ייִדיש־וועלט

אַז אַ בחור "גייט אויס" נאָך אַ מיידל, ווי די אַמעריקאַנער ייִדן פֿלעגן זאָגן, דאַרף ער האָבן מוט און זײַן זיכער בײַ זיך. אויב ער שעמט זיך און מאַכט נישט דעם ערשטן טראָט, וועט זיך קיין ליבע צווישן זיי נישט צעפֿלאַקערן. אַזוי האָב איך געטראַכט איין פֿרײַטיק, ווען איך האָב געקוקט אַ נאַרישן ליבע־פֿילם אין אַ טונקעלן קינאָ־זאַל און געזעסן שטיל, נישט גערירט זיך פֿון אָרט, לעבן אַ שיין מיידל. אַזוי ווי איך האָב נאָרוואָס געהאַט פֿאַרענדיקט מײַן היים־אַרבעט פֿאַר אַ קלאַס וועגן די אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעטן, האָב איך זיך גלײַך דערמאָנט אין אַ ליד פֿון זישאָ לאַנדוי "אין קינעמאַטאָגראַף", וווּ ער באַשרײַבט נאָך צוויי יונגע מענטשן, וואָס קוקן אַ פֿילם, אָבער וואָס טוליען זיך איינער צום אַנדערן.

אין קינעמאַטאָגראַף

“ווי אייביק נאַריש זײַנען דאָס די פֿרויען"
— ר. אײַזלאַנד

די בילדער לויפֿן שנעל איינס נאָכן צווייטן.
ס׳איז שווער צו אָריענטירן זיך, באַזונדערס, ווען דײַן שכנה
האָט לאַנגע, דינע פֿינגער און האָט פֿיסלעך קליינע,
און רויִק וויל ניט שטיין איין פֿיסל בײַ דעם צווייטן.

דו האַלטסט זי יאָ און האַלטסט זי ניט אַרומגענומען.
מינוטן לויפֿן וווּנדערלעכע, זיסע,
— "מיר ווילט זיך זײַן אַ קינעמאַטאָגראַף־אַקטריסע".
דײַן האַנט האָט פֿעסטער זי אַרומגענומען.

זי הויבט אַ בליק אויף פֿול מיט פֿרוילעכן פֿאַרטרויען
און ס׳ווערן נאָכגיביק אַזוי די רונדע גלידער
און אויף דײַן פּנים פֿאַלן אירע האָר אַנידער.
דו מורמסלט שטיל אַ שורה פֿון דײַן חבֿרס לידער:
ווי אייביק נאַריש זײַנען דאָס די פֿרויען.

לאַנדוי גיט דעם לייענער דאָ אינסטרוקציעס, ווי אַזוי ער דאַרף זיך פֿירן, אַלץ אויף "דו": "דו האַלטסט זי יאָ און האַלטסט זי ניט אַרומגענומען". דײַן האַנט האַלט זי פֿעסטער, זי קוקט אַרויף אויף דיר, אירע האָר פֿאַלן אויף דײַן פּנים, דו מורמלסט וועגן איר נאַרישקייט אאַז״וו.

אָבער צו מײַן ראַנדקע, דאַרף איך מעלדן, האָבן לאַנדויס אינסטרוקציעס גאָרנישט ניט געהאָלפֿן. קיין וווילער־יונג ווי לאַנדוי, בין איך נישט, און מײַן שכנטע איז אויך נישט געווען אַזוי שפּילעוודיק ווי זײַנע. זי איז געווען אַ קליינע, אָבער אַ שטאַרקע, אַ פֿעסטע, מיט ערנסטע ביבליאָטעקערישע אויגן. אַן איבערגעגעבענע פֿעמיניסטקע, האָט זי שטודירט יוריספּרודענץ און געטראַכט צו לערנען אויף סמיכה. דעמאָלט איז זי געווען שטאַרק אַנטוישט, וואָס הילאַרי קלינטאָן וועט (ווי עס האָט אויסגעזען) נישט געווינען די דעמאָקראַטישע נאָמיניר־וואַלן. עס האָט זי אויך געאַרט, וואָס איך האָב פֿריִער מעשׂה דזשעלטענמען (אָדער שאָוויניסט) געהאַט געקויפֿט די פֿילם־בילעטן. אויב זי וואָלט מיך געהערט אַרויסרעדן עפּעס אַ וואָרט וועגן דער "נאַרישקייט פֿון פֿרויען", וואָלט מען געדאַרפֿט רופֿן אַן אַמבולאַנס, כּדי מיך אַוועקצוטראָגן פֿון דאָרטן.

