אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון רעכטס: הירש־דוד נאָמבערג, חיים זשיטלאָווסקי, שלום אַש (שטייט), י.ל. פּרץ, אַבֿרהם רייזען
פֿון רעכטס: הירש־דוד נאָמבערג, חיים זשיטלאָווסקי, שלום אַש (שטייט), י.ל. פּרץ, אַבֿרהם רייזען
Forward Association

הײַיאָר איז שוין ניט ווייניק געזאָגט און געשריבן געוואָרן וועגן טשערנאָוויץ, וואָס איז ממש פֿאַרהייליקט געוואָרן ווי דער ייִדישיסטישער סיני־באַרג, וווּ מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָט מען באַקומען די קאָנטורן פֿונעם מאָדערנעם ייִדיש און מאָדערנער ייִדישער קולטור. אַזוי יעדנפֿאַלס זעט עס אויס אָפֿט מאָל אין אַ טייל פֿון דער הײַיאָריקער ווי אויך פֿריִערדיקער זשורנאַליסטישער פּראָדוקציע. און דאָס איז, אין תּוך אַרײַן, נאַטירלעך און אַפֿילו געזעצמעסיק פֿאַר יעדער יוביליי-קאַמפּאַניע, און פֿאַר יעדער קאַמפּאַניע בכלל.

די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ איז טאַקע געווען אַ וויכטיקער אויפֿטו פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלער גרופּע ייִדישע אינטעלעקטואַלן. איך וויל דאָ אונטערשטרײַכן דאָס וואָרט "אינטערנאַציאָנאַלער", ווײַל צו יענער צײַט איז שוין קלאָר געוואָרן, אַז די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדישע ציוויליזאַציע האָט אָנגעהויבן זיך צעברעקלען סײַ פּאָליטיש, סײַ געאָגראַפֿיש. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס פֿון דער ייִדישער מאַסע, פֿון דעם כּלל-ישׂראל, האָט זיך אַנטפּלעקט אַ יחיד, ר' ישׂראל, און דער דאָזיקער יחיד האָט ניט מורא געהאַט זיך אויפֿצופֿירן ניט לויט די געזעצן פֿון טראַדיציאָנעלן לעבן. דעם ר' ישׂראל האָט מען געזען אין די רייען פֿון פֿאַרשיידענע באַוועגונגען. נאָך מער: מע האָט גענומען שאַפֿן באַזונדערע ייִדישע באַוועגונגען.

די קאָנפֿערענץ אין 1908 איז פֿאַקטיש געווען אַ פּרוּוו אײַנצושפּאַנען די יחידים אין אַ נײַער כּלל-ישׂראלדיקער אידעאָלאָגיע, וועלכע האָט געדאַרפֿט אָפּהיטן די ייִדן פֿון אַסימילאַציע און פֿון צעשפּאַלטונג. ייִדיש און ייִדישע קולטור האָט מען באַטראַכט ווי אַ סגולה פֿון פֿאַרגוייִשט און פֿאַרלוירן צו ווערן אין דער מאָדערניזירטער וועלט. צו קולטור, בפֿרט צו ליטעראַטור, האָט מען דאָך זיך דעמאָלט באַצויגן כּמעט רעליגיעז, אַזוי אַז ס'איז גאַנץ לאָגיש געווען צו בויען אַ נײַעם מאָדעל פֿון ייִדישן לעבן, דהײַנו: אַ מאָדעל, אין וועלכן רעליגיע האָט שוין ניט געשפּילט די צענטראַלע ראָלע. איר אָרט האָט געדאַרפֿט פֿאַרנעמען, און צו מאָל האָט שוין געהאַט פֿאַרנומען, קולטור — אַזאַ הויכע און אַזאַ נאַציאָנאַלע, אַז אַ מאָדערנער, געבילדעטער ייִד האָט געקענט זיך אויסלעבן אין איר, ווי אַ טראַדיציאָנעלער ייִד האָט זיך אויסגעלעבט אין אַ כּלל-ישׂראלדיקער סבֿיבֿה.

הקיצור, די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ איז געווען, פֿאַרשטייט זיך, מער אַ פּאָליטישע אונטערנעמונג, איידער אַ צונויפֿקומעניש פֿון סתּם ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש (כאָטש אַ געוויסע צאָל ענטוזיאַסטן זײַנען אַהין אויך געקומען). קיין חידוש ניט, אַז די קאָנפֿערענץ איז גלײַך און שפּעטער אָפּגעשאַצט געוואָרן לויט די מאָסן פֿון אַ פּאָליטישער אַקציע. כאַראַקטעריש, אַז אַ נעגאַטיווע אָפּשאַצונג פֿלעגט געבן ניט בלויז דער ציוניסטיש-העברעיִסטישער צד-שכּנגד. שאַרפֿע קעגנער זײַנען אויך געווען צווישן די פּאַרטיייִשע גרופּירונגען, וועלכע האָבן פּראָקלאַמירט זייער הייסע ליבע צו ייִדיש.

