פּאָליטיק

אַן עקספּערימענט אין די ניו-יאָרקער שולן געפֿינט זיך איצט אין פֿאָקוס פֿון פּאָליטיקער, זשורנאַליסטן און פּעדאַגאָגן. דער עקספּערימענט כאַפּט אַרום 6,000 אָרעמע שוואַרצע און היספּאַנישע תּלמידים. דער אײַנפֿאַל איז אַזאַ: אַ תּלמיד קען פֿאַרדינען ביז 250 דאָלאַר אַ יאָר, טאָמער דאָס קינד ווײַזט גוטע רעזולטאַטן אין לערנען. דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָט פֿאָרגעלייגט ראָלאַנד פֿרײַער, אַ 30־יאָריקער אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער פּראָפֿע­סאָר פֿון האַרוואַרד-אוניווערסיטעט. ער אַליין קומט פֿון אַ משפּחה, וווּ תּפֿיסה און נאַרקאָטיקעס זײַנען גע­ווען שליסלווערטער פֿונעם לעבן. אָבער אים האָט זיך יאַקאָס אײַנגע­געבן אַרויסצורײַסן פֿון דלות און קרימינעלקייט.

ד״ר פֿרײַער האָט געזוכט די סי­בות, וועלכע זאָלן קענען דערקלערן, פֿאַר וואָס אַ דורכשניטלעך־אַמערי­קאַנער 17־יאָריק שוואַרץ קינד האָט אַן אַקאַדעמישע אַנטוויקלונג פֿון אַ 13־יאָריק ווײַס קינד. פֿאַרשיידע­נע טעסטן האָבן געוויזן, אַז ווען מע פֿאַרגלײַכט קינדער, וואָס זײַנען איין יאָר אַלט, געפֿינט מען ניט קיין ממשותדיקע אונטערשיידן צווישן די ראַסעס. דער אויספֿיר איז געווען, אַז אַ וויכטיקע ראָלע שפּילט די מאָטיוואַציע. זייער אַ סך שוואַרצע קינדער האַלטן, אַז ס׳איז אַפֿילו ניט שיין צו לערנען זיך גוט, ווײַל אַזאַ אויפֿפֿירונג מאָדעלירט ניט די שוואַרצע, נאָר ווײַסע ווערטן. פֿרײַערס פֿאָרשונג האָט געוויזן, אַז די שוואַרצע מיידלעך און ייִנגלעך, וואָס לערנען זיך גוט, האָבן, בדרך-כּלל, ווייניקער פֿרײַנד צווישן שוואַרצע קינדער.

אַזוי איז געבוירן געוואָרן דער געדאַנק: טאָמער די משפּחה און, בכלל, די סבֿיבֿה איז ניט בכּוח צו סטי­מולירן אַ קינד ער זאָל שטרעבן צו באַקומען אַ גוטע בילדונג, דאַרף מען געפֿינען אַנדערע סטימולן. געלט קען זײַן איינער פֿון די עפֿעקטיווסטע "צוקערקעס". אַ חוץ געלט, פּראָבירט מען אויך אויס אַן אַנדער סטימול: מאָבילע טעלעפֿאָנען. מע גיט זיי אומזיסט, אָבער די מינוטן "פֿאַרדינט מען" דורך גוטע צייכנס. ניט ווייניק פּעדאַגאָגן זײַנען געווען — און אָפֿט מאָל בלײַבן — קעגן דער אידעע גופֿא פֿון "אונטערקויפֿן" קינדער. אָבער דער עקספּערימענט ווײַזט דערווײַל גוטע רעזולטאַטן.

הינטער דעם דאָזיקן פּראָיעקט ליגט די אידעע, אַז גוטע בילדונג קען בײַטן דעם מצבֿ פֿון דער שוואַרצער באַפֿעלקערונג. ס׳איז קלאָר, אַז דאָס אַלגעמיינע בילד האָט זיך זייער געביטן אַפֿילו אין די לעצטע עטלעכע יאָרצענדליקער. אָבער ס׳איז נאָך ווײַט פֿון דערגרייכן דעם ניוואָ פֿונעם לעבן, וואָס איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער ווײַסער באַפֿעלקערונג. אַ שוואַרצע משפּחה פֿאַר­דינט איצט דורכשניטלעך 32,400 דאָלאַר אַ יאָר, בעת אַ דורכשניטלעכע ווײַסע משפּחה האָט אַן אײַנקונפֿט 51,400 דאָלאַר. הגם דער חלק פֿון דער שוואַרצער באַ­פֿעלקערונג איז 13 פּראָצענט, געהערן בלויז 5 פּראָצענט פֿון אַלע געשעפֿטן צו שוואַרצע באַלעבאַטים.

