‫רעפּאָרטאַזשן
די באַרימטע דאָהאַני־סינאַגאָגע אין בודאַפּעשט
די באַרימטע דאָהאַני־סינאַגאָגע אין בודאַפּעשט

ערשטער טייל, בודאַפּעשט

ווען איך דערצייל מײַנע פֿרײַנד, אַז איך בין צום ערשטן מאָל געפֿאָרן קיין אוקראַיִנע, דער עיקר, טשערנעוויץ און צפֿון־בוקעווינע, די היים פֿון מײַן מאַמען און זיידעס און באָבעס, פֿרעגן זיי מיך: נו, וואָס האָט דיר גענומען אַזוי לאַנג? דעם אמת געזאָגט, בין איך שוין פֿריִער יאָ צוריקגעפֿאָרן צום שטעטל פֿון מײַן טאַטן, סערעט, אין דרום־בוקעווינע, הײַנט רומעניע, אין 1984. דעמאָלט האָבן מיר נאָך געהאַט קרובֿים אין שאָץ און אין בוקאַרעשט; ייִדישע שרײַבער ווי ישׂראל בערקאָוויטש און וואָלף טאַמבור, האָבן נאָך דאָרטן געלעבט, און כּמעט אין יעדן שטעטל האָט מען געקענט געפֿינען אַ מנין ייִדן. די צײַט האָט אונדז אַ ביסל געטריבן, מיר זאָל אָפּכאַפּן די מענטשן כּל־זמן זיי לעבן.

אָבער די איצטיקע נסיעה, צו "דער אַלטער היים", איז געווען פֿון אַ גאַנץ אַנדער שניט. מיר, מײַן פֿרוי נחמה און איך, האָבן געוווּסט, אַז די איינציקע קרובֿים, וואָס מיר וועלן אפֿשר געפֿינען, ליגן אויפֿן הייליקן אָרט. אין קלענערע שטעטלעך וועט מען מיט מזל געפֿינען אַ ייִד, דאָ און דאָרט, אָבער נישט קיין מנין. דער ציל איז געווען צו דערזען די געסלעך פֿון טשערנאָוויץ און דעם פּייסאַזש פֿון דער בוקעווינע, און אויב אַ נס וועט זיך טרעפֿן, געפֿינען די מצבֿה פֿון מײַן עלטער־זיידן, יונה פֿישבאַך, אינעם שטעטל זוויניעטשקע.

קיין דירעקטער אופֿן צו פֿליִען קיין טשערנעוויץ איז נישט פֿאַראַן, האָבן מיר באַשלאָסן, צו פֿליִען קיין בודאַפּעשט מיט אַ ביליקן בילעט און פֿון דאָרטן, פֿאָרן מיט דער באַן קיין לעמבעריק (הײַנט לוויוו) און טשערנעוויץ. הײַנט זענען ביידע שטעט אין דער אוקראַיִנע, אָבער פֿאַר דער מלחמה איז לעבמעריק געווען אַ טייל פֿון פּוילן, און טשערנעוויץ, אַ טייל פֿון רומעניע.

וואָס אַלע דרײַ שטעט אויף אונדזער פֿאָרפּלאַן — בודאַפּעשט, לעמבעריק און טשערנעוויץ — האָבן בשותּפֿות, איז אַ פֿאַרבינדונג מיט דער אַמאָליקער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע. די השפּעה פֿון דער אימפּעריע זעט מען אין דער אַרכיטעקטור און דעקאָראַטיווע מאָטיוון אויף כּמעט אַלע בנינים, געבויט אין יענער צײַט. פֿון די דרײַ שטעט איז בודאַפּעשט די גרעסטע, די מער אייראָפּעיִשסטע און — די טײַערסטע. מע האָט אונדז געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס לאַנד אונגערן האָט אַזוי געוואָלט אַרײַן אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, אַז די רעגירונג האָט זייערס דורכגעפֿירט אויפֿן חשבון פֿונעם געוויינטלעכן בירגער, אַבי אַרײַנצוטרעטן אינעם פֿאַרבאַנד. דעריבער, האָבן מיר באַמערקט, אַז די שטימונג אויף די גאַסן פֿון בודאַפּעשט איז נישט געווען קיין פֿרײַנדלעכע פֿאַר די טוריסטן. אָדער ס׳איז דאָס גאָר די נאַטור בײַ די אונגאַרן?

