פּובליציסטיק, קהילה־לעבן

די חב״ד־באַוועגונג, די איינציקע וואָס זוכט הײַנט־צו־טאָג צוצוציִען וואָס מער ייִדן, איז זייער אַקטיוו צווישן דעם רוסיש-רעדנדיקן עולם. דאָס קען מען זען אַפֿילו אין ניו-יאָרק. ערבֿ און בעת די יום-טובֿים ווערט די גאַנצע געגנט פֿון ברײַטאָן-ביטש פֿאַרפֿלייצט מיט יונגע חב״דני­קעס און חב״דניצעס, וואָס רעדן צו די פֿאַרבײַגייער אַן ערך אַזוי ווי עס טוען אויף די גאַסן אַזעלכע זאַכן די פּירסום-פֿאַרשפּרייטער פֿון כּלערליי מינים סחורה.

קיין סטאַטיסטיק פֿון זייער דערפֿאָלג איז מיר ניט באַקאַנט, אָבער מיר איז אויסגעקומען צו רעדן מיט אַ צאָל מענטשן, וואָס זײַנען געוואָרן איבערגעגעבענע ליובאַוויטשער חסידים. עס העלפֿט, פֿאַרשטייט זיך, דער פֿאַקט, וואָס אַ ליובאַוויטשער קען זיך באַשעפֿטיקן מיט אינטעלעקטועלע פּראָפֿעסיעס און, בכלל, פֿונקציאָנירן אין אַ מאָדערנער געזעלשאַפֿט, בעת אַנדערע חסידישע גרופּעס האַלטן, אַז מען דאַרף זיך וואָס מער אָפּגרענעצן פֿון דער אַרומיקער סבֿיבֿה.

קיין חידוש ניט, אַז די איבעריקע פֿרומע וועלט קוקט אָפֿט מאָל אויף די ליובאַוויטשער ווי אויף אַ געפֿערלעכער סעקטע, וואָס איז "גאַנץ נאָענט צו דער עכטער ייִדישקייט". און ווען עס באַווײַזט זיך אַ מעגלעכקייט, לייגט מען זיי קלעצער פֿאַר די פֿיס. אַ שווערן קלאָץ האָט מען לעצטנס געלייגט אין ישׂראל, וווּ דער ראַבינאַט האָט אָפּגעוואָרפֿן די ווענדונג פֿון אַ יונגן בחור, אַ דערצויגלינג פֿון חב״ד.

אַ ניט קיין הלכיש-ייִדישער אָפּשטאַ­מיקער פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, האָט דער העלד פֿון דער גע­שיכטע זיך געלערנט אין אַ חב״דישער ישיבֿה, געווען דאָרטן דער בעסטער סטודענט. דער סוף איז געווען, אַז ער האָט זיך מגייר געווען. אָבער דאָס לעצטע וואָרט אין דעם ענין איז, ווי עס פֿירט זיך אין ישׂראל, פֿאַרבליבן בײַם ראַבינאַט. האָט מען דאָרטן בײַם יונגן גר געפֿרעגט זײַן מיינונג וועגן משיח. דער ענטפֿער האָט די עקזאַמי­נאַטאָרן שאָקירט, ווײַל דער בחור האָט זיי געגעבן משיחס נאָמען: רבי מנחם-מענדל שניאורסאָן. ס׳איז דאָך באַוווּסט, אַז אַ היפּשער טייל ליובאַוויטשער האַלטן, אַז זייער רבי איז אין דער אמתן ניט געשטאָרבן אין 1994, נײַערט ער איז אַריבער אין אַן אַנדער מהות — ער איז דאָ, כאָטש מע זעט אים ניט.

די דאָזיקע פֿראַגע שפּיגלט אָפּ די קאָנסערוואַטיווקייט פֿונעם ראַבינאַט, וואָס פֿאַרטראָגט ניט אויך אַנדערע, ניט קיין אָרטאָדאָקסישע מינים ייִדישקייט. און דער סוף פֿון דעם איז דאָך אָפֿט מאָל אַ קאָמישער. מיט אַ יאָר צוריק בין איך געזעסן אין אַ גאָר ניט קיין כּשרן רעסטאָראַן אין תּל-אָבֿיבֿ, וווּהין עס האָט מיך פֿאַרבעטן מײַן אַלטער חבֿר, נאָך פֿון די סאָוועטישע סטודענטישע יאָרן. ווײַל זײַן ווײַב האָט אַ ניט-ייִדישע מאַמע, האָט זייער טאָכטער געמוזט זיך מגייר זײַן (כאָטש אין רוסלאַנד האָט זי זיך געהאַלטן פֿאַר אַ ייִדישע און איז געווען אַזוי פֿאַרשריבן אין אַלע אירע דאָקומענטן). דער פּראָצעס איז געווען אַ לאַנגער — עס האָט געדויערט אַ גאַנץ יאָר, אָבער דאָס האָט איר געגעבן די לעגאַלע מעגלעכקייט צו שאַפֿן אַ ייִדישע משפּחה מיט אַ היגן ספֿרדישן ייִדן. ווי אין אַ סך (אפֿשר אַפֿילו ס׳רובֿ) אַזעלכע פֿאַלן זײַנען די יונגע פֿאַרבליבן אין גאַנצן וועלטלעך און דערמאָנען דעם גיור ווי אַ פּאַראַדאָקס פֿון דעם ישׂראלדיקן לעבן.

