אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

אין אַמעריקע האָבן ייִדן גערופֿן עס "יוניאָן". אין רוסלאַנד האָט עס געהייסן "פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַראיין" אָדער פּשוט "פּראָפֿאַראיין". אַזוי צי אַזוי, אָבער די רייד גייט וועגן וויכטיקע אַרבעטער-אָרגאַניזאַציעס, די טראַדיציע פֿון וועלכע איז געווען זייער רײַך אין דער ייִדישער סבֿיבֿה אין אייראָפּע און אַמעריקע. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען אײַנגעשפּאַנט אין דער מלוכישער מאַשין, אָבער זיי האָבן סײַ-ווי-סײַ געשפּילט אַ ראָלע אין דער געזעלשאַפֿט.

אין די 1920ער יאָרן, איז די דאָזיקע ראָלע געווען גאַנץ ממשותדיק, בפֿרט צווישן די ייִדן, ווײַל אַ פּראָפֿאַראיין-מיטגלידערשאַפֿט איז געווען אַ סימן-מובֿהק פֿון אינטעגראַציע אין סאָוועטישן לעבן. אין אַ געוויסן זין, האָט זיך דאָך אין די סאָוועטישע יאָרן איבערגעחזרט די אידעאָלאָגיע פֿון דער צאַרישער מלוכה, דהײַנו: אַ ייִד קען אינטעגרירט ווערן אין דער געזעלשאַפֿט, אָבער ער, צי זי דאַרף עס פֿאַרדינען דורך ווערן אַ ניצלעכער בירגער, קודם-כּל ווערן "פּראָדוקטיוו". (איך וועל אַ מאָל שרײַבן באַזונדער וועגן דער מאַנקאָליע פֿון "פּראָדוקטיוויזאַציע", וואָס האָט געהאַט אַ היפּשן אַנטי-סעמיטישן קאָמפּאָנענט.) אַ פּראָפֿאַראיין-מיטגליד האָט, פֿאַרשטייט זיך, געהערט צו דער דאָזיקער פּראָלעטאַרישעליטאַרער "פּראָדוקטיווער" קאַטעגאָריע.

מיט אַכציק יאָר צוריק, אין יאָר 1928, איז אין כאַרקאָוו (דעמאָלט די הויפּטשטאָט פֿון סאָוועטן-אוקראַיִנע) אַרויס אַ סטאַטיסטיש האַנטבוך, באַזירט אויף כּלערליי אויספֿרעגן און ציילונגען פֿון די פּראָפֿאַראיין-מיטגלידער. דאָס בוך טראָגט דעם נאָמען Труд и профсоюзы на Украине, וואָס מיינט, "מי און פּראָפֿאַראיינען אין אוקראַיִנע". די טאַבעלעס מיט ציפֿערן שאַפֿן אַן אינטערסאַנט בילד פֿון דעם מיטגלידערשאַפֿט, אַרײַנגערעכנט דעם אָנטייל פֿון ייִדישע אַרבעטער: אין 1926 איז זייער חלק צווישן די פּראָפֿאַראיין-מיטגלידער אין אוקראַיִנע געווען 12.8 פּראָצענט. אין אייניקע פֿאַכן איז זייער חלק געווען גאָר גרויס, למשל, צווישן די נאָדל-אַרבעטער (73.4%), לעדער-אַרבעטער (48.6%) און דרוקער (%39.4). כּמעט 60 פּראָצענט פֿון די ייִדישע מיטגלידער האָבן אָנגערופֿן ייִדיש ווי זייער "גערעדטע שפּראַך", און נאָר אַ ביסל ווייניקער, ווי די שפּראַך, אויף וועלכער זיי האָבן געלייענט און געשריבן. קיין חידוש ניט, אַז צומאָל האָבן גאַנצע לאָקאַלע פּראָפֿאַראיין-אָרגאַניזאַציעס געפֿירט די אַרבעט אויף ייִדיש.

איך וועל זיך ניט אָפּשטעלן אויף די פּרטים, וועלכע איך האָב שוין אַנאַליזירט אין מײַן אַרטיקל*, וואָס איז אַרויס אין 1999 אין דעם לאָנדאָנער זשורנאַל East European Jewish Affairs. הגם די רייד איז דאָרטן געגאַנגען, דער עיקר, וועגן אוקראַיִנע, האָב איך געבראַכט אייניקע סטאַטיסטישע מאַטעריאַלן אויך וועגן ווײַסרוסלאַנד, וווּ די קאָנצענטראַציע פֿון ייִדיש-רעדנדיקע פּראָפֿאַראיין-מיטגלידער איז געווען אַפֿילו שטאַרקער. ס'איז וויכטיק אויך, אַז די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען האָבן אָנגעפֿירט מיט קולטור-טעטיקייטן, אויסגערעכנט אויף דעם ייִדיש-רעדנדיקן עולם. בפֿרט האָט מען געהאַט ביבליאָטעקן מיט ייִדישע ביכער.