דעם ערשטן טאָג האָבן מיר אָנגעקלונגען צו "מיסטער קלעזמער" אין בודאַפּעשט, באָב כּהן, וועל­כער ציט זײַן חיונה, דער עיקר, ווי אַ שרײַבער פֿאַר טוריסטן־ביכער וועגן דער שטאָט. ער איז אַ גרויסער מבֿין, וווּ מע זאָל עסן אין בודאַפּעשט. כּהן איז געקומען קיין אונגערן אין 1988 צו שטודירן אונגערישע פֿאָלקמוזיק און איז שוין דאָרט געבליבן. ער איז אַ זעלטענע פּערזענלעכקייט, וואָס איז במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר, אַרומגעפֿאָרן איבער גאַנץ מיזרח־אייראָפּע, בפֿרט אין אונגערן, אוקראַיִנע און רומעניע, און אויס­געפֿרעגט אין יעדן דאָרף און שטעטל, צי עס געפֿינט זיך דאָרטן אַ פֿידלער? אַ מוזיקער? ווען ער פּאַקט אַן אַלטן ציגײַנער־פֿידלער, למשל, פֿרעגט ער אים אויס, נישט נאָר וועגן "זײַן" מוזיק, נאָר אויך וועגן די אַמאָליקע ייִדישע קלעזמער וואָס זיי האָבן געקענט. ווער סע פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדישער מוזיק און קומט קיין בודאַפּעשט, פֿאַרבינדט זיך מיט אים.

אין דער "באַר־לאַדינאָ", אין דער ייִדישער געגנט, זיצן פֿון רעכטס: דער מחבר, באָב כּהן, סוזען פֿוי, נחמה סאָקאָלאָוו
אין דער "באַר־לאַדינאָ", אין דער ייִדישער געגנט, זיצן פֿון רעכטס: דער מחבר, באָב כּהן, סוזען פֿוי, נחמה סאָקאָלאָוו

אין די טעג פֿון אונדזער באַזוך איז בײַ אים אויך געווען צו גאַסט אילאַנאַ קראַוויץ, אַ פֿידלערין פֿון ענגלאַנד, וואָס שפּילט סײַ קלעזמער־ און סײַ קלאַסישע באַראָק־מוזיק. דערצו האָב איך, נאָך 25 יאָר, זיך ווידער געטראָפֿן מיט אַן אַלטער חבֿרטע, סוזען פֿוי, אַ פֿאָרשערין פֿון פֿאָלקס־טענץ, וואָס פֿלעג קומען צו אונדז אינעם "שלום־עליכם־צענטער" אין בראָנקס, אַ קוק צו טאָן ווי די ייִדן טאַנצן. סײַ כּהן, סײַ פֿוי, האָבן זיך גוט אויסגעלערנט אונגעריש, וואָס איז נישט אַזאַ לײַכטער ענין.

מיר האָבן זיך אַלע געטראָפֿן אינעם "באַר לאַדינאָ" אין דער ייִדישער געגנט, "די געטאָ", ווי מע רופֿט זי נאָך אַלץ. דאָרטן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען אײַנגעצאַמט די ייִדן, זיי צוזאַמענגענומען אין 1944, און געשיקט אין אוישוויץ, וווּ במשך פֿון אַ פּאָר חדשים זענען אומגעקומען הונדערטער טויזנטער אונגערישע ייִדן.

איידער מיר זענען געפֿאָרן קיין בודאַפּעשט, האָבן אַלע אונדז אָנגעזאָגט צו באַזוכן די דרײַ שילן אין דער שטאָט, אָבער איך וואָלט געעצהט, צו ערשט, מע זאָל זען דעם חורבן־מוזיי, מיט זײַנע אינפֿאָרמאַטיווע און שאַפֿערישע אויסשטעלונגען, וועלכע גיבן אַ קלאָר בילד פֿון דער געשיכטע פֿון די אונגערישע ייִדן און זייער אומקום. דער דאָזיקער מוזיי מאַכט אויך אַ רושם מיט דעם, וואָס די טראַגישע געשיכטע פֿון די ציגײַנער, די ראָמאַ, ווערט אויך דערציילט צו גלײַך מיט דער ייִדישער געשיכטע.

די דאָהאַני־סינאַגאָגע איז די צווייט גרעסטע אין דער וועלט ("טעמפּל עמנואל" אין מאַנהעטן איז די גרעסטע) — 3000 מתפּללים קענען דאָרטן דאַווענען. אויף ייִדיש האָט מען זי גערופֿן די "טאַבאַק־שיל", וואָס איז אַן איבערזעצונג פֿון דאָהאַני. געבויט אין די 1850ער יאָרן, שטייט זי ווי אַ סימבאָל פֿון די רײַכע ייִדן אין דער אונגערישער געזעלשאַפֿט. כאָטש די אַרכיטעקטור איז בעצם אין אַ מורישן סטיל, זעט מען אויך אַנדערע מינים השפּעות. אויף דעם ריזיקן אָרגל אין דער סינאַגאָגע האָט געשפּילט אויך פֿראַנץ שובערט. טעאָדער הערצל איז געבוירן געוואָרן נישט ווײַט און האָט געפּראַוועט דאָרט זײַן בר־מיצווה.

