געשיכטע, טשיקאַװעס
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
די אוראַלטע ייִדישע קמיע, געפֿונען אין האַלבטורן, עסטרײַך
די אוראַלטע ייִדישע קמיע, געפֿונען אין האַלבטורן, עסטרײַך

מיט אַ חודש צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן געפֿונען אַ ייִדישע קמיע פֿונעם 3טן יאָרהונדערט, אויפֿן אוראַלטן רוימישן צווינטער אין דער שטאָט האַלבטורן, מיזרח-עסטרײַך. די קמיע, אַ קליינע גאָלדענע מגילה מיטן ערשטן פּסוק פֿון קריאת-שמע, 2.2 סאַנטימעטער די לענג, פֿאַרשריבן מיט גריכישע אותיות, איז געלעגן אין אַ קבֿר פֿון אַ קליין קינד.

די עלטסטע דאָקומענטן, וווּ עס ווערט דערמאָנט די עסטרײַכישע ייִדישע קהילה, געהערן צום 9טן יאָרהונדערט. דאָס נײַע געפֿינס ווײַזט, אַז די ערשטע ייִדישע אײַנוווינער האָבן זיך באַזעצט אין עסטרײַך אַ סך פֿריִער. דער מיזרחדיקער עסטרײַכישער שטאַט בורגענלאַנד האָט אַמאָל געהערט צו דער רוימישער פּראָווינץ פּאַנאָניאַ, וועלכע האָט פֿאַרנומען אויך דעם מערבֿדיקן טייל פֿונעם הײַנטיקן אונגאַרן און דעם צפֿונדיקן טייל פֿון דער געוועזענער יוגאָסלאַוויע.

אין די אַנדערע טיילן פֿון דער דאָזיקער רוימישער פּראָווינץ האָבן די אַרכעאָלאָגן שוין נישט איין מאָל געפֿונען סימנים פֿון אוראַלטע ייִדישע קהילות, אַרײַנגערעכנט אַ שיל פֿונעם 3טן יאָרהונדערט, אַנטדעקט אין דער שטאָט אָסיזשעק, קראָאַטיע; אַ מצבֿה מיט אַן אויסגעקריצטער מנורה, פֿונעם 5טן יאָרהונדערט, אין דער שטאָט שקאָצאַן, סלאָוועניע; אַן אָנדענק-שטיין פֿונעם 3טן יאָרהונדערט, אויפֿגעשטעלט דורך אַ גבאי פֿון אַ שיל אין אונגאַרן.

אַ טייל פֿון די ייִדישע קאָלאָניסטן זענען אָנגעקומען אין צענטראַל-אייראָפּע אַליין, און אַ טייל פֿון זיי זענען געווען רוימישע שקלאַפֿן; די ערשטע ייִדן האָבן געוווינט אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן אונגאַרן מיט הונ­דערטער יאָרן איידער די מאַדיאַרן זענען געקומען פֿון מיזרח און האָבן זיך באַזעצט אינעם לאַנד. אין אַ טייל הײַנטיקע סלאַווישע לענדער זענען די ערשטע ייִדן אויך אָנגעקומען פֿריִער, ווי די סלאַוון.

ווי ס׳איז באַקאַנט, האָט מאַקס ווײַנרײַך געהאַלטן, אַז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך האָט זיך אָנגעהויבן אין לאָטאַרינגיע. אַ צאָל לינגוויסטן מיינען אָבער, אַז די פֿאָרמירונג פֿון אונדזער שפּראַך איז מער פֿאַרבונדן מיט באַוואַריע; פּראָפֿ׳ ראָבערט קינג, פֿונעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט, האָט אויפֿגעוויזן, אַז ייִדיש איז נעענטער, בדרך-כּלל, צום באַערישן דיאַלעקטן פֿון דײַטש, ווי צו די דיאַלעקטן פֿון לאָטאַרינגיע.

