טעאַטער
אַליסאַ קויִנט
אַליסאַ קויִנט

אַליסאַ קויִנט האַלט בײַם פֿאַרענדיקן איר דאָקטאָר־דיסערטאַציע אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער. זי וווינט אין פּרינסטאָן, ניו־דזשערזי, און שרײַבט פֿאַר פֿאַרשידענע ענגליש־ייִדישע צײַטונגען, צווישן זיי פֿאַרן ענגלישן Forward.


די היסטאָריקער פֿון ייִדישער ליטעראַטור האָבן צומאָל צרות מיט אָפּשאַצן דעם עסטעטישן ווערט פֿון ליטעראַרישע ווערק, וועלכע זײַנען אַ מאָל געווען באַליבט בײַ דעם ייִדישן עולם, אָבער פּאַסן זיך ניט אַרײַן אין אונדזערע הײַנטיקע טעג. איין אופֿן צו באַהאַנדלען אַזאַ מין פּראָבלעם איז צו באַטראַכטן אַ ליטעראַרישן טעקסט אין אַ ברייטערן קולטור־היסטאָרישן קאָנטעקסט. אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע "דער פֿאַנאַטיקער אָדער צוויי קוני־לעמעלס" איז אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ מין ווערק. דער מחבר האָט געשאַפֿן קאָפּליצירטע און פֿילטײַטשיקע געשטאַלטן, וועלכע לאָזן זיך קאָמענטירן פֿאַרשידנאַרטיק, אָפּהענגיק פֿון דער אידעאָלאָגישער אָדער קולטורעלער אײַנשטעלונג פֿונעם צושויער. דווקא אַזאַ מין פֿילטײַטשיקייט פֿון דער דאָזיקער אָפּערעטע שטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן דעם באַגריף פֿונעם איינהײַטלעכן "ייִדישן" קאַנאָן אין ליטעראַטור. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז היסטאָריש זײַנען פֿאַראַן עטלעכע ביז גאָר פֿאַרשידענע באַגריפֿן פֿון "ייִדישקייט", וועלכע לאָזן זיך ניט פֿאַראייניקן אונטער איין רובריק.

גאָלדפֿאַדען האָט אָנגעשריבן "צוויי קוני־לעמעלס" ניט לאַנג פֿאַר דער פּרעמיערע אין רומעניע אין 1878. די האַנדלונג קומט פֿאָר מערסטנס אין אָדעס. מאַקס, אַ סטודענט פֿון מעדיצין, גיט פּריוואַטע לעקציעס אין דער דײַטשישער ליטעראַטור קאַראָלינען, דער טאָכטער פֿון אַן אויפֿגעקומענעם גבֿיר. נאַטירלעך פֿירט דאָס צו אַ ליבע. צום סוף פֿונעם ערשטן אַקט דערוויסט זיך קאַראָלינע, אַז איר פֿאָטער פּנחס, אַ שאַכרײַעווקער חסיד פֿון קראָקע, האָט פֿאַר איר געפֿונען אַ שידוך מיט קוני־לעמל, דעם שטיפֿזון פֿון שלום, דעם גבאי פֿונעם שאַכרײַעווקער רבין. מאַקס און קאַראָלינע האָבן בדעה צעשטערן דעם שידוך. צוליב דעם פֿאַרשטעלט זיך מאַקס פֿאַר קוני־לעמעל און פֿאַרנעמט זײַן אָרט ווי קאַראָלינעס חתן.

