געשיכטע

גרוזיע, דאָס אוראַלטע קאַווקאַזישע לאַנד אויף דער גרענעץ צווישן אייראָפּע און אַזיע, ווערט איצט אַסאָציִיִרט אין דער וועלט מיטן בלוטיקן קאָנפֿליקט אין דרום-אָסעטיע. די קאָנקורענץ צווישן רוסלאַנד און אַמעריקע, צוויי גרויסע וועלט-אימפּעריעס, איבער זייערע געאָ-פּאָליטישע ספֿערעס, ווי אויך די אימפּעריאַליסטישע אַמביציעס פֿון דער קליינער גרוזינישער מלוכה און דער אָסעטינער נאַציאָנאַליזם, האָבן שוין געבראַכט צום טויט פֿון הונדערטער, מעגלעך טויזנטער מענטשן.

גרוזיע געפֿינט זיך אינעם אָנגעשטרענגטן געאָ-פּאָליטישן ראַיאָן, בײַם ברעג פֿונעם שוואַרצן ים, צווישן טערקײַ, אַזערבײַדזשאַן, רוסלאַנד און אַרמעניע. דאָרטן געפֿינען זיך וויכטיקסטע סיסטעמען פֿון רער-לייטונגען, דורך וועלכע דער נאַפֿט און נאַטירלעכער גאַז פֿונעם קאַספּישן ים ווערט געבראַכט קיין טערקײַ, און פֿון דאָרט — געשיקט ווײַטער. די גרוזינישע רער-לייטונג דערמעגלעכט צו ברענגען דאָס ברענוואַרג אין די מערבֿדיקע לענדער, אויסמײַדנדיק די אַנדערע נאַפֿט-ליניע, וועלכער גייט דורך איראַן.

ווי אַ "בופֿער-זאָנע" צווישן דער קריסטלעכער אייראָפּע און מוסולמענישער אַזיע, האָט גרוזיע אָפֿט געליטן פֿון מלחמות, און פֿלעגט איבערגענומען ווערן דורך פֿאַרשיידענע אימפּעריעס: רוים, ביזאַנטיע, פּערסיע, אַראַבער, טערקן-סעלדזשוקן און מאָנגאָלן. אינעם יאָר 1800, כּדי זיך צו באַשיצן פֿון דער פּערסישער אינוואַזיע, האָט דער גרוזינישער קיניג געאָרגי דער צוועלפֿטער באַשלאָסן אײַנצושליסן זײַן לאַנד אין דער רוסישער אימפּעריע.

די גרוזינער האָבן אָבער אויך אַ לאַנגע געשיכטע פֿון נאַציאָנאַלער אומאָפּהענגיקייט. דער באַרימטער אַלט-גריכישער מיטאָס דערציילט וועגן די העלדן, וועלכע האָבן זיך געלאָזט אויף זייער שיף "אַרגאָ" צו זוכן "די גאָלדענע וואָל" אין קאָלכידע — די אוראַלטע מערבֿ־גרוזינישע קיניגרײַך, וועלכע האָט עקזיסטירט נאָך מיט 3,300 יאָר צוריק.

אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז דאָס וואָרט "אפֿריקי", דערמאָנט אין גמרא, מיינט נישט "אַפֿריקע", ווי עס טראַכטן אַ סך מענטשן, נאָר "איבעריע" אָדער "איבעריקע" — די אַנדערע אוראַלטע גרוזינישע מלוכה, וועלכע האָט זיך געפֿונען אויף דרום-מיזרח פֿון קאָלכידע. ס׳איז קלאָר, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט באַצייכנט טאַקע די גרוזינישע איבעריע אין אַ שפּעטערדיקן מדרש וועגן דעם גריכישן מלך אַלכּסנדר מוקדון.

די אָסעטינער שטאַמען פֿון די סאַרמאַטן — אַן אוראַלט נאָמאַדיש פֿאָלק, וואָס האָט מיט 2,000 יאָר צוריק באַזעצט אַ ריזיקן שטח — פֿונעם קאַספּישן ים ביז די קאַרפּאַטן, און אַזש ביזן אַרקטישן ראַיאָן פֿונעם הײַנטיקן מערבֿ-רוסלאַנד. אַזעלכע טײַכן, ווי די הײַנטיקע וואָלגע, דונײַ און וויסלע, האָבן אַמאָל געהערט צו דער סאַרמאַטישער טעריטאָריע. די שפּראַך און קולטור פֿון סאַרמאַטן איז געווען זייער נאָענט צו אַן אַנדער באַרימט נאָמאַדיש פֿאָלק — סקיטן (Scytheans). די אוראַלטע היסטאָריקער מישן אָפֿט צונויף די דאָזיקע פֿעלקער, און געוויינטלעך באַטראַכטן די סאַרמאַטן ווי אַ סקיטישן שבֿט. די סקיטיש-סאַרמאַטישע שפּראַכן געהערן צום איראַנישן צווײַג פֿון דער אינדאָ-אייראָפּעיִשער משפּחה; בלויז איין שפּראַך פֿון דער דאָזיקער צווײַג איז הײַנט אָפּגעהיט געוואָרן — אָסעטיניש.

