ייִדיש־וועלט
אַ זײַט פֿונעם דובנער מגידס משלים, אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ דורך דעם האָלמינער רבין
אַ זײַט פֿונעם דובנער מגידס משלים, אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ דורך דעם האָלמינער רבין

ס׳רובֿ פֿאָרשער פֿון אונדזער שפּראַך פֿאַרנעמן זיך בלויז מיט די אַלגעמיינע וועלטלעכע ווערק, און אינטערעסירן זיך נישט מיט דער מיזרח-אייראָפּעיִשער פֿרומער ליטעראַטור — אַחוץ איינצלנע אויסנאַמען, אַזעלכע ווי "שבֿחי בעש״ט" און רבי נחמנס "סיפּורי מעשׂיות". אין פֿאַרגלײַך מיט די אַלטע קלאַסישע ווערק, אַזעלכע ווי "צאנה-ראנה" און "מעשׂה-בוך", וועלכער זענען אַן אָפֿטער אָביעקט פֿון ליטעראַרישע, לינגוויסטישע און היסטאָרישע פֿאָרשונגען, בלײַבן די ביכער, געשאַפֿן אין די לעצטע 250 יאָר דורך די מיזרח-אייראָפּעיִשע פֿרומע ייִדן, אין אַ גרויסער מאָס, "אַן אומבאַקאַנט לאַנד".

אין דער אמתן, אַנטהאַלטן די פֿרומע ביכער אַ סך אוניקאַלע מעלות, וואָס וואָלטן געקאָנט צוציִען דעם אויפֿמערק פֿון אַ מאָדערנעם פֿאָרשער. אין פֿאַרגלײַך מיט די וועלטלעכע ווערק, וועלכע זענען אָפֿט געשאַפֿן געוואָרן נאָך דעם מוסטער פֿון די אַנדערע אייראָפּעיִשע ליטעראַרישע טראַדיציעס, שפּיגלט די פֿרומע ליטעראַטור אָפּ אַ באַזונדערע וועלט פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבנס-שטייגער. די אַלטע חסידישע מעשׂה-ביכלעך, זאַמלונגען פֿון תּחינות, מוסר-ספֿרים מיט עבֿרי-טײַטש, גיבן נישט זעלטן בעסער איבער דעם גײַסט פֿון טראַדיציאָנעלע מיזרח-אייראָפּעיִשן שטעטלעך.

די חסידים האָבן אַ רײַכע טראַדיציע פֿון מעשׂה-דערציילן, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ מעכטיקער מיסטישער אַקט אָדער פּראָצעס. לויטן חסידות, קאָן אַ משל אָדער אַ מעשׂה וועגן אַ צדיק, בפֿרט ווען מע דערציילט זי אין אַ געוויסער צײַט, אויפֿוועקן דעם מענטש פֿונעם גײַסטיקן שלאָף, אויסהיילן אַ קראַנקן און אַפֿילו מבֿטל זײַן אַ גזירה פֿון הימל. אין דעם זין, האָבן אַ טייל חסידישע מעשׂיות, נישט געקוקט אויף זייערע טיפֿע פֿאַרבינדונגען מיט מיזרח-אייראָפּע, ווייניק אַנאַלאָגן אין דער מערבֿדיקער ליטעראַטור, און דערמאָנען גיכער די סופֿישע דערציילונגען וועגן דערווישן, אָדער די בודיסטישע "דזשאַטאַקאַס".

אַ סך חסידישע מעשׂיות שטעלן מיט זיך פֿאָר מוסטערן פֿון עכטער פֿאָלק-ליטעראַטור, אַ פֿאָרמע פֿון פֿאָלקלאָר. אָפֿטמאָל ווערט די זעלבע לעגענדע דערציילט אויף סתּירות­דיקע אופֿנים וועגן פֿאַרשיידענע צדיקים. פֿאַר די דער­ציילער און צוהערער איז דאָס אָבער נישט אַזוי וויכטיק, ווײַל דער פּראָצעס פֿון דערציילן גופֿא איז וויכטיקער, ווי די היס­טאָרישע פּרטים. צוליב דעם, איז די שפּראַך פֿון מעשׂיות זייער פֿאָלקסטימלעך און בייגעוודיק; אין פֿאַר­שיידענע אויסגאַבעס פֿונעם זעלבן בוך ווערן זיי צומאָל איבערדערציילט אויף די אָרטיקע דיאַלעקטן.

די פֿרומע ייִדישע ליטעראַטור, בפֿרט די חסידישע מעשׂיות, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גרויסן אינטערעס פֿונעם לינגוויסטישן, היסטאָרישן, קולטוראָלאָגישן און אַפֿילו פֿילאָסאָפֿישן שטאַנדפּונקט; און, אַחוץ אַלע ערנסטע סיבות, זענען זיי פּשוט אינטערעסאַנט און זאַפֿטיק-ייִדישלעך.