אַלע פּאַרשוינען אין דער קאָמעדיע מאַכן אַן אָנשטעל, און צומאָל קאָן מען זיך אַפֿילו ניט אומקערן צו זייער עכטן אייגענעם "זיך". די פּערזענלעכע אידענטיטעט איז ניט פֿעסטגעשטעלט, און אַלע חילוקים צווישן פֿאַרשידענע מינים ייִדן — חסידים און משׂכּילים, פֿרומע און פֿרײַדענקערישע — ווײַזן זיך אַרויס ניט מער ווי וואַקלענדיקע פּונקטיר־ליניעס. יעדער שטעלט מיט זיך פֿאָר דאָס, וואָס ער טראָגט אויף זיך, און ווי ער זעט אויס. אַלע פֿאַרבאַהאַלטן זיך אונטער בגדים־מאַסקעס. עס גייט דערבײַ ניט אין אַ צײַטווײַליקן אויסטויש מיט געזעלשאַפֿטלעכע ראָלעס. דאָס אויספֿעלן פֿון פֿעסטע אידענטיטעטן בײַ די פּערסאָנאַזשן רײַסט אונטער דעם סימבאָליסשן יסוד פֿונעם סאָציאַלן סדר אין דער ייִדישער סבֿיבֿה.

ס'רובֿ קריטיקער פֿאַרשטייען די אידעאָלאָגיע פֿון "צוויי קוני־לעמעלס" ווי אַ געמיש פֿון השׂכּלה און נאַציאָנאַלן סענטימענטאַליזם. דער השׂכּלה־מאָטיוו איז ענג פֿאַרבונדן מיט דידאַקטישקייט. די אָפּערעטע דערגרייכט איר קאָמישן שפּיץ־פּונקט, ווען די צוויי קוני־לעמעלס, דער חסיד און מאַקס, טרעפֿן זיך איינער מיטן אַנדערן. איינער איז אַן עכטער, דער צווייטער איז אַ פֿאַלשער. אָנגעטאָן אין חסידישע בגדים, קוקן זיי ביידע איינער אויף דעם אַנדערן ווי אין אַ שפּיגל. אין זײַנע זכרונות דערקלערט גאָלדפֿאַדן זײַן כּוונה׃ "מײַן אומפּאַרטעיִשער נאַציאָנאַלער געפֿיל האָט מיר דיקטירט אויסצואַרבעטן פֿאַר דעם ייִדן אַ לעבעדיקע לעבנס־שולע, דעפּאָ פֿון שפּיגלען, אין וועלכן יעדער ייִד זאָל זיך קענען אָנקוקן זײַן אייגענע צורה, ווי שיין אָדער מיאוס ער זעט אויס אין זײַן פּריוואַט־פֿאַמיליע און סאָציאַלן לעבן."

אַ סך קריטיקער האַלטן, אַז דער באַגריף פֿון טעאַטער ווי אַ שפּיגל איז וויכטיק פֿאַר דער קאָנצעפּציע פֿון דער בירגערלעכער דראַמע. ווען מאַקס באַשטייט, אַז דווקא ער איז דער עכטער קוני־לעמל, מוז קוני־לעמל אָננעמען, אַז ער אַליין איז עפּעס אַנדערש. אָבער ער קאָן ניט משׂיג זײַן, ווער זשע קאָן ער זײַן ער, אויב ניט קיין קוני־לעמל. אייניקע קריטיקער טענהן, אַז דאָס איז דער עיקר פֿון דער אַנטי־חסידישער סאַטירע. דאָס חסידות קוקט אויף זײַן אייגענער אָפּשפּיגלונג און פֿאַרשטייט מער ניט, וואָס זשע עס איז אייגנטלעך אַזוינס. די אַנדערע קריטיקער מיינען פֿאַרקערט, אַז דאָס באַגעגעניש צווישן אַ משׂכּיל און אַ חסיד, ווי צוויי קוני־לעמעלס, סימבאָליזירט דווקא דעם אחדות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. צום סוף, האָט יעדער העלד חתונה. מאַקס באַקומט זײַן באַליבטע קאַראָלינע, בעת קוני־לעמל נעמט אַן אַנדער מיידל, ווי אַ במקום. אַזוי אַרום פֿאַרוואַנדלט זיך די אַנטי־חסידישע סאַטירע אין אַ נאַציאָנאַלער קאָמעדיע מיט אַ גוטן סוף. אַ משׂכּיל און אַ חסיד לעבן בשלום, כאָטש דער חסיד פֿאַרנעמט אַ טפּלדיקע פּאָזיציע אין פֿאַרגלײַך מיטן משׂכּיל.