הגם דער נאָמען אַשכּנז ווערט אויף ייִדישע אַסאָציִיִרט מיט דײַטשלאַנד, מיינט אָבער דער תּנ״כישער "אַשכּנז" אַן אַזיאַטיש פֿאָלק. דער נבֿיא ירמיה (נ״א, כ״ז) דערמאָנט צוזאַמען די מלוכות פֿון "אַררט, מיני ואַשכּנז". ס׳רובֿ היסטאָריקער האַלטן, אַז "אַשכּנז" זענען די סקיטן; אויף אַראַמיש האָבן זיי געטראָגן אַן ענלעכן נאָמען — "אַשכּוזי". היפּאָליט, דער רוימישער היסטאָריקער פֿונעם 2—3טן יאָרהונדערט, האָט איבערגעטײַטשט דעם ביבלישן אַשכּנז ווי "סאַרמאַטן".

די הײַנטיקע אָסעטינער שטאַמען פֿון די אַלאַנען — אַ מעכטיקער מיליטאַנטישער סאַרמאַטישער שבֿט, וועלכער ווערט דערמאָנט אין די גריכישע און כינעזישע דאָקומענטן נאָך מיט 1,800—2,000 יאָר צוריק. צוליב דעם, ווערט די צפֿון-אָסעטינער רעפּובליק, אַ טייל פֿון דער רוסלענדישער פֿעדעראַציע, אָנגערופֿן אויך אַלאַניע. אינעם 4טן יאָרהונדערט האָבן אַ טייל אַלאַנען זיך באַטייליקט אין דער מלחמה קעגן דער רוימישער אימפּעריע, צוזאַמען מיט די גערמאַנישע שבֿטים, וואַנדאַלן און סועבי — די אורזיידעס פֿון די הײַנטיקע שוואַבן.

די אַלאַנען האָבן איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן רושם אין דער אייראָפּעיִשער געשיכטע. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז די קעלטישע לעגענדעס וועגן דעם קיניג אַרטור שטאַמען פֿון אַלאַנישע קוואַלן. ס׳איז מעגלעך, אַז די הײַנטיקער סלאַווישע פֿעלקער, בפֿרט סערבן און קראָאַטן, שטאַמען אין אַ גרויסער מאָס פֿון די אַלאַנען. אַ סך אַריסטאָקראַטישע משפּחות אין אייראָפּע, בפֿרט אין פּוילן און ליטע, באַטאָנען, אַז זיי שטאַמען פֿון די אַלאַנען. מסתּמא, צוליב די נאָענטע היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען צווישן די סטיקיש-סאַרמאַטישע שבֿטים און די מיזרח-אייראָפּעיִשע פֿעלקער, איז דער נאָמען אַשכּנז, סקיטיע, "אַריבערגעשפּרונגען" אין דער מיטל-עלטערישער ייִדישער טראַדיציע קיין דײַטשלאַנד.

צום באַדויערן, דינט אַזאַ בכּבֿודיקער אוראַלטער ייִחוס ווי אַ קוואַל פֿון שטאַרקן נאַציאָנאַליזם. ווען מע זוכט אויף דער רוסישער אינטערנעץ מאַטעריאַלן וועגן די סקיטן, סאַרמאַטן און אַלאַנען, טרעפֿט מען זיך אָפֿט אָן אין אָסעטינער נאַציאָנאַליסטישע וועבזײַטן, וווּ עס ווערן אַרויסגעזאָגט כּלערליי אַמביציעזע טעאָריעס — צומאָל אינטערעסאַנטע, צומאָל אויסטערליש-ווילדע. צום בײַשפּיל, האָט דער אָסעטינער שרײַבער דאַורבעק מאַקעעוו געמאָלדן, אויפֿן סמך פֿון אַ צאָל פֿאַרקריפּלטע העברעיִשע ווערטער, אַז די אַשכּנזישע ייִדן שטאַמען פון די סטיקישע שבֿטים, אַזוי ווי די אָסעטינער. אין אַ אַנדער אַרטיקל פֿון אַן אַנאָנימער מחבר ווערט געמאָלדן, אַז די ווערטער "אַשכּנזים" און "אָסעטינער" שטאַמען פֿונעם זעלבן אוראַלטן שורש "אַס"; אַזאַ טעאָריע לייגט זיך יאָ אויפֿן שׂכל, צוליב די רעאַלע היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען צווישן די דאָזיקע צוויי נעמען.