אָט ווי עס האָט, אַ שטייגער, געפֿײַערט דעם צוואַנציקסטן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ דער פֿירנדיקער בונדיסט יוסף כמורנער. אויף דעם פֿענאָמען פֿון "טשערנאָוויץ" איז ער געווען בייז פֿאַר זײַן כּלל-ישׂראלדיקייט, פֿאַר איגנאָרירן דעם פּראָלעטאַריאַט, וועלכער איז פֿאַר די מאַרקסיסטן געווען דער איינציקער פֿאַרלאָזלעכער אַוואַנגאַרד-כּוח אין קאַמף פֿאַרן סאָציאַליסטישן עתיד. איך ציטיר דאָ פֿון זײַן אַרטיקל "וועגן אַ פֿעלער, וואָס חזרט זיך איבער: אין די געדענק-טעג פֿון טשערנאָוויץ", וואָס איז אַרויס אין דעם וואַרשעווער זשורנאַל "ביכער-וועלט", נומ' 7, 1928:

טשערנאָוויץ איז געווען איינער פֿון די ערשטע פּרוּוון אויפֿצוהענגען איבער אונדזער מאָדערנער קולטור-באַוועגונג אַ פֿאָן פֿון כּלל-ישׂראל — און דאָ, נאָר דאָ, ליגט דער סוד פֿון איר [טשערנאָוויץ] פֿאַרמישפּטקייט און פֿון איר פֿרוכטלאָזיקייט[...]

"טשערנאָוויץ" איז נאָך נישט באַזיגט. ייִדישע שרײַבער זענען אין זייער מערהייט נאָך אַלץ די געפֿאַנגענע פֿון "טשערנאָוויץ": זוכן נאָך אַלץ דעם לא-היה-ולא-ניבֿראדיקן סינטעז צווישן די כּוחות, וואָס באַקעמפֿן זיך קעגנזײַטיק און מוזן זיך באַקעמפֿן (נאָר אַזוי ווערט באַפֿרוכפּערט דער באָדן) אין אונדזער לעבן. [...]

דער פּאַסיקסטער אופֿן צו פֿײַערן די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ איז דעריבער — באַנעמען די סיבות, וואָס האָבן איר געשטערט צו ווערן אַ "וויכטיקער עטאַפּ" אין דער געשיכטע פֿון אונדזער מאַסן-קולטור, כּדי עפּעס אָפּצולערנען פֿון טשערנאָוויץ פֿאַר דער פּראַקטיק פֿון הײַנטיקן טאָג.

איצט קען זיך צו מאָל אויסווײַזן, אַז די באַשלוסן פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ האָבן אָנגעפֿילט מיט שׂימחה די הערצער פֿון שיִער ניט אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש. אין דער אמתן, דאַרפֿן מיר רעדן וועגן אַ רעלאַטיוו שמאָלן שטראָם פֿון די "ייִדישיסטן", וועלכע האָבן טאַקע אײַנגעשלאָסן טשערנאָוויץ אין זייער אידעאָלאָגישן ייִחוס-בריוו. אַ וויכטיקע ראָלע האָבן אין דעם טשערנאָוויץ-שטראָם געשפּילט די נאַציאָנאַל-געשטימטע אינטעליגענטן, בײַ וועלכע עס האָט דאָס האַרץ וויי געטאָן צו זען ווי די ייִדישע סבֿיבֿה ווערט צעשפּאָלטן אויף כּלערליי "-יסטן".

אין אַמעריקע, האָט זיך דער דאָזיקער עולם גרופּירט, דער עיקר, אַרום דער צײַטונג "דער טאָג". די ליבע צו ייִדיש פֿון אַזעלכע פּערזענלעכייטן, ווי אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען מער "פּלאַטאָניש". בײַ די קאָמוניסטן האָט דער "טשערנאָוויץ"-שטראָם, וועלכן זיי האָבן טאַקע גערופֿן "ייִדישיזם", אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט נאַציאָנאַליזם. אין די 1930ער יאָרן האָט מען עס גערופֿן אַפֿילו "דער פֿאַשיזירטער ייִדישיזם". אמת, זינט אַן ערך די 1960ער יאָרן (כ'בין ניט זיכער וועגן די פּינקטלעכע דאַטעס), האָבן שוין אויך די קאָמוניסטן ניט געזשאַלעוועט קיין שבֿחים דער לעגענדאַרער צונויפֿקומעניש אין טשערנאָוויץ. מע האָט אַרײַנגעלייגט אין דעם אויך אַ ביסל אַנטי-ציוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע. בכלל, די אָדער יענע באַציִונג צו "טשערנאָוויץ" קען מען נוצן פֿאַר אַ היסטאָרישן אַנאַליז פֿונעם פּאָליטישן מצבֿ אויף דער ייִדישער גאַס.

די "כּלל-ישׂראלדיקייט", וואָס איז געווען אַזוי דערווידער דעם קלאַסן-באַוווּסטזיניקן מאַרקסיסט כמורנער, איז געלעגן אין יסוד פֿון אַ סך פּרוּוון צו שאַפֿן אַן אַלגעמיינעם אידעאָלאָגישן און אָרגאַניזאַציאָנעלן בנין פֿאַרן אויסדויער פֿון דעם מין מיזרח-אייראָפּעיִשער וועלטלעכער ייִדישקייט, וועלכע איז געווען טײַער און וויכטיק פֿאַר די טשערנאָוויץ-דעלעגאַטן מיט הונדערט יאָר צוריק. צום באַדויערן, איז עס געוואָרן אַן אָנהייב פֿאַר אַ וועג, וועלכן איז ניט באַשערט געווען איבