דער זומער איז געקומען צום סוף, און צוזאַמען מיט אים האָבן זיך פֿאַרענדיקט די וואַקאַציעס. אָבער די מענטשן, וואָס האָבן ליב ייִדיש, וועלן באַגלייט ווערן דאָס גאַנצע יאָר מיט די האַרציקע, ברידערלעכע געפֿילן, וועלכע זיי האָבן אַרויסגעטראָגן פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. פֿאַר וואָס אַזוי? ווײַל זומער איז די בעסטע צײַט פֿאַר דער ייִדיש־ברודערשאַפֿט.

איבער דער גאַנצער וועלט קומען פֿאָר פֿאַרשיידענע פֿעסטיוואַלן פֿון ייִדישער מוזיק, סעמינאַרן פֿון דערלערנען און פֿאַרבעסערן די שפּראַך, קאָנצערטן פֿון קלעזמער־מוזיק, אויסשטעלונגען פֿון ייִדישער קונסט און נאָך און נאָך...

אונדזער "ווײַטער" איז אויך ניט געזעסן אויף אַן אָרט. ער איז געווען אַן אָנגעלייגטער גאַסט סײַ אויף דער ווילנער זומער־פּראָגראַם, סײַ אין פּעטערבורג אויף דעם "קלעזפֿעסט"; ס׳האָבן אים האַרציק אויפֿגענומען די סטודענטן פֿון ייִדישע לימודים אין ווײַמאַר און אין פּאַריז; שוין אָפּגערעדט, אַז ער האָט זיך באַטייליקט אין די קלאַסן פֿון דער עלטסטער זומער־פּראָגראַם אויף אוריאל ווײַנרײַכס נאָמען אין ניו־יאָרק.

"ווײַטער" האָט באַצויבערט מיט זײַן יוגנטלעכן גײַסט די אָנטיילנעמער פֿונעם יערלעכן צוזאַמענפֿאָר פֿון די ייִדיש־קלובן אין אַמעריקע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם ייִשובֿ טינעק, ניו־דזשערזי. מיט איין וואָרט, ער האָט זיך פֿאַרחבֿרט מיט אַ סך מענטשן, און אַ סך מענטשן האָבן זיך דערוווּסט, אַז אויף דער ייִדישער גאַס איז דאָ אַזאַ וווילער "בכור" בײַם "פֿאָרווערטס", ווי "ווײַטער".

דער זומער איז פֿאַרבײַ, אָבער ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַ לערן־יאָר, און מיר גייען אָן אַלע אין איינעם ווײַטער.