ווייניק מענטשן ווייסן אָבער, אַז די השערה וועגן נאָענטע פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדן און אָסעטינער איז נישט אינגאַנצן אויסגעטראַכט. הגם דער צושטײַער פֿון די קאַווקאַזישע ייִדן אין דער געשיכטע פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער קולטור און טראַדיציע איז רעלאַטיוו באַשיידן, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַשכּנזים, ספֿרדים און מיטל-מיזרחדיקע ייִדן, האָבן די גרוזינער און אָסעטינער איבערגעלאָזט אַן אַנדער מין רושם אין דער ייִדישער וועלט — מעגלעכע קרובֿהשאַפֿט.

סאָלאָמאָן שעכטער, דער באַקאַנטער קאָנסערוואַטיווער ראַבינער, האָט אַנטדעקט אין דער קאַיִרער גניזה אַ בריוו פֿון אַן אומבאַקאַנטן כאַזאַרישן מחבר, אין וועלכער עס ווערט דערציילט די געשיכטע פֿון כאַזאַריע. דער מחבר פֿונעם בריוו האָט באַטאָנט, אַז אַ סך אַלאַנען, אַזוי ווי כאַזאַרן, האָבן זיך אַמאָל מגייר געווען, און האָבן געפֿירט אַ ייִדישן לעבנס-שטייגער. דערפֿאַר, ווען דער ביזאַנטישער קיניג איז אָנגעפֿאַלן אויף כאַזאַריע, האָט דער אַלאַנישער קיניג געהאָלפֿן די כאַזאַרן צו צעקלאַפּן די שׂונאים. אַלאַניע איז געווען אַ גרויסע, מעכטיקע מלוכה, דערפֿאַר האָט די צאָל אָרטיקע גרים געמוזט זײַן גענוג גרויס.

וואָס איז געשען מיט די אַמאָליקע אַלאַנישע גרים? דערווײַל בלײַבט עס אַ סוד. ס׳קאָן זײַן, אַז זיי האָבן זיך אויסגעמישט מיט די כאַזאַרן, מיט די גרוזינישע ייִדן, אָדער מיט די אַשכּנזים. דערפֿאַר איז גאַנץ מעגלעך, אַז אַ טייל הײַנטיקע ייִדן שטאַמען, טיילווײַז, פֿון די אַלאַנען — אורזיידעס פֿון די הײַנטיקע אָסעטינער.

אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע ייִדישע עדות, האָבן די גרוזינישע ייִדן נישט אַנטוויקלט קיין אייגענע שפּראַך און האָבן אָנגענומען, בדרך-כּלל, די גרוזינישע קולטור, הגם אין זייער דיאַלעקט טרעפֿן זיך נישט ווייניק העברעיִשע ווערטער. די גרוזינישע ייִדן האַלטן זיך גיכער פֿאַר "ייִדישע גרוזינער" — אַ סובעטנישע אָדער רעליגיעזע גרופּע אינמיטן דער גרוזינישער נאַציע.

אַן אַנדער באַזונדערקייט פֿון דער דאָזיקער עדה באַשטייט אין דעם, וואָס צווישן זיי איז נישטאָ קיין כּהנים. די גענעטישע פֿאָרשונגען האָבן געוויזן, אַז די גרוזינישע ייִדן שטאַמען טיילווײַז פֿון די אוראַלטע ייִדישע באַזעצער פֿון תּנ״כישע צײַטן, און טיילווײַז פֿון די גרוזינער. גרוזיע האָט זיך געפֿונען בשכנות מיט כאַזאַריע און אַלאַניע, אינעם זעלבן ראַיאָן, וווּ די ייִדישע רעליגיע האָט אַמאָל געוווּנען פּאָפּולאַריטעט צווישן די אָרטיקע פֿעלקער; ס׳קאָן זײַן, אַז הגם גרוזיע האָט אָפֿיציעל אָנגענומען קריסטנטום נאָך אינעם 4טן יאָרהונדערט, האָבן זיך אַ צאָל גרוזינער אויך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדישקייט.

במשך פֿון זייער לאַנגער געשיכטע, האָבן די אָרטיקע ייִדן קיינמאָל נישט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם — אַחוץ דעם פּעריאָד, ווען גרוזיע האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער רוסישער אימפּעריע, וועלכע האָט אײַנגעפֿירט דאָרטן אַ צאָל אַנטיסעמיטישע גזירות. אונטער דער רוסישער מאַכט, זענען די גרוזינישע ייִדן צום ערשטן מאָל באַשולדיקט געוואָרן אינעם בלוט-בילבול. די בילבולים האָבן זיך נישט אָפּגעשטעלט נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, ביז די 1960ער יאָרן. זינט די 1970ער יאָרן, האָבן ס׳רובֿ גרוזינישע ייִדן עמיגרירט קיין ישׂראל און אַמעריקע; הײַנט באַטרעפֿט זייער אַלגעמיינע צאָל אַרום 200,000 נפֿשות; בערך 13,000 ייִדן בלײַבן אין גרוזיע.