ליטעראַטור
Елена Аксельрод. Двор на Баррикадной. Воспоминания, письма, стихи. Москва: НЛО, 2008.יעלענאַ אַקסעלראָד. אַ הויף אויף באַריקאַדנע־גאַס. זכרונות, בריוו, לידער. מאָסקווע׃ 2008.
Елена Аксельрод. Двор на Баррикадной. Воспоминания, письма, стихи. Москва: НЛО, 2008.יעלענאַ אַקסעלראָד. אַ הויף אויף באַריקאַדנע־גאַס. זכרונות, בריוו, לידער. מאָסקווע׃ 2008.

די דיכטערין יעלענאַ אַקסעלראָד אַנט­פּלעקט אין איר נײַעם בוך דאָס טאָג־טעג­לע­כע לעבן פֿון דער סבֿיבֿה, וואָס איר מאַ­מע, די ייִדישע שרײַבערין רבֿקה רובין, האָט כאַ­ראַקטעריזירט ווי "רואה ואינו נראה“. דאָס איז געווען דער קרײַז פֿון לי­טעראַטן און קינסטלער, מערסטנס ייִדן, וועל­כע האָבן פֿאַרדינט זייער שטיקל ברויט מיט איבער­זעצונגען און טעאַטער־אַר­בעט. זיי האָבן געהערט צום דער נידעריקסטן שיכט פֿון דער סאָוועטישער שעפֿערישער עליט, און דערפֿאַר האָבן זיי געקאָנט אָפּ­היטן אַ געווי­סע פֿרײַהייט פֿון דענקען און אויפֿפֿיר. די סאָ­וועטישע מאַכט האָט זיי טאָלערירט, ווײַל זיי זײַנען געווען ניצלעך, אָבער מען האָט זיי קיינמאָל ניט דערלויבט צו פֿאַר­נעמען חשובֿע פּאָזיציעס אין קונסט און ליטעראַטור.

יעלענאַ אַקסעלראָד שטאַמט פֿון אַ משפּחה מיט אַ גרויסן קינסטלערישן און ליטעראַרישן ייִחוס. איר מאַמע, רבֿקה רובין, איז געווען, ווי געזאָגט, אַ באַקאַנטע ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשערין און שרײַבערין, איי­נע פֿון די בעסטע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. איר פֿאָטער איז געווען דער באַקאַנטער קינסט­לער מאיר אַקסעלראָד, דער עלטערער ברו­דער פֿונעם ייִדישן דיכטער זעליק אַק­סעלראָד. דאָס לעבן פֿון דער משפּחה און זייערע פֿרײַנד, קינסטלער און ליטעראַטן, אין מאָסקווע זינט די 1930ער ביז די 1980ער יאָרן, איז דער הויפּט־שטאָף פֿון יעלענאַ אַקסעלראָדס בוך. די פּערזענלעכע זכרונות ווערן דאָ איבערגעמישט מיט בריוו און לידער, און אַזאַ געמיש פֿון פֿאַרשידענע זשאַ­נערס שאַפֿט אַן עפֿעקט פֿון אַ כּסדרדיקן בײַ­זײַן. פֿון איין זײַט, ווערט דער לייענער אײַנ­געטונקען אין די טאָג־טעגלעכע לייד און פֿרייד פֿון די העלדן, און פֿון דער אַנדע­רער זײַט, באַקומט ער אַ מין פּאָעטישן פּירוש אויף דער דאָזיקער מעשׂה־שהיה.

די מחברין, אַליין אַ פֿײַנע און דעליקאַ­טע לירישע דיכטערין, האָט אַ ספּעציעלן חוש פֿאַר דעם פּסיכאָלאָגישן צײַטגײַסט. זי איז קאַרג אויף אַלגעמיינע סך־הכּלען, אָבער ווען עס קומט צו אָפּשאַצונגען און אָב­סער­וואַציעס, איז זי טרעפֿלעך און שאַרפֿ­זי­ניק. דאָס בוך איז פֿול מיט פּרטים פֿו­נעם סאָוועטישן לעבנס־שטייגער, און איז באַ­זונ­דערס אינטערעסאַנט פֿאַר אַ לייענער, וועל­כער וויל וויסן מער וועגן דעם קיִום פֿון דער מאָסקווער ייִדישער אינטעליגענץ.

מאיר אַקסעלראָד האָט געהערט צו אַ דור, וואָס איז געקומען אין דער קונסט־וועלט אינעם שווערסטן היסטאָרישן מאָ­מענט. זײַנע פֿאָרגייער, ווי למשל, מאַרק שאַגאַל און נתּן אַלטמאַן, האָבן נאָך גע­האַט אַ מעגלעכקייט צו שטודירן אין אויס­לאַנד און זיך באַטייליקן דירעקט אין דער מאָ­דער­ניסטישער רעוואָלוציע. די וואָס זײַ­נען גע­בוירן געוואָרן שפּעטער, אין די 1930ער יאָרן, האָב געהאַט אַ שאַנס צו דערלעבן בע­סע­רע צײַטן און קריגן אַן אָפּשאַצונג כאָטש אויף דער עלטער. אָבער פֿאַר אַק­סעלראָד און זײַנע מיטצײַטלער, געבוירן אויפֿן שוועל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז אייראָפּע גע­ווען בלויז אַ חלום. די אָנער­קענונג איז צו זיי געקומען צו שפּעט, און ביז הײַנט בלײַבן זייערע ווערק ניט דערשאַצט און ניט פֿאַרשטאַנען ווי עס קומט זיי.