אָבער אַזעלכע "נאָרמאַטיווע" פּירושים אינעם גײַסט פֿון דער השׂכּלה אָדער כּלל־ישׂראל־נאַציאָנאַליזם נעמען ניט אין באַטראַכט די פּסיכאָלאָגישע דערפֿאַרונג פֿון מאַקס. ווען קוני־לעמל קוקט אויף מאַקסן, זעט ער אַ מין טאָפּלגייער, און דאָס זעלבע קומט פֿאָר מיט מאַקסן. ווי מאַקסעס אַן אָפּשפּיגלונג, איז קוני־לעמל אידענטיש מיט מאַקסן. אַזאַ מין ענלעכקייט שטעלט אונטער אַ פֿראַגע צייכן־מאַקסעס פֿריִערדיקע, משׂכּילישע פּערזענלעכקייט. אַזוי אַרום ווערט מאַקס צעשפּאָלטן אויף צווייען. איין העלפֿט זײַנע האָט פֿײַנט קוני־לעמל, אָבער די צווייטע — האָט אים ליב. די סצענע וווּ מאַקס און קוני־לעמל קוקן איינער אויפֿן אַנדערן, ווי אין אַ שפּיגל, אילוסטרירט דאָס געמישטע געפֿיל פֿון סימפּאַטיע און עקל צווישן זיי ביידן. מאַקסעס אידענטיפֿיצירונג מיט קוני־לעמל איז אַזוי פֿולקום, אַז אַפֿילע זײַן באַליבטע קאַראָלינע איז ניט בכּוח צו געפֿינען דעם אונטערשייד צוויי זיי. זי איז זיך מודה פֿאר מאַקסן׃ "איך האָב דיך אַזוי באַוווּנדערט ווי גוט דו האָסט אים געקאָפּירט." די דאָזיקע אידענטיפֿיצירונג אַנטפּלעקט מאַקסעס צווייטײַטשיקע באַציִונג לגבי קוני־לעמל און צו אַלץ, וואָס יענער רעפּרעזענטירט.

גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע גיט ניט קיין קלאָרן רעצעפּט, ווי אַזוי צו מאָדערניזירן דאָס טראַדיציאָנעלע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדנטום. אַנשטאָט דעם שטעלט זי אַוועק די פּראָבלעם פֿון מאָדערנעם ייִדישן זעלבסטבאַוווּסטזײַן. די השׂכּלה קאָן ניט דינען ווי אַ רפֿואה פֿאַר אַלע ייִדישע מכּות. יעדער פּערסאָנאַזש שפּילט זיך זײַן אייגענע שפּיל. כּדי צו פֿאַרשטיין דעם מיין פֿון יעדער ראָלע, דאַרף מען זיך ווענדן צו דער קולטור־געשיכטע פֿון רוסישע ייִדן, בפֿרט צו דעם ענין פֿון ייִדישער קליידונג, וואָס האָט אַרויסגערופֿן הייסע אידעאָלאָגישע סיכסוכים אין דער דעמאָלטיקער ייִדישער און רוסישער געזעלשאַפֿט. אין 1844 האָט די רעגירונג פֿון צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן געהייסן, אַז צום יאָר 1850 זאָלן אַלע ייִדן גיין "דײַטש געקלײַדעט", און די טראַדיציאָנעלע ייִדישע בגדים וועלן זײַן פֿאַרווערט. אין צווישן האָט די מלוכה געהייסן די ייִדישע קהילות צו באַשטראָפֿן די ייִדן, וועלכע באַווײַזן זיך אין ייִדישע בגדים בפֿרהסיה. ייִדן האָבן אויפֿגענומען דעם נײַעם געזעץ ווי אַן אַנטיסעמיטישע גזירה, כאָטש לסוף האָט די רעגירונג זיי אָפּגעשאַפֿן.