אינטערעסאַנט, אַז אַ העכערער געהאַלט קען אויך אילוסטרירן אַ ניט אין גאַנצן געזונטע לאַגע. למשל, אַ הויכ­געבילדעטע שוואַרצע פֿרוי, וואָס אַרבעט אין אַ יורידישער פֿירמע, פֿאַרדינט דורכשניטלעך 30 פּראָצענט מער פֿון אַ ווײַסער פֿרוי. איז, דאַכט זיך, גוט! אָבער עס קען אויך ווײַזן, אַז אַ שוואַרצע פֿרוי האָט זעלטענער אַ מאַן אַ גוטן פֿאַרדינער (צי בכלל אַ מאַן), און מוז דערפֿאַר האָרעווען מער פֿון איר ווײַסער קאָלעגין, וועלכע קען זיך פֿאַרגינען ניט צו טראָגן אויף זיך די גאַנצע פּרנסה-לאַסט.

דער אײַנבראָך פֿון דער שוואַר­צער משפּחה איז איינע פֿון די צענט­ראַלע פּראָבלעמען פֿון דעם גאַנצן ענין. אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 1970, איז כּמעט צוויי מאָל גרעסער געוואָרן, און האָט דער­גרייכט 69 פּראָצענט, דער חלק שוואַרצע קינדער, וואָס ווערן געבוירן בײַ ניט קיין חתונה גע­האַטע עלטערן. מילא, מיט אַ חתונה אָדער אָן אַ חתונה, אַבי מע זאָל לעבן צוזאַמען. אָבער די צרה באַשטייט דווקא אין דעם, וואָס 70 פּראָצענט פֿון אָט די קינדער באַווײַזן זיך אויף דער וועלט בײַ פֿרויען, וועלכע לעבן אַליין.

סטאַבילע משפּחות מיט צוויי עלטערן זײַנען בע­סער צוגעפּאַסט צום עקאָנאָמישן לעבן. קיין חידוש ניט, אַז די אָרעמסטע שוואַרצע משפּחות האָבן קיין שום קאַ­פּיטאַל ניט, בעת די אָרעמסטע ווײַסע משפּחות האָבן אָפֿט מאָל אַרום 24,000 דאָלאַר, וואָס קען זיי העלפֿן אין אַ "רעגנדיקן טאָג". אָרעמקייט איז תּמיד דירעקט פֿאַרבונדן מיט קרימינעלקייט: 11 פּראָצענט פֿון אַלע שוואַרצע מאַנצבילן אין עלטער 20—34 געפֿינען זיך אין טורמעס; שוואַרצע זײַנען 37 פּראָצענט פֿון די לײַט, וואָס באַפֿעלקערן די אַמעריקאַנער תּפֿיסות.

עס זײַנען דאָ צוויי עקסטרעמקייטן אין אָפּשאַצן דעם מצבֿ פֿון דער שוואַרצער באַפֿעלקערונג. צווישן די "אַפֿריסטאָקראַטן", די אָלרײַטניקעס, געפֿינט מען ניט ווייניק לײַט, וועלכע טענהן, אַז ס׳איז שוין גענוג צו באַשולדיקן די רעגירונג אין אַלע קריוודעס און מע דאַרף פּשוט אָנהייבן זיך לערנען און אויפֿהערן זיך צו באַ­שעפֿטיקן מיט קרימינעלע זאַכן. אָבער אַ סך מער שטיצער האָבן די "געטאָקראַטן", וועלכע וואַלגערן אַריבער די שולד אויף דער סיסטעם. אַזאַ באַציִונג שפּיגלט אָפּ די שטימונג צווישן די אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער: בלויז 44 פּראָצענט פֿון זיי גלייבן, אַז דער מצבֿ וועט ווערן בעסער, בעת אין 1986 איז די צאָל אָפּטימיסטן געווען 57 פּראָצענט.