עס איז אינטערעסאַנט, וואָס אַקסעל­ראָד האָט אויסגעקליבן אַ וועג ווי אַ קינסט­לער, וועלכער האָט אים געפֿירט אין דער קעגנזײַטיקער ריכטונג פֿונעם הויפּטשט­ראָם פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "ייִדישער קונסט“. להיפּוך צו שאַגאַל און זײַנע חסידים, איז אַק­סעלראָד ניט "דערציילעריש“. ווי עס באַ­מערקט יעלענאַ אַקסעלראָד, "אין מײַן פֿאָ­טערס קונסט איז ניטאָ קיין ליטעראַרישער קאָמפּאָנענט — די באַציִונגען צווישן דער קאָנס­טרוקציע און די פֿאַרבן שטײַגן אַרי­בער דעם לעבנס־שטייגער און דעם סיפּור־המעשׂה.“ אַקסעלראָד האָט געשטאַמט פֿון דער זעלביקער ליטוויש־ווײַסרוסישער קליינ­שטעטלדיקע סבֿיבֿה ווי שאַגאַל, אָבער זײַן קונסט שפּיגלט אָפּ גאָר אַן אַנדער ווינקל פֿון דער וועלט.

אַזוי ווי איר מאַן, מאיר אַקסעלראָד, וואַרט רבֿקה רובין אויף אַן אויסטײַטשער, וועלכער זאָל דערקלערן דעם איידעלן און קאָמפּליצירטן מהות פֿון איר שרײַבערישן סטיל. זי האָט אויסגעמיטן דעקלאַראַציעס און מליצה, און געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן נוסח פֿון פּסיכאָלאָגישע רמזים און האַלב־טענער פֿון שטימונגען. רובין איז געקומען צו פּראָזע שפּעט, ערשט אין די 1960ער יאָרן. אירע ווערק זײַנען דערשינען אין ייִדיש אין "סאָוועטיש היימלאַנד“ און אין בוך־פֿאָרעם, ווי אויך אין רוסישע איבערזעצונגען. יעדע פּובליקאַציע איז געווען אַ געראַנגל צווישן דער מחברין און דעם וואַכזאַמען סאָווע­טישן רעדאַקטאָר, און דערפֿאַר דאַרף מען זיי לייענען פּאַמעלעך און מיט קאָפּ. אַ דאַנק איר טיפֿער ערודיציע אין ייִדישער און וועלט־ליטעראַטור און איר אינטימען פֿאַר­שטאַנד פֿון דער ליטעראַרישער מלאָכה, איז רובין געוואָרן איינע פֿון די סאַמע אָרי­גינעלע מאָדערנע ייִדישע שרײַבער. לאַנגע יאָרן פֿון דער שווערער איבער­זעצערי­שער עבֿודה האָבן אויסגעשליפֿן איר אייגענע שרײַ­בערישע פּען. זי איז געווען בכּוח סײַ אויס­צודריקן סובטילע באַוועגונגען פֿון דער נשמה און סײַ ווײַזן די טיפֿקייט פֿונעם אינ­טעלעקט.

יעלענאַ אַקסעלראָד איז אויסן ממשיך צו זײַן די טראַדיציע פֿון אירע עלטערן. איר שרײַבן איז תּמיד אויסגעהאַלטן, עקאָנאָ­מיש און פּסיכאָלאָגיש חריפֿותדיק. זי שרײַבט פֿון דעם נאָענט, פֿאַרלאָזנדיק זיך אויף איר זכּרון און דאָקומענטאַלע עדותן. די ייִדישע טעמע פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אינעם בוך, אָבער דערבײַ לאָזט זי דעם לייענער ניט אַרײַן אין איר נשמה. קאַפּיטלען פֿונעם בוך ווערן איבערגעמישט מיט אירע אייגענע לידער, וועלכע זײַנען טעמאַטיש פֿאַרבונדן מיטן אינהאַלט פֿון די זכרונות, הגם ווײַט ניט אַלע לידער, בפֿרט אויף "נאַציאָנאַלע“ טעמעס, ווערן דאָ פֿאַרעפֿנטלעכט.

מאיר אַקסלעראָד און רבֿקה רובין האָבן איבערגעלאָזט אַ ירושה, וועלכע געהערט צו די בעסטע מוסטערן פֿון דער סאָ­ווע­טיש־ייִדישער קולטור. איצט האָבן מיר אַ בוך, וואָס אַנטפּלעקט דעם פּערזענלעכן אַס­פּעקט פֿון זייער שאַפֿונג. קאָן זײַן, אַז יע­לע­נאַ אַקסעלראָדס בוך וועט אויפֿוועקן מער אינ­טערעס אין יענע פֿאַרבאָרגענע זײַטן פֿונעם ייִדישן עבֿר, וואָס עד־היום בלײַבן זיי ווייניק באַקאַנט דעם ברייטערן עולם.