דווקא אָט דער קליידער־געזעץ שאַפֿט אַ וויכטיקן קולטור־היסטאָרישן הינטערגרונט פֿאַר גאָלדפֿאַדענס אָפּערעטע. אין שפּיץ פֿון דער פּיעסע, ווען מאַקס האָט זיך אָנגעטאָן ווי אַ חסיד און פֿאַרבליבן אַליין מיט קאַראָלינע, באַווײַזט זיך דער עכטער קוני־לעמל. קאַראָלינע שרעקט זיך, אָבער מאַקס איז זיכער, אַז ער וועט זיך ספּראַווען מיטן שלימזל קוני־לעמל. ער פֿאַלט גלײַך אָן׃ "ליגנער! ווי אַזוי קאָנסטו זיך אויסג־געבן פֿאַר מיר! אַז איך בין גאָר ק־קוני לעמל". מאַקסעס לאָגיק איז אַ פּשוטע׃ אויב ער איז דער אמתער קוני־לעמל, מוז דער צווייטער זײַן עמעצער אַנדערש. און אויב קוני־לעמל איז ניט קיין קוני־לעמל, דאַרף ער זײַן אַ "נאָרמאַלער" מענטש, וואָס שטאַמלט און הינקט ניט׃ "יאָ, דו ק־קאָנסט אָבער גיין, און ז־זען, און רעדן גלײַך ווי אַלע מ־מענטשן. דו האָסט זיך נ־נאָר פֿאַרשטעלט אַזוי."

מאַקס, ווי אַלע משׂכּילים, האַלט, אַז ייִדן זײַנען אין תּוך "נאָרמאַלע" מענטשן ווי אַלע אַנדערע. דערפֿאַר דאַרפֿן זיי אויסזען אויך "נאָרמאַל". די ווילנער משׂכּילים האָבן געשריבן צו דעם רוסישן מיניסטער פֿון אינערלעכע ענינים, אַז אויב ייִדן וועלן זיך קליידן ווי קריסטן, וועלן זיי מער ניט אויסזען פֿרעמד פֿאַר דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג. די רוסישע פּאָליציי האָט זיך גענומען מיט ברען אויסצופֿילן די גזירה. מען איז באַפֿאַלן די ייִדן אין לאַנגע קאַפּאָטעס אויף די גאַסן, אָפּגעשערט און אָפּגעריסן זייערע פּאות, אויב מען האָט ניט געהאַט קיין "קוויטל", וואָס האָט באַוויזן, אַז מען האָט באַצאָלט דעם שטראָף.

מאַקסעס אַגרעסיווע אויפֿפֿירונג לגבי קוני־לעמל שטימט מיט דער אָפֿיציעלער פּאָליטיק פֿון דער רוסישער מאַכט. משׂכּילים, אַזוי ווי די רעגירונג, האָבן געגלויבט, אַז ייִדן האַלטן זיך בײַ זייערע אַלטע בגדים אויף צולהכעיס דעם געזעלשאַפֿטלעכן פּראָגרעס. דערצו נאָך האָבן די משׂכּילים געהאַלטן, אַז איבער דעם עקשנות פֿון די פֿרומע ייִדן לאָזט מען אַלע ייִדן ניט אַרײַן אין דער "ציכטיקער" אייראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט.