ס׳רובֿ הײַנטיקע חסידים האָבן פֿאַרלוירן דעם מיסטישן צוגאַנג צו די מעשׂיות, און באַטראַכטן זיי בלויז ווי דידאַקטישע אָדער פֿאַרווײַלערישע ליטעראַטור. הגם אין די חסידישע ביכערקראָמען אין ווי­ליאַמסבורג און באָראָ-פּאַרק ווערן הײַנט פֿאַרקויפֿט הונדערטער מעשׂה-ביכער אויף ייִדיש, זענען זיי, על-פּי-רובֿ, אָנגעשריבן אויף דעם אַמעריקאַניזירטן ייִדיש מיט כּלערליי פֿרעמדע ענגלישע ווערטער און גראַמאַטישע גרײַזן. אַחוץ דעם, זענען אַ טייל אַלטע מעשׂיות אינ­גאַנצן איבערגעאַרבעט געוואָרן אין די נײַע אויסגאַבעס, אָדער אינגאַנצן אויסגעמיטן געוואָרן.

נישט געקוקט אויף דער בליִענדיקער אינדוסטריע פֿון ייִדישע ביכער אין די הײַנטיקע חסידישע קהילות, זענען די אָריגינעלע מוסטערן פֿון פֿרומער ליטעראַטור געוואָרן אַ יקר-המציאה. אַ גרויסער טייל פֿון די הײַנטצײַטיקע חסידים טענהן, אַז אין די אַלטע ביכלעך טרעפֿן זיך צופֿיל "שווערע" ווערטער און טעמעס, דער­פֿאַר זענען זיי דווקא פֿאַראינטערעסירט אין די אַדאַפּטירטע אַמעריקאַנער ווערסיעס.

אַ סך אַלטע מעשׂה-ביכלעך קאָן מען הײַנט געפֿינען, צום באַדויערן, בלויז אין די גרויסע ביבליאָטעקן. פֿונדעסטוועגן, אַ דאַנק די אינ­פֿאָרמאַציע-טעכנאָלאָגיעס און דער טעטיקייט פֿון געוויסע מענטשן, איז דער מצבֿ לעצטנס געוואָרן גרינגער. הגם צווישן די הײַנטיקע ייִדיש-רעדנדיקע חרדים איז פֿאַרשפּרייט אַ נעגאַטיווע באַציִונג און אַפֿילו אַ בפֿירושער פֿאַרבאָט קעגן דער אינטערנעץ, זענען הונדערטער אַלטע פֿרומע ביכער, אויסגעשטעלט געוואָרן אין דער ווירטועלער פֿאָרמע אויף דער אומגעוויינטלעכער וועבזײַט פֿונעם האָלמינער רבין, הרבֿ שלום-יהודה גראָס — "israel613.com".

הרבֿ גראָס וווינט אין דער שטאָט בית-שמש, ישׂראל, וווּ ער פֿאַרשפּרייט בחינם קריטישע בראָשורן און "קול-קוראס" וועגן פֿאַרשיידענע ענינים, וועלכע ער באַטראַכט ווי חסרונות און צרות פֿון אונדזער דור; אַ טייל פֿון די בראָשורן ווערן אויך פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, דערפֿאַר האַלט זיך דער האָלמינער רבי פֿאַר אַן אָנפֿירער פֿון אַן ערנסטער אינטערנאַציאָנאַלער אָרגאַניזאַציע. אַחוץ די "קול-קוראס" האָט הרבֿ גראָס, מיט זײַנע געהילפֿן, איבערגעדרוקט הונ­דערטער אַלטע ייִדישע ביכער, וועלכע ווערן אויך פֿאַר­שפּרייט בחינם און אַרויסגעשטעלט אויף דער אינ­טערנעץ.

ס׳רובֿ פֿרומע ייִדן באַציִען זיך סקעפּטיש צו הרבֿ גראָסעס טעטיקייט. מע טענהט, אַז ער האָט קיינמאָל נישט געלערנט בײַ אַן עכטן חסידישן רבין; אַ טייל מענטשן טענהן אויך, אַז דער האָלמינער רבי פֿאַרנעמט זיך, על-פּי-רובֿ, מיט קריטיק פֿון אַנדערע קהילות און רבנים, און טוט אויף ווייניק פּאָזיטיווע זאַכן.

