מוזיק, טעאַטער
דוד ראָסמער ווי ר׳ שלמה (מיט דער גיטאַר). פֿון רעכטס: נשמה קאַרלעבאַך;
דער כאָרעאָגראַף, מײַקל ריין; רעזשיסאָר און טעקסט־שרײַבער, דוד שעכטער;
פּראָדוצירער און סצענאַר־שרײַבער, דניאל ווײַז און מוזיקאַלישער אַראַנזשירער, קיט לעווינסאָן
דוד ראָסמער ווי ר׳ שלמה (מיט דער גיטאַר). פֿון רעכטס: נשמה קאַרלעבאַך; דער כאָרעאָגראַף, מײַקל ריין; רעזשיסאָר און טעקסט־שרײַבער, דוד שעכטער; פּראָדוצירער און סצענאַר־שרײַבער, דניאל ווײַז און מוזיקאַלישער אַראַנזשירער, קיט לעווינסאָן
Photo: Carol Rosegg

די פּיעסע הייסט "Shlomo" (שלאָמאָ) און ס'איז אַ "מיוזיקל", וואָס באַנוצט זיך מיט שלמה קאַרלבאַכס לידער. מוזיק, נגינה, און אין צווישן, אַרײַנגעפֿלאָכטן עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן. דאָ אין אַמעריקע איז דאָ אַ פּיזמון וואָס האַלט אַז אַנשטאָט טרערן אויפֿן טויט פֿון אַ בר־מינן, פּראַוועט מען זײַן לעבן, פּונקט ווי מ'פּראַוועט אַ יום־טובֿ. וואָס איז די גדולה, פֿאַרשטיי איך נישט. נאָר אַזוי האָבן זיך די אַמעריקאַנער ליב אויסצודריקן. ס'איז אויך אינטערעסאַנט ווי מענטשן האָבן ליב צו פֿאַרגעטערן עמעצן נאָכן טויט. בײַם לעבן איז שלמה קאַרלבאַך געווען אַ בן־יחיד בײַ גאָט. אַזוי האָט ער געזען זײַן לעבן. ער איז נישט געווען קיין מענטש וואָס האָט ליב געהאַט צו גיין אויף אַן אויסגעטראָטענעם וועג. פֿאַרקערט. ער האָט געזוכט זײַנע אייגענע ד׳ אַמות, און געפֿינען. באַגלייט פֿון מוזיק, נאָכפֿאָלגער און נאָכשפּעטער.

שלמה קאַרלבאַך איז געווען מוזיקאַליש און געקענט אָנצינדן אַן עולם מיט זײַן האַרציקער נגינה. זײַן סטיל איז געווען — קאָלירטע יאַרמלקעס, אַ גיטאַרע אַרום די אַקסלען, זינגען, שפּרינגען און טאַנצן. אַזוי אַז זײַנע מיטזינגער פֿלעגן אויך מיט­שפּרינגען, מיטהאָפּסען און מיטטאַנצן. דער עיקר, ער האָט צוגעצויגן אַן עולם. אַ וועלכן עולם? שלמה קאַרלבאַך איז פֿאַר מיר געווען אַ שטיקל אַניגמע. אַ פֿרומער זינגער וואָס זינגט האַרציקע לידער און דאָס דאַכט זיך אַלץ. דער פֿאַקט, אַז ער איז געווען איינער פֿון אַ צווילינג, און אַז ער איז געווען אַ תּלמיד־חכם, ממש אַ גאון־הדור, ווי מ'פּרובירט איצט פֿורעמען אים אין דמות פֿון אַ הייליקן ראַבײַ. דאָס איז פֿאַר מיר אַ שטיקל חדשות. און אַזוי ווי איך האָב אים אַמאָל באַגעגנט אין "קעמפּ־בויבעריק", וווּ ער האָט געזונגען, איז ער, דאַכט זיך, דעמאָלט געווען אַ קנאַפּער גאון און אַ קנאַפּער צדיק.