אין מײַן אַרכיוו ליגט שוין לאַנג אַ קאָפּיע פֿון אַן אַרטיקל, געדרוקט אין "מאָרגן-פֿרײַהײַט" דעם 7טן יאַנואַר 1929 (אַ ברייטערער נוסח איז אַרויס אין דעם מינסקער זשורנאַל "שטערן", נומ' 10, 1929). דער מחבר, מאָטל ליבערמאַן, אַנאַליזירט, וועלכע ביכער האָט מען אויסגעקליבן צו לייענען אין דער (אַ פּנים, פּראָפֿאַראיינישער) ביבליאָטעק פֿון לענין-קלוב אין מינסק. די ביבליאָטעק האָט געהאַט 161 אַבאָנענטן: 131 מענער און 30 פֿרויען, דער עיקר, נאָדל-אַרבעטער און דרוקער.

די ביבליאָטעק האָט פֿאַרמאָגט ייִדישע ביכער פֿון 314 מחברים, אָבער אין דעם צײַט-אָפּשניט פֿון אָקטאָבער 1927 ביז אָקטאָבער 1928 האָט מען געלייענט נאָר 128 מחברים, און די איבעריקע 176 (מיר ווייסן ניט וועלכע) האָבן ניט פֿאַראינטערעסירט די לייענער. די ערשטע ערטער צווישן די געלייענטע מחברים האָבן פֿאַרנומען שלום-עליכם (310 מאָל), מענדעלע (176), שלום אַש (126), יוסף אָפּאַטאָשו (118), ברוך גלאַזמאַן (76) און י.י. זינגער (49). דוד בערגעלסאָן איז געווען דער איינציקער סאָוועטישער פּראָזאַיִקער (כאָטש ער האָט נאָך געוווינט אין בערלין), וואָס איז געווען פּאָפּולער בײַם לייענער פֿונעם לענין-קלוב. אים האָט מען געלייענט צענדליקער מאָל. ניט ווייניק האָט מען געלייענט אויך די ייִנגערע סאָוועטישע פּראָזאַיִקער מ. דניאל און איציק קינפּניס. זיי זײַנען געווען אַזוי פּאָפּולער ווי קנוט האַמסון און ראָמען ראָלאַן, איבערגעזעצט אויף ייִדיש. פּאָעזיע האָט מען געלייענט זייער ווייניק; דאָך איז ה. לייוויק אין לענין-קלוב געווען דער פּאָפּולערסטער דיכטער.

אַן ענלעך בילד פֿון די לייענער-אינטערעסן אַנטפּלעקן אויך אַנדערע מאַטעריאַלן וועגן די סאָוועטיש-ייִדישע ביבליאָטעקן. די דאָזיקע סטאַטיסטיק איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, אַ קאָפּווייטיק פֿאַר די קאָמוניסטישע מנהיגים. איין קלייניקייט — דער פּראָלעטאַרישער אַוואַנגאַרד וויל ניט לייענען די סאָוועטישע מחברים, אָבער זאָגט זיך ניט אָפּ פֿון די ייִדישע קלאַסיקער און אויסלענדישע מחברים, אַרײַנגערעכנט אַשן און זינגערן, די שרײַבער פֿון דער אַנטיסאָוועטישער צײַטונג "פֿאָרווערטס". די סטאַטיסטיק ווײַזט אויך, פֿאַר וואָס מע האָט געזונגען "מה-יפֿית" פֿאַר דוד בערגעלסאָן און אים געהאַלטן פֿאַר אַ סאָוועטישן, כאָטש ער איז ניט געווען קיין בירגער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. עס ווײַזט אויך, ווי רעלאַטיוו ליבעראַל איז געווען אין די 1920ער יאָרן דער סאָוועטישער קאָנטראָל פֿון דער אַרײַנגעבראַכטער ייִדישער ליטעראַטור.

* From Shtetl to the City of the Sun Calling at the Schools of Communism: Yiddish In Soviet Ukrainian Trade Unions of the 1920s