פֿון אויבן זעט לאַנדויס ליד אויס טאַקע זייער מענעריש, "מאַטשאָ" בלע״ז. דער "איך" פֿונעם ליד איז לאַנדוי אַליין, דאַכט זיך, און דער (מענערישער) לייענער אידענטיפֿיצירט זיך נאָך שטאַרקער מיט אים, ווײַל דער פּראָנאָמען איז (אַנשטאָט "איך") "דו". אַלץ זעט מען דורך זײַנע אויגן, די געפֿילן (און דאָס פֿילן) זײַנען זײַנע. דעם פֿילם אַליין זעט ער קוים, די גאַנצע צײַט קוקט ער בלויז אויף איר קערפּער, ווי זי בייגט זיך און באַוועגט זיך. די פֿרוי אינעם ליד, ווידער, האָט בלויז אַ פֿיזישע עקזיסטענץ. זי רעדט שטותים — זי וויל שפּילן אין פֿילמען. אירע פֿינגער זײַנען דין, אירע פֿיסלעך — קליין, זי קען נישט אײַנזיצן שטיל אויף איין אָרט — זי דערמאָנט גיכער אַ קינד ווי אַ פֿרוי. מיט איר, מיט אַזאַ "מערעלין מאָנראָו" סעקס־אָביעקט, וועט זיך קיין לייענערין נישט אידענטיפֿיצירן. ס׳העלפֿט אויך נישט, וואָס לאַנדוי ציטירט (צוויי מאָל) אַ שורה, וואָס באַליידיקט אַלע פֿרויען.

פֿונדעסטוועגן, אַז מע קוקט זיך צו נעענטער, פֿילט מען באַלד די אינטימקייט און צערטלעכקייט, די ליבשאַפֿט, וואָס אָטעמט דורכן ליד. זי קוקט אַרויף אויף דיר מיט "פֿרוילעכן פֿאַרטרויען", זי פֿאַרלאָזט זיך אויף דיר, אַז דו וועסט זי היטן און נישט לאָזן, אַז קיין שלעכטס זאָל מיט איר נישט פּאַסירן — אַזוי ווי זי וואָלט געווען (אָדער איז טאַקע) דײַן פֿרוי. אירע האָר פֿאַלן אויף דײַן פּנים, ווײַל זי האָט אַראָפּגעלאָזט אויף דיר איר קאָפּ. דו מורמלסט שטיל די שורה וועגן דער נאַרישקייט פֿון פֿרויען נישט פֿאַר זיך אַליין, נאָר פֿאַר איר, זי זאָל הערן און לאַכן. דאָס זאָגסטו מיט אַ שמייכל, גוטמוטיק, נישט ערנסט, און דערבײַ לאַכסטו פֿון דײַן חבֿר ראובֿן אײַזלאַנד, נישט פֿון איר, ווײַל אין דער אמתן, איז זי נישט קיין נאַר. קיין נאַריש מיידל וועט קיין מאָל נישט אַרויסרעדן די ווערטער "קינעמאַטאָגראַף־אַקטריסע" — פֿאַר דעם דאַרף מען שוין האָבן אַ ייִדישיסט אַ לינגוויסט פֿאַר אַ טאַטן. און ווײַל די שורה שטאַמט פֿון אײַזלאַנד, איז לאַנדוי (און דער לייענער) סײַ ווי נישט שולדיק פֿאַר דער מיינונג.

איך בין זיכער, אַז איך וואָלט געקענט איבעררעדן דאָס מיידל, אַז לאַנדוי האָט נישט פֿײַנט געהאַט דעם ווײַבלעכן מין, אַז אין דער אמתן, טיף אין האַרצן, האָט ער פֿרויען ליב געהאַט, סימפּאַטיזירט מיט זיי. דערצו וואָלט איך אַרויסגעוויזן מײַן סענסיטיווקייט און ליטעראַרישע געלערנטקייט, אַז איך בין נישט סתּם אַ בהמה. אָבער אַנשטאָט דעם האָבן מיר אַרומגערעדט פּאָליטיק און זי האָט זיך באַקלאָגט, און איך האָב געשוויגן און עס האָט זיך אויסגעלאָזט מיט גאָרנישט.

מילא. אַבי דאָס ליד איז שיין.