אין גאַנג פֿונעם "מיוזיקל" דערוויסט מען זיך, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין ווין, אין 1925. נאָך "קריסטאַלנאַכט", האָט די גאַנצע משפּחה געמוזט נעמען די פֿיס אויף די פּלייצעס און מאַכן אַ ויבֿרח, דאָס הייסט — אַנטלויפֿן. איז די משפּחה אָנגעקומען קיין אַמעריקע אין 1939, גלײַך בײַם אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דאָ האָט שלמה קאַרלבאַך געלערנט אין "ישיבֿת תּורה־ודעת" און "חיים בערלין" אין ברוקלין, אַרײַנגערעכנט בית־מדרש גבֿוה אין לייק­וווּד. סמיכה אויף רבנות האָט ער געקראָגן פֿון הרבֿ הוטנער, ראָש־ישיבֿה "חיים בערלין". אין 1951, ווען ער איז אַלט געוואָרן 26, האָט ער איבערגעריסן מיט דער מתנגדישער ישיבֿה און זיך אָנגעשלאָסן אין ליו­באַ­וויטשער חב"ד. ער האָט שטאַרק געהאַלטן פֿונעם באַרימטן רבין ר' יוסף־יצחק שניאורסאָן און געוואָרן אַ שליח פֿאַר ליובאַוויטש.

אַ שטיקעלע דיגרעסיע. פֿון דעם "מיוזיקל" האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז שלמהן האָט אימפּאָנירט שטאַרק די חסידשע עדה ייִדן וואָס האָבן ליב צו פּראַווען שׂימחה־ושׂשׂון, פֿרייען זיך און טאַנצן. זינגען, שפּרינ­גען און פּאַטשן מיט די הענט, אַרײַנפֿאַלן אין עקסטאַז און פֿאַרכּישופֿט ווערן פֿון אייגענעם התלהבֿות. נישט אַזוי ווי די טרוקענע ליטוואַקישע מתנגדים, וואָס בייגן זיך נישט, וואָס האַלטן זיך שטרענג בײַ דער הלכה און טוען מדקדק זײַן אויף יעדן אות פֿון דין. שלמה איז געווען אַ פֿרײַער פֿויגל, אַ פֿרײַער גײַסט, אַ טרובאַדור. זײַן וועלט איז באַשטאַנען פֿון הימל און ערד און די ברויזנדיקע נשמה פֿון אַ ייִדן וואָס זוכט אַ זינען אין דער גאַנ­צער אומאָרדענונג, אַן ענטפֿער צום כּסדרדיקן בלוט־שטראָם וואָס פּליוכעט אָן אָפּשטעל אין ארץ־ישׂראל. בכלל האָט ער נישט געהאַלטן פֿון דעם וואָס "מ'טאָר נישט", ווײַל ווער ס'האָט פֿאַרווערט האָט אַליין נישט פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון לעבן. לפֿי דער הלכה טאָר מען דאָך נישט צורירן זיך צו קיין בתולה, נישט צודריקן זי צום האַרצן. דאָס אַלץ האָט שלמהן גענאָגט און געפּלאָגט, ביז די סטרונע האָט געפּלאַצט און ער האָט איבערגעריסן מיט דער גאַנצער, צי האַלבער, צי אַ פֿערטל הלכה. איך בין נישט קיין מבֿין דערויף און אַוועק אַן אייגענעם שבת.

און דאָ קומען מיר צו די נײַנצן זעכציקער יאָרן, ווען אַמעריקע האָט קאָנוווּלסירט מיט סאָציאַלע איבערקערענישן, די היפּי־תּקופֿה. דאָס האָט שלמהן מיטגעריסן. חבֿרה האָט זיי באַפֿרײַט פֿון דער שטרענגער היים, פֿון די אײַנגעבירגערטע געזעלשאַפֿטלעכע אימפּאָזיציעס און סטרוקטור. מען איז גע­וואָרן "בלימל־קינדער" מיט גיטאַרעס און אויסגעשטרעקטע בעטלער־הענט, אויף צו געניסן פֿון אַ קאַווע מיט אַ צי פֿון יענעם סיגאַרעטל וואָס פֿאַרשלעפֿערט און פֿאַר­טשאַדעט. מען האָט גענומען זיך קליידן אין לאַנגע־לויזע יופּיצעס און פּויערישע, גע­בלימלטע בלוזקעס, מיט לאַנגע, צעפּלאָ­שעטע האָר און סאַנדאַלן אָדער סתּם לאַפּ­טשעס אויף די באָרוועסע פֿיס.