מאַקסעס קעגנטייל אין דער פּיעסע איז זײַן אייגענער פֿעטער, שלום דער גבאי, אַ חשובֿער און רײַכער חסיד, וואָס דרייט מיט דעם שאַכרײַעווקער רבין און זײַנע חסידים. אָבער שלום איז ניט אַזוי אַלטפֿרענקיש ווי ער זעט אויס, דערקלערט מאַקס קאַראָלינען׃ "ער איז אַזאַ פֿרײַנדלעכער ווי מײַן פֿאָטער, נאָר אַזוי ווי ער איז דער עלטערער ברודער, האָט ער ניט געהאַט קיין געלעגנהייט צו שטודירן, איז ער געבליבן צו שפּילן די פֿרומע ראָלע און פֿירט אַרום דעם רבין מיט די חסידים בײַ דער נאָז." שלום איז אַ קלוגער ייִד, און קאָן צופּאַסן זײַן אויפֿפֿירן און אויסזען צו דער סיטואַציע. ער איז אַ סאָציאַלער כאַמעלעאָן. אַזאַ מין סטיל איז ניט געווען זעלטן צווישן ייִדישע מענער פֿון יענער תּקופֿה, וועלכע האָבן גוט געקענט, ווי אַזוי זיך צוצופּאַסן צו פֿאַרשידענע סבֿיבֿות, בפֿרט אין די גרויסע שטעט ווי אָדעס אָדער וואַרשע.

צום סוף פֿון דער אָפּערעטע ווײַזט שלום אַרויס אַ געוויסע סימפּאַטיע צו דער השׂכּלה. אי שלום, אי מאַקס זײַנען סאָציאַלע כאַמעלעאָנען, אָבער זיי געפֿינען זיך אויף פֿאַרשידענע זײַטן פֿון דער פּלויט, וואָס צעטיילט די ייִדישע געזעלשאַפֿט אויף צוויי לאַגערן. קאַראָלינע איז אַן אַנדער מין כאַמעלעאָן. איר פֿאָטער איז אַן אויפֿגעקומענער גבֿיר, און זי דאַרף זיך צופּאַסן צו די נײַע באַדינגונגען פֿון לעבן אין אַ רײַכער שטאָטישער שטוב. גאָלדפֿאַדען דריקט דאָס אויס דורך דעם שפּיל מיט די נעמען׃ זי וויל מער ניט הייסן חיהלע און באַשטייט אויף דעם "אַריסטאָקראַטישן" נאָמען קאַראָלינע. קוני־לעמל קאָן דאָס ניט פֿאַרשטיין און רופֿט זי "קרינאָלאָנע". דער דאָזיקער קאָמישער טעות איז אַ רמז אויף דעם קאַמף פֿאַר מאָדערניזירונג און עמאַנסיפּירונג פֿון ייִדישע פֿרויען אין די העכערע שיכטן פֿון דער רוסיש־ייִדישער געזעלשאַפֿט.

די פּיעסע "צוויי קוני־לעמעלס" געהערט ניט צו דער טראַדיציע פֿון דער השׂכּלה־קאָמעדיע. זי איז אָנגעשריבן ניט פֿאַרן עולם משׂכּילים, וועלכע זײַנען אײַנשטימיק אין זייער קריטיק פֿון חסידות. דאָס איז אַ פֿריילעכע אָפּערעטע פֿאַר אַלע די, וואָס ווילן האָבן הנאה פֿון אַ טעאַטער-שפּיל. אַזוי אַרום לאָזט זיך די דאָזיקע פּיעסע אויסטײַטשן אויף פֿאַרשידענע, אַפֿילו קענגזײַטיקע, אופֿנים. אַ מאָדערנער צושויער וועט זען דעם פּאָזיטיוון העלד אין מאַקסן, און דעם נעגאַטיוון — אין קוני־לעמל, בעת שלום וועט אויסזען ווי אַ געהיימער משׂכּיל. אַ חסיד וואָלט פֿאַרקערט, געלאַכט פֿון מאַקסעס שווינדלערײַ און זײַן ליבע פֿאַרן צאַר, אָבער ער וואָלט געהאַט רחמנות אויף דעם נעבעכדיקן קוני־לעמל. אַזוי אַרום שטעלט די אָפּערעטע אַוועק אַ שפּיגל, אין וועלכן פֿאַרשידענע שיכטן פֿון דער אַמאָליקער רוסיש־ייִדישער געזעלשאַפֿט קאָנען זען זיך אַליין און איינער דעם אַנדערן, און לאַכן אָדער האָבן רחמנות, ווי זיי ווילן.