פּאָליטיק

"אין קיין לאַנד איז דאָס עסן נישט געווען פֿון אַזאַ וויכטיקייט, ווי אין דײַטשלאַנד נאָך דער [ערשטער וועלט] מלחמה-צײַט. די מענטשן, וועלכע האָבן יאָרנלאַנג אויסגעהונגערט זיך נאָך אַ ביסל פֿעטס און באַגנוגענען זיך געלאָזט מיט כּלערליי ערזאַץ-מיטלען, האָבן מיט אַ מאָדנער זשעדנעקייט נאָך דער מלחמה זיך געוואָרפֿן אויף שפּײַז. יעדער מאָלצײַט איז געפּראַוועט געוואָרן ווי אַ גרויסער יום-טובֿ. אינטעליגענטן, מענטשן פֿון העכסטער גײַסטיקייט, האָבן נישט געקאָנט אונטערדריקן אין זיך דעם קאַניבאַלישן חשק, וואָס האָט זיך אַרויסגעוויזן בײַם עסן. יעדעס קרישקעלע, יעדעס ביינדל, יעדער טראָפּן פֿעטס איז מיט אַנט­ציקונג פֿאַרצערט געוואָרן. די פֿאָלגן פֿון דעם מלחמה-הונגער האָבן זיך געפֿילט אין דײַטשע הײַזער אַ סך יאָרן נאָך דער מלחמה."

איך האָב דאָס געלייענט אין דעם ראָמאַן "בײַם אָפּגרונט" פֿון שלום אַש, זיצנדיק אין דעם עראָפּלאַן, וועלכער האָט מיך געפֿירט צוריק, קיין ניו-יאָרק, פֿון אַ חתונה אין סאַן-פֿראַנציסקאָ. די שׂימחה איז געווען אַ רוסיש-ייִדישע, אַזוי אַז די אַכילה איז אויך געווען פֿון אַ רוסיש-ייִדישן רעסטאָראַן, וועמעס באַלעבאָסטע האָט אַזוי פֿאָרמולירט איר צוגאַנג צום געשעפֿט: "איך גרייט צו זייער אַ סך עסן, און דערנאָך, אויף יעדן פֿאַל, גיב איך צו נאָך אַ ביסל". וואָלט איר נאָר געזען די בערג שפּײַז, וואָס זײַנען אָנגעוואַלגערט געוואָרן אויף די טישן! אַ סבֿרא, אַז פֿון די טעלער האָט מען געקענט אָנהאָדעווען נאָך אַ פּאָר אַזעלכע חתונות. אַ היפּשן טייל פֿון אָט דעם אַלץ האָט מען דערנאָך פֿאַרפּאַקעוועט, און די משפּחה האָט עס גענומען אַהיים — צו הוליען נאָך עטלעכע טעג. אָבער זייער אַ סך איז גלײַך אַוועק אין סמעטניק.

אַן ערך דאָס זעלבע האָב איך געזען אין אַ וואָך אַרום, ווען אַ געוועזענער מאָסקווער שכן מײַנער האָט געפּראַוועט זײַן יוביליי אין אַ ברײַטאָן-ביטשער רעסטאָראַן. ווידער אַ מאָל — בערג מיט אַכילה, וואָס מע האָט זיך קוים צוגערירט צו איר. די מלחמה — די ערשטע, די צווייטע און די קאַלטע — האָט זיך שוין לאַנג פֿאַרענדיקט, אַזוי אַז דער עולם איז ניט געווען זייער אויסגעהונגערט. דערצו נאָך האָט דער אָרקעסטער (אַן אָנשיקעניש פֿון די רוסישע רעסטאָראַנען) אַזוי הילכיק געשפּילט און געזונגען, אַז די געסט זײַנען געזעסן פּריטשמעליעטע, גלײַך ווי מע האָט באַקומען אַ קאָנטוזיע. אויף זייערע פּנימער איז געווען קלאָר אָנגעשריבן נאָר איין פֿאַרלאַנג: וואָס גיכער זיך אַרויסרײַסן פֿון אָט דער אָפּקומעניש. אַזאַ אָפּקומעניש פֿון מוזיק און עסן האָב איך ניט איין מאָל איבערגעלעבט אויך אין ישׂראל.

די קולטור, מישטיינס געזאָגט, פֿון פֿרעסן איז פֿאַר­שפּרייט איבער דער גאָרער וועלט. אָבער ס׳איז קלאָר, אַז מע זעט עס, בדרך-כּלל, ווייניקער אין סטאַבילע, רײַכע, מאָדערנע געזעלשאַפֿטן. מיר איז ניט אויסגעקומען צו הערן וועגן באַגרענעצונגען אויף דער צאָל געסט, וועלכע מע קען פֿאַרבעטן אויף אַ חתונה אין פֿראַנקרײַך צי שוועדן, אָבער אַ שטרענגע באַגרענעצונג האָט די רעגירונג אײַנגעפֿירט אין טאַדזשיקיסטאַן. איך בין ניט קיין טעאָרעטיקער פֿון סעודה-טראַדיציעס, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז אין אַמעריקע און ישׂראל (פֿר)עסט מען מער איידער אין אייראָפּע, ווײַל דאָס זײַנען לענדער פֿון אימיגראַציע. דאָס איז בלי-ספֿק ניט די איינציקע סיבֿה, אָבער אַ גרויסער טעלער שפּילט דאָך אַ וויכטיקע סימבאָלישע ראָלע: "גיט אַ קוק, ווי מיר האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט! מיר קענען זיך פֿאַרגינען אַ טיש מיט כּל-טובֿ."