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אינעם ראַיאָן, וווּ די אַרכעאָלאָגן האָבן גע­פֿונען די אוראַלטע ייִדישע קמיע, רעדט מען הײַנט טאַקע אויפֿן באַע­רישן דיאַלעקט פֿון דײַטש. ס׳איז כּדאַי אָבער צו דערמאָנען, אַז פֿאַר דער רוימישער אינוואַזיע האָבן אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן שטאַט בורגענ­לאַנד געוווינט, דער עיקר, קעלטן, וועל­כע האָבן מיט 2400 יאָר צוריק איבער­גענומען דאָס לאַנד פֿון אַן אַנדער אור­אַלט און ווייניק-באַקאַנט פֿאָלק — די פּאַנאָניער.

נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿון דער רוימישער אימפּעריע האָבן די געגנט איבערגענומען די לאָמבאַרדן, אַ צפֿון-גערמאַניש פֿאָלק, און אַוואַרן — אַ קאָנפֿעדעראַציע פֿון נאָמאַדישע טורקישע שבֿטים. שפּעטער, האָבן די דײַטשי­שע און אונגאַרישע קיניגן זיך עטלעכע מאָל געקריגט איבער דעם ראַיאָן. הגם בורגענלאַנד האָט ביז 1921 געהערט צו אונגאַרן, זענען ס׳רובֿ אײַנוווינער פֿון דער געגנט במשך פֿון די לעצטע 1,000 יאָר געווען דײַטשן, וועלכע האָבן גערעדט אויף די באַעריש-עסטרײַכישע דיאַלעקטן.

ס׳זעט אויס, אַז דאָס געשטאָרבענע קינד, איין אָדער צוויי יאָר אַלט, האָט געטראָגן די קמיע אויפֿן האַלדז, אַרײַנגעלייגט אין אַ זילבערנער קאַפּסולע. דער צווינטער פֿונעם 2־5טן יאָרהונדערט האָט זיך געפֿונען לעבן אַ רוימישן אַגריקולטור-ייִשובֿ ("villa rustica"). די אַרכעאָלאָגן האָבן פֿאַרענדיקט צו פֿירן די אויסגראָבונגען אויפֿן צווינטער מיט 6 יאָר צוריק; מיט צוויי יאָר צוריק האָט ניוועס דאָנעוס, אַ פֿאָרשער פֿונעם "אינסטיטוט פֿון אוראַלטער געשיכטע" בײַם ווינער אוניווערסיטעט, באַמערקט דעם גאָלדענעם אַמולעט, אָבער נישט געקאָנט פֿאַרשטיין דעם טעקסט.

נישט לאַנג צוריק האָבן די פֿאָר­שער באַשטימט, אַז די אויפֿשריפֿט שטעלט מיט זיך פֿאָר די ערשטע ווערטער פֿון קריאת-שמע, אָנגעשריבן מיט גריכישע אותיות. אַ סך ייִדן פֿון יענער תּקופֿה האָבן גערעדט אויף גריכיש. למשל, אויפֿן האַלב־אינדזל קרים, וווּ עס האָט זיך אַמאָל געפֿונען דער צענטער פֿון דער העלעניסטישער קיניגרײַך באָס­פֿאָר, האָבן די אַרכעאָלאָגן געפֿו­נען אַ סך ייִדישע קבֿרים און אַנדערע אַרטע­פֿאַקטן, פֿונעם 2טן-5טן יאָרהונדערט, מיט גריכישע און גריכיש-העברעיִשע אויפֿשריפֿטן.

אַ טייל מענטשן מיינען, אַז די ייִדישע געשיכטע אין מיזרח- און צענ­טראַל-אייראָפּע האָט זיך אָנגעהויבן ערשט אין דער שפּעטערדיקער מיטל-עלטערישער תּקופֿה; אין דער אמתן איז עס נישט אַזוי. ווי מע ווייסט פֿון די רוימישע דאָקומענטן, איז אין לאָ­טאַרינגיע — די געגנט, וואָס ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דאָס "וויגעלע" פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום — שוין אינעם 4טן יאָרהונדערט געווען אַ ייִדישע קהילה, לכל-הפּחות אין קעלן. די היסטאָריקער האַלטן, אַז אין די גריכישע שטעט בײַם צפֿונדיקן ברעג פֿונעם שוואַרצן ים, אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער דרום-אוקראַיִנע און דרום-רוסלאַנד, האָבן די ערשטע ייִדן זיך באַזעצט מיט 2,200 יאָר צוריק.