אַזוי צי אַזוי, אָבער די פֿראַגע פֿונעם ראַבינאַט האָט געעפֿנט אַ נײַעם פֿראָנט אין דער טעטיקייט פֿונעם חב״ד. און אַזעלכע פֿראָנטן האָט ער, נעבעך, ניט ווייניק. איינער פֿון זיי געפֿינט זיך אין רוסלאַנד, וווּ די ליובאַוויטשער שטייען, דאַכט זיך, פֿעסט אויף די פֿיס. עס קען זיך שאַפֿן אַ מיינונג, אַז זיי האָבן אַפֿילו אַ גוטן צוטריט צום אויער פֿון וולאַדימיר פּוטין, וואָס וועט אין קורצן פֿאַרלאָזן זײַן פּרעזידענטישע שטעלע, אָבער וועט בלײַבן בײַם רודער פֿונעם לאַנד ווי דער פּרעמיער-מיניסטער און דער פֿירער פֿון דער רעגירנדיקער פּאַרטיי.

אָבער נאָך אַ בעסערן צוטרירט צו דער מאַכט האָט, פֿאַרשטייט זיך, די פּראַוואָסלאַוונע צערקווע. זי האָט ממש דורגעזאַפּט אַלע שיכטן פֿון דער רוסישער געזעלשאַפֿט. אָן אַ פּראַוואָסלאַוונעם גלח, "באַטיושקע", קען מען אַפֿילו ניט איצט, דאַכט זיך, עפֿענען אַ באָד. באַזונדערס שטאַרק איז זייער ווילן אײַנצופֿירן פּראַוואָסלאַוונע לימודים אין די שולן. גלײַכצײַטיק טוט מען אַלץ, כּדי צו מאַרגינאַליזירן אַנדערע אמונות (אַ גרויס אַרטיקל וועגן קען מען איבערלייענען אין "ניו-יאָרק טײַמס", דעם 24סטן אַפּריל). אַזאַ טענדענץ איז פֿאַרבונדן ניט נאָר מיט דער וואַקסנדיקער פֿרומקייט פֿון די פּראַוואָסלאַוונע, אָבער אויך מיט דער שטענדיקער מורא, אַז די פֿיל-נאַציאָנאַלע מלוכה קען אַנטפּלעקן נײַע שפּאַרונעס. די פֿאַרשטאַרקונג און פֿאַרשפּרייטונג פֿון פּראַוואָסלאַוויע זעט מען ווי אַ וועג אָפּצושוואַכן די צענטריפֿוגאַלע כּוחות.

אָבער אין דער אַטמאָספֿער פֿילט זיך ניט באַקוועם דער חב״ד, ווי אויך אַנדערע ייִדישע גרופּעס. עס גייט, למשל, אַ הייסער וויכּוח וועגן דעם אָפּמערקן אין רוס­לאַנד דעם 27סטן יאַנואַר, וואָס איז דער חורבן-טאָג אין אַ סך לענדער. נאָך מער: אין 2005 האָט רוסלאַנד אונטער­געהאַלטן די רעזאָלוציע פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס וועגן אָפּמערקן די דאַטע פֿון דער באַפֿרײַונג (דורך דער רויטער אַרמיי) פֿון אוישוויץ. אָבער די נאַציאָנאַליסטישע כּוחות ווילן עס ניט האָבן אין רוסלאַנד. זיי טענהן, אַז מע טאָר עס ניט טאָן, ווײַל דאָס איז אויך דער טאָג ווען מע האָט דורכגעריסן די בלאָקאַדע פֿון לענינגראַד. אַגבֿ, די באַטייליקונג פֿון חב״ד אין דעם וויכּוח ווײַזט נאָך אַ מאָל דעם ממשותדיקן אונטערשייד צווישן די ליובאַווי­טשער און אַנדערע חסידים. זיי וואָלט אַזאַ ענין פּשוט ניט אָנגעגאַנגען.

הקיצור, ס׳איז גאָר ניט סקוטשנע אין די ליובאַוויטשער קרײַזן. לאָמיר זען, ווי אַזוי וועלן די געשעפֿטן גיין ווײַטער אין דער דאָזיקער אייגנאַרטיקער, אַגרעסיווער און בייגעוודיקער ייִדישער באַוועגונג.