אין אַ טײַערן רעסטאָראַן ברענגט מען אויך אַ גרויסן טעלער, אָבער דאָס געריכט גופֿא פֿאַרנעמט אויף דעם טעלער געוויינלעך זייער ווייניק אָרט, קוים וואָס מע זעט עס. און דאָס איז אויך אַ סימבאָל: איך בין גענוג רײַך צו באַצאָלן פֿאַר אַ פֿולן טעלער, אָבער באַקומען נאָר אַ קליינעם חלק פֿון דעם. צו אַזאַ מצבֿ — אַ ביסל אַכילה אויף אַ גרויסן טעלער — דאַרף מען קומען, און דער וועג איז אָפֿט מאָל אַ לאַנגער, ער קען געדויערן עטלעכע דורות.

די גאַנצע וועלט פֿילט איצט, אַז צום טיש, פֿאַרשטעלט מיט כּלערליי מאכלים, זעצן זיך צו יעדן טאָג צענדליקער מיליאָנען לײַט אין כינע און אינדיע, וועלכע האָבן ביז אַהער געהאַט צוטריט בלויז צו זייערע באַשיידענע קוואַנטיטעטן פֿון שפּײַז. רוסלאַנד איז אויך איינער פֿון די פֿאַקטאָרן: עס אימפּאָרטירט, צאָלנדיק מיט נאַפֿט-געלטער, אַ העלפֿט פֿון דעם וואָס מע עסט אויף אין לאַנד. בינו-לבינו האָבן זיך געמאַכט טריקענישן אין אויסטראַליע און אין אַ צאָל אַנדערע לענדער, וואָס עקספּאָרטירן לאַנדווירטשאַפֿטלעכע פּראָדוקציע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס מע האָט זיך צוגעכאַפּט זייער זשעדנע צו אַלטערנאַטיווע ענערגעטישע קוואַלן, אַרײַנגערעכנט אַזאַ אַלטערנאַטיוו ווי קוקורוזע. און עס ווערן אַלץ טײַערער און טײַערער אַלע נאַפֿט-פּראָדוקטן, וואָס שטופּט אונטער דעם וווּקס פֿון פּרײַזן אויף כּמעט אַלצדינג.

עס האָט זיך אַרײַנגעמישט נאָך איין פֿאַקטאָר, וואָס מע פֿילט אויך אין דעם מיסחר פֿון נאַפֿט, דהײַנו: פֿינאַנצילע ספּעקולאַציעס. מיט נאַפֿט און מיט שפּײַז האָבן גענומען האַנדלען די געשעפֿט־מאַכערס, וועלכע האָבן זיך פֿריִער באַשעפֿטיקט מיט אַקציעס, גאָלד און געלט. לעצטנס, אָבער, האָבן זיי זיך געכאַפּט, אַז, למשל, אויף קוקורוזע קען מען פֿאַרדינען בעסער ווי אויף אַקציעס — און די געלט-שטראָמען האָבן פֿאַרקערעוועט אין דער דאָזיקער ריכטונג. ס׳איז באַוווּסט, אַז נאָכפֿרעג סטימולירט העכערע פּרײַזן. מומחים אין עקאָנאָמיע טענהן, אַז די פּרײַזן וועלן פֿאַלן, ווען אַנדערע געשעפֿטן וועלן ווידער אָנהייבן ברענגען בעסערע רווחים.

דערווײַל וואַקסן גאַנץ ממשותדיק די פּרײַז אויף רײַז, ברויט און אַנדערע צענטראַלע קאָמפּאָנענטן פֿונעם שפּײַז-מאַרק. אַ שטייגער, רײַז קאָסט איצט אין אַמעריקע צוויי מאָל אַזוי פֿיל ווי פֿאַר אַ יאָרן. אין אייניקע אַמעריקאַנער קראָמען באַגרענעצט מען די קוואַנטיטעט פֿון רײַז, וואָס מע דערלויבט צו קויפֿן, ווײַל מע האָט עס גענומען צעכאַפּן אויף צו פֿאַרגרייטן. די רייד גייט וועגן די קונים, פֿאַר וועלכע רײַז איז דער הויפּט-מאכל. אָבער באַזונדערס שטאַרק פֿילט מען עס אין די אָרעמסטע ווינקלען פֿון דער ערד, וווּ עס זײַנען טעטיק פֿאַרשיידענע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס. זייערע מעגלעכקייטן זײַנען איצט זייער באַגרענעצט, ווײַל פֿאַר די זעלבע געלטער קענען זיי קויפֿן און ברענגען אַ סך ווייניקער שפּײַז. דער מצבֿ האָט שוין באַקומען אַ נאָמען — דער "שטילער צונאַמי".