רעצעפּטן

אָט האָט איר אַ געזונטן, געשמאַקן פֿרישטיק פֿאַר אַ זונטיק אינדערפֿרי. אויב ס׳איז שווער צו באַקומען פֿרישע טרוסקאַפֿקעס (strawberries), קענט איר ניצן די פֿאַרפֿרוירענע.

3/4 טעפּל מעל
3/4 טעפּל ראַזעווע מעל
1/2־1 לעפֿעלע באַקפּראָשיק
1/2 לעפֿעלע באַקסאָדע
1/4 לעפֿעלע זאַלץ
2 אייער
1 טעפּל ווייניק־פֿעטיקע מאַסלינקע (buttermilk)
1/2 טעפּל אָפּגעשעפּטע מילעך
1 לעפֿל האָניק
1/4 לעפֿעלע וואַניל

הייצט אָן אַ פּאַטעלניע איבער אַ קליינעם פֿײַער. מישט צונויף אין אַ שיסל די ערשטע 5 באַשטאַנדטיילן. אין אַ צווייטער שיסל קלאַפּט צונויף די אייער, מאַסלינקע, האָניק און וואַניל. קאָמבינירט ביידע געמישן.

גיסט דאָס טייג, לעפֿלווײַז, אַרײַן אין דער הייסער פּאַטעלניע, ביז עס באַקומט זיך אַ לאַטקע. ווען עס באַווײַזן זיך בולבעלעך אויף דער אייבערפֿלאַך, און אונטן איז גאָלדן ברוין, קערט די לאַטקע איבער און פּרעגלט זי, ביז זי ווערט גאָלדן ברוין אויף דער צווייטער זײַט. צעשנײַדט די לאַטקעס מיט אַ קיכל־שנײַדער די פֿאָרם פֿון אַ האַרץ, און האַלט זיי אין אַ וואַרעמען אויוון.

טרוסקאַפֿקע־סאָוס:

1 פֿונט פֿרישע טרוסקאַפֿקעס
1 לעפֿעלע לימענע־זאַפֿט
2 לעפֿל קליאָנען־סיראָפּ

צעמאָלט די טרוסקאַפֿקעס און וואַ­רעמט אָן דעם סאָוס אין אַ קליינעם טאָפּ. מישט אַרײַן דעם לימענע־זאַפֿט און קליאָנען־סיראָפּ. באַגיסט די לאַטקעס מיטן וואַ­רע­מען סאָוס און דערלאַנגט צום טיש.