הרבֿ גראָס האָט געשאַפֿן עטלעכע וועבזײַטן, וועלכע זענען טאַקע אָנגעפּאַקט מיט "קול-קוראס" און כּלערליי קריטישע נאָטיצן, אײַנגעטיילט אין אַ סך רובריקן: "בראַצלעוו", "ליובאַוויטש", "עירובֿ", "ארץ-ישׂראל", און אַזוי ווײַטער. דער אָפּטייל וועגן ליובאַוויטש, וווּ ער קריטיקירט די "משיחיסטן", איז אָנגעשריבן געוואָרן אויף אַן עקסטרעם נעגאַטיוון שטייגער; צווישן אַנדערן, באַשולדיקט דער מחבר די ליובאַוויטשער חסידים אין "שמדן" די ייִדן אין אַן אַנדער רעליגיע. אַזעלכע באַשולדיקונגען זענען נישט קיין נאָווענע, בפֿרט אין די מתנגדישע קרײַזן, וועלכע האָבן זיך תּמיד באַצויגן צו די חסידים מיט חשד.

דעם האָלמינער רבינס קריטיק דערגרייכט אָבער אַ סך ווײַטער: ער האָט דערקלערט, אַז דאָס קוקן אויף אַ פּאָרטרעט ברענגט אַ היזק דער ייִדישער נשמה, אַז דאָס ליובאַ­וויטשער פֿלייש איז טרייף, און אַז די ליובאַוויטשער "משיחיסטן" זע­נען "ערבֿ-רבֿ" — ניט־ייִדישע נשמות, געבוירן אין ייִדישע גופֿים, און פֿאַר­גלײַכט זיי מיט שלאַנגען; צו אילוסטרירן די אידעע, ווערט דאָס וועבזײַטל טאַקע באַגלייט מיט אַ בילד פֿון אַ גיפֿטיקער שלאַנג.

כּשרות-סקאַנדאַלן און "ערבֿ-רבֿ" זענען טאַקע די באַליבסטע טעמעס פֿון דער וועבזײַט. די בראַצלעווער חסידים, צו וועלכע דער האָלמינער רבי באַציט זיך מער פּאָזיטיוו, ווערן אויך באַשולדיקט אין עסן דאָס טריפֿענע פֿלייש בעת זייערע נסיעות אין אומאַן. פֿונוואַנען וואָלט זיך אין אוקראַיִנע גענומען דאָס כּשרע פֿלייש?

"טראך טראך טראך!!!! דער הימל איז שיעור איינגעפאלען, ווען 20 טויזנעט אידישע קינדער זענען פאר א יאר אונגע­קומען אויף אומן", טענהט הרבֿ גראָס אויף מאַמע-לשון, נישט טראַכטנדיק צופֿיל וועגן די גראַמאַטישע כּללים, "און מען האט זיי מכשיל געווען מיט בשר נבילה וטריפה ממש בלי שום פקפוקים".

ווען מע לייענט דעם האָלמינער רבינס "קול-קוראס", מאַכט זיך אַן אײַנדרוק, אַז כּמעט די גאַנצע פֿרומע וועלט עסט אַ גאַנץ יאָר טריפֿות, אַז ס׳רובֿ רבנים האַלטן אין איין נעמען כאַבאַרן, אַז ס׳איז בכלל נישט קלאָר, ווער איז אַ ייִד און ווער נישט, צוליב דער שרעקלעכער אינפֿילטראַציע פֿונעם "ערבֿ-רבֿ".

אינעם אָפּטייל פֿונעם וועבזײַט, וואָס הייסט "כּסף" ("געלט"), שרײַבט דער האָלמינער רבי, אַז די וועלט דינט הײַנט דעם גאָלדענעם קאַלב פֿון קאַפּיטאַל. דאָס איז, דאַכט זיך, די איינציקע "קול-קורא" פֿונעם מחבר, מיט וועלכער איך בין פֿולשטענדיק מסכּים; די איבעריקע באַשולדיקונגען קלינגען ווי אַ משונהדיק געמיש פֿון עקסטרעמען רעליגיעזן פֿונדאַמענטאַליזם און פּאַראַנאָיע. די וועבזײַט גופֿא זעט אויס אויך זייער אומגעלומפּערט: אַ מאָדנער מישמאַש פֿון בילדער און קאָליריקע לאָזונגען, צווישן וועלכע מע קאָן זיך גרינג פֿאַרבלאָנדזשען.

פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויף אַלע חסרונות פֿון זײַן וועבזײַט, טוט דער האָלמינער רבי אַ גרויסע טובֿה די ייִדן — סײַ פֿרומע, סײַ וועלטלעכע, פֿאַרשפּרייטנדיק הונדערטער ספֿרים און ביכער. אַפּנים, צוליב זײַן פֿאַראַכט צו דער "עבֿודה-זרה פֿונעם גאָלדענעם קאַלב", פֿאַרשפּרייט הרבֿ גראָס דווקא בחינם הונדערטער איבערגעדרוקטע אַלטע ספֿרים. צווישן פֿאַרשיידענע ווערק, קאָן מען געפֿינען אויף זײַן וועבזײַט דעם גאַנצן קאָמפּלעקט פֿון "עין-יעקבֿ", די פֿילבענדיקע זאַמלונג פֿון תּלמודישע אַגדות, תּנ״ך, משניות, מדרשים, אַ סך קלאַסישע מוסר-ספֿרים — אַלץ באַגלייט מיטן טראַדיציאָנעלן עבֿרי-טײַטש. אַחוץ דעם, זענען אויף דער וועבזײַט אַרויסגעשטעלט אומצאָליקע מעשׂה-ביכער אויף ייִדיש — וועגן די באַרימטער חסידישע רביים, גרויסע רבנים פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן, חז״ל און תּנ״כישע העלדן, ווי אויך אַ צאָל וועלטלעכע ביכער וועגן דער געשיכטע פֿון די חסידים און מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן. די וווּנדערלעכע מעשׂיות וועגן גרויסע מקובלים און בעלי-מופֿת, אַזעלכע ווי רבי שמעון בר יוחאי, דער אַריז״ל, ר׳ חיים וויטאַל און דער בעל-שם-טובֿ, קלינגען באַזונדערס פֿאַרכאַפּנדיק און מיסטיש. אַחוץ די לעגענדעס וועגן היסטאָרישע פּערסאָנאַזשן, זענען אויף דער וועבזײַט אויך פֿאַראַן די משלים פֿונעם דובנער מגיד, און אַנדערע ווערק פֿונעם ענלעכן זשאַנער.

די וועבזײַט האָט נישט קיין אַלפֿאַבעטישן קאַטאַלאָג, און לײַדט פֿון שוואַכער אָר­גאַ­ניזאַציע און דיזײַן, דערפֿאַר איז עס שווער אָפּצושאַצן, וויפֿל ייִדישע ביכער און ספֿרים זענען דאָרטן אַרויסגעשטעלט געוואָרן. עס זעט אָבער אויס, אַז זייער צאָל דערגרייכט לכל-הפּחות 800־900. ס׳רובֿ מעשׂה-ביכער געפֿינען זיך אויף דעם-אָ זײַטל: "israel613.com/SEFORIM-MECHBRIM3.htm". דאָרטן זענען אויך אָנגעגעבן פֿאַררופֿונגען אויף אַנדערע זײַטלעך, וווּ עס "וואַלגערן זיך" אַ סך ייִדישע ביכער, צומאָל אויסגעמישט מיט "קול-קוראס" און פּראָפּאַגאַנדיסטישע אַרטיקלען אויף ייִדיש, ענגליש און העברעיִש.

די אָריגינעלע מעשׂה-ביכער, איבערגע­דרוקט דורכן האָלמינער רבין, זענען פֿאַר­עפֿנטלעכט געוואָרן אין אַלע ראַיאָנען פֿון מיזרח-אייראָפּע, און רעפּרעזענטירן פֿאַר­שיידענע דיאַלעקטן — פֿונעם ליטווישן ייִדיש, אָן דעם דריטן גראַמאַטישן מין, וואָס טרעפֿט זיך אינעם ספֿר "בית רבי", וועגן דער געשיכטע פֿון חב״ד-באַוועגונג אין ווײַסרוסלאַנד — ביז דעם איבער-דײַטש­מערישן גאַליציאַנער "ייִדיש-דײַטש" אינעם מוסר-ספֿר "עת-לעשׂות", פֿונעם קאָלאָמייער רבין, הרבֿ הלל ליכטענשטיין. בײַם בלעטערן פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן פֿון דער וועבזײַט, קאָן אַ ייִדיש-סטודענט זיך גוט באַקענען מיט פֿאַרשיידענע דיאַלעקטאַלע פֿאָרמען פֿונעם געשריבענעם ייִדיש.

ס׳זעט אויס, אַז נישט געקוקט אויף דער נעגאַטיווער באַציִונג פֿון ס׳רובֿ חסידים, בפֿרט צווישן אַזעלכע עקסטרעם-פֿרומע מענטשן, ווי דער האָלמינער רבי, האָבן דווקא זיי געשאַפֿן די גרעסטע אָפֿענע ביבליאָטעק אויף ייִדיש אין דער אינטערנעץ. אַפֿילו די ריזיקע ייִדישע וועב-ביבליאָטעק פֿונעם פֿראַנקפֿורטער אוניווערסיטעט אַנט­האַלט ווייניקער ביכער. לאָמיר האָפֿן, אַז די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון דער אינ­טערנעץ וועט ברענגען דעם ייִדישן לייענער נײַע אָנגענעמע אַנטפּלעקונגען.