זעט אויס אַז שלמה איז פֿאַרכאַפּט גע­וואָרן מיט דער קלאַסן־איבערקערעניש אין אַמעריקע. ער האָט גענומען שפּילן און זינגען אין פֿאַרוואָרלאָזטע קעלער־שטיבלעך, אין קלובן, וווּ משקה, נאַרקאָטיקעס און פֿרויען האָבן נישט געפֿעלט. דאָ האָט ער זיך באַקענט מיט נינאַ סימאָן, אַ נעגערישע זינגערין, וועלכע איז מיט דער צײַט געוואָרן שטאַרק פּאָפּולער און באַרימט אין אַמעריקע. זי האָט אָנערקענט נישט נאָר שלמהס טאַלאַנט, זײַן שעפֿעריש־ברויזנדיקן גײַסט, נאָר זי האָט אויסגעשטרעקט אַ חבֿרישע האַנט, און אים געהאָלפֿן אײַנצופֿונדעווען זיך אין דער וועלט פֿון פֿאַרווײַלונג. זי האָט אים אַרײַנגעפֿירט אין דער קאָנטר־קולטור פֿון בליִענדיקער "דזשעז און בליוז" מוזיקאַלישער וועלט. קאַרלבאַך האָט אַפֿילו באַזוכט די קירכע וווּ נינאַ סימאָן האָט אָפּגעהאַלטן אירע זינגענדיקע דרשות און אָנגעצונדן מיט איר געזאַנג אירע "שוועסטער" און "ברידער". שלמה קאַרלבאַך האָט דערזען, אַז די פֿרעמ­דע נישט־ייִדישע סבֿיבֿה פֿאַרמאָגט עפּעס וואָס אים פֿעלט. דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער עקסטאַז, זייער הוידען זיך, זייערע באַווע­גונגען. דאָס אַלץ האָט שלמה קאַרלבאַכן שטאַרק אימפּאָנירט און ער האָט גענאָסן פֿון יענעם געטלעכן עקסטאַז, וואָס איז אונדז ייִדן אַזוי פֿרעמד.

מיט דער צײַט איז שלמה קאַרלבאַך באַ­צייכנט געוואָרן ווי דער "זינגענדיקער ראַבײַ", וועלכער האָט עטאַבלירט "דאָס הויז פֿון ליבע און גאָטעסדינסט", אין סאַן־פֿראַנציסקאָ. דאָרט האָט מען אויסגעטיילט הויפֿנס ליבע און פּעק מיט פֿרײַנדשאַפֿט, געהאָלפֿן היימלאָזע און פֿאַרוואָרלאָזטע יונגע־לײַט און מיידלעך, וואָס זײַנען אַראָפּ פֿונעם דרך־הישר. דאָרט האָט מען זיי גערופֿן "ברודער" און "שוועסטער", און דער עיקר איז זײַן אומאָרטאָדאָקסישער צוגאַנג צו אָר­טאָדאָקסיע געווען דער שמועס אין גאַס.

זײַן פּערזענלעך פֿאַרהייראַט לעבן איז אויך נישט געווען קיין מאָדעל אויף וועלכן זיך צו שטיצן. די פֿרוי האָט פֿון אים קיין האָניק נישט געלעקט. זי האָט אים זעלטן ווען געזען, זײַן טאָכטער נשמה — ווייניקער. ער פֿלעגט אַרומפֿליִען איבער דער וועלט מיט קאָנצערטן, געשפּילט פֿאַר פֿולע זאַלן ייִדן און אין וואַרשע — פּאָליאַקן, וואָס האָבן אים ממש גע­טראָגן אויף די הענט. איין שׂימחת־תּורה האָב איך, מיט אַ חבֿרה פֿון מײַנע נאָענטע פֿרײַנד, זיך אַרײַנגעכאַפּט אין שלמה קאַרלבאַכס שיל, וואָס געפֿינט זיך אויף דער 79סטער גאַס לעבן דער וועסט־ענד עוועניו. דאָרט, אינעם געפּאַקטן קליינעם זאַ­לעכל, האָט זיך געטומלט מיט מאָדנע פּאַרשוינען, אַלטע "היפּיס" און יונגע צע­פּלאָשעטע קעפּ, מענער מיט גרויע עקעלעך וואָס האָבן זיך געבאָמבלט איבער זייערע אַקסלען, מיט­ליע­רי­קע פֿרויען מיט אויס­גע­ליי­דיקטע פּנימער און יונגע פֿאַרלוירענע נשמות. אַלע האָבן געשטרעקט זייע­רע הענט צו שלמהן, ווי זיי וואָלטן זיך געצויגן צו אַ טראַס­קעדיקן פֿײַער־שײַטער. שלמה קאַרל­באַך איז געווען זייער פֿאַרווײַלער, זייער פֿאַר­בינדלער צווישן פֿרום און פֿרײַ, זייער אינ­ספּי­רירנדיקער "גורו". נאָך אַ פּאָר מינוט פֿונעם ספּעקטאַקל האָט מען באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן, ווײַל ס'איז נישט געווען קיין תּורה און נישט קיין שׂימחה. עפּעס האָט דאָ געשמעקט מיט ייִדישן דלות, מיט פֿאַררייכערטע ווענט און מיט קרוכלער לופֿט.