אַדאָלף אײַכמאַן האָט געניצט די סינאַ­גאָגע פֿאַר אַ שטאַל, ווי אויך פֿאַר אַ זאַמל־פּונקט, צונויפֿצונעמען די ייִדן אין דער געטאָ, איידער מע האָט זיי פֿאַרשיקט אין לאַגער. אַן ערך צוויי טויזנט ייִדן, וועלכע זענען געשטאָרבן אין דער געטאָ זענען דאָרט באַגראָבן. עס איז, פֿאַרשטייט זיך, זייער זעלטן צו געפֿינען מצבֿות ממש לעבן אַ שיל.

די מיטל־יעריקע פֿרוי, וועלכע האָט אונדז געגעבן אַ טור איבער דער סינאַגאָגע, האָט דערציילט, אַז איר טאַטע איז געווען צווישן די "גוטע גויים", וואָס האָבן באַהאַלטן ייִדן בעת דער מלחמה. ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישער טאָכטער, וואָס ער האָט געהאַט אויסבאַהאַלטן. ווי באַקאַנט, האָט ראַוּל וואַלענבערג געפֿירט זײַן העלדישע אַרבעט צו ראַטעווען ייִדן אין בודאַפּעשט, און אַן אָנדענק־פּאַרק געפֿינט זיך דאָרט נישט ווײַט.

מצבֿות פֿון די אומגעקומענע אין דער בודאַפּעשטער געטאָ בעתן חורבן,
לעבן דער דאָהאַני־סינאַגאָגע.
מצבֿות פֿון די אומגעקומענע אין דער בודאַפּעשטער געטאָ בעתן חורבן, לעבן דער דאָהאַני־סינאַגאָגע.

פֿון אַ קינסטלערישן אַספּעקט, אָבער, האָט די שיל אויף דער קאַטשינצי־גאַס געמאַכט אַ גרעסערן אײַנדרוק. דאָס איז די גרעסערע פֿרומע שיל אין שטאָט, מיט אַ כּשרן רעסטאָראַן פֿון אונטן, וווּ מע קען הערן אַ ייִדיש וואָרט אויך. געבויט אין 1912, האָט די שיל אַזוי פֿיל קאָלירן און פֿאַרכאַפּנדיקע מאָלערײַ־מוסטערן אויף די ווענט און סטעליע, אַז מע מיינט בײַם ערשטן בליק, אַז זי איז נישט לאַנג צוריק געבויט געוואָרן.

עס איז קלאָר, אַז די אונגערן זענען שטאָלץ מיט זייער שפּראַך און מיט זייער קולטור. לויט מײַן מיינונג, אַ ביסל צו שטאָלץ. עס איז אין די נײַעס לעצטנס געווען, וועגן די "גאָלע קעפּ" אין בודאַפּעשט, און זעט אויס, אַז די אַפֿריקאַנער, און אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער האָבן וועגן דעם געהערט, ווײַל צווישן די טוריסטן האָט מען זיי נישט געזען. אינעם ריזיקן עטנאָגראַפֿישן מוזיי, וווּ מיר האָבן געזוכט עקספּאָנאַטן פֿון דער פֿאלקס־קולטור אין לאַנד, האָבן מיר טאַקע געפֿונען אינטערעסאַנטע וויטרינעס פֿונעם לעבן פֿון די פּויערים אין דער פּראָווינץ, אָבער נאָר איין אויסשטעל־וויטרינע וועגן די ייִדן (אַ חנוכּה־לעמפּל, אַ טלית, אאַ״וו) און קוים, קוים, עפּעס וועגן די ציגײַנער. די ציגײַנערישע מוזיק פֿון אונגערן איז דאָך וועלט באַרימט, אָבער קיין פּיפּס וועגן דעם וועט איר דאָ נישט געפֿינען.

נאָך צוויי טעג אין בודאַפּעשט האָבן מיר זיך אײַנגע­פּאַקט, זיך געזעגנט מיט אונדזער האָטעלכל, און געפֿאָרן מיט דער באַן איבערנאַכט קיין לעמבעריק.