ייִדישן קולטור-לעבן אין מאָלדאָווע.