און איצט לאָמיר צוגיין צו דער פֿאָר­שטעלונג גופֿאַ. זי ווערט געשפּילט אין "Museum of Jewish Heritage" (מוזיי פֿון ייִדישער ירושה) אין באַטערי־פּאַרק. געשריבן די פּיעסע האָט דניאל ווײַס מיט צוגאָב־מאַטעריאַלן פֿון שלמה קאַרלבאַכס טאָכטער נשמה. אַלע לידער, די גאַנצע נגינה קומט פֿון שלמה קאַרלבאַכס רעפּערטואַר. איין זאַך האָט מיך אַ ביסל געטשעפּעט: די טענץ מיט די טליתים און בכלל די ייִדן, אײַנ­געוויקלטע אין טליתים, האָבן מיר אויס­געזען ווי קאַריקאַטורן. די פּיעסע אַליין איז נאָך אַ ביסל רוי און פֿאַרמאָגט נאָך נישט די געשליפֿננקייט און די חכמת־הדראַמע.

און איצט לאָמיר צוטרעטן צו די אַק­טיאָרן. עס האָבן אָנטייל גענומען מער ווי אַ טוץ שוישפּילער, און איך מוז אײַך זאָגן, העכסט באַגאַבטע און פֿעיִקע טאַלאַנטן. אַלע פֿאַרמאָגן אונטער זיך בראָדוויי, טעלעוויזיע און פֿילמען. אַלע זײַנען אויסגעצייכנט סײַ מיטן שפּילן און סײַ מיטן זינגען. איך מוז דערמאָנען די בחורטע וועלכע שפּילט די ראָלע פֿון נינאַ סימאָן, דער נעגערישער דזשעז־זינגערין. זי הייסט טהאָרסדיי פֿאַראַר, און אַ שטימע פֿאַרמאָגט זי, אויף אַלע זינגער געזאָגט געוואָרן. זי שפּילט אויך פֿאַרשיידענע ראָלעס אין דער פּיעסע. אָבער איר זינגען האָט פֿאַרהילכט דעם זאַל. קיינער פֿון די אַקטיאָרן און אַקטריסעס איז נישט געווען אונטערשטעליק. דוד ראָס­מער האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע, די ראָלע פֿון קאַרלבאַך. אַ בחור מיט אַ וווּנדערלעכער שטימע צום זינגען, גראַציעז בײַם טאַנצן און אַ פּרעכטיקער אַקטיאָר. די מוזיקאַלישע אַראַנזשירונגען האָט געמאַכט קיט לעווינזאָן. דערבײַ האָט געשפּילט אַ קאַפּעליע פֿון אַ זעקס מאַן אונטער דער לייטונג פֿון סטיוו מאַרגאָשעס. זייער אײַנ­דרוקספֿולע דעקאָראַציעס האָט צוגע­שניטן ביוווּלף באָריט, די קאָסטיומען — טאָבין אָסט און די ליכט־עפֿעקטן — דזשעף קרוימער. נאָך בילעטן קענט איר זיך ווענדן אויפֿן פֿאָלגנדיקן אַדרעס:

Museum of Jewish Heritage — Edmond J.Safra Hall
36 Battery Place, Battery Park City, NYC
(212) 279-4200
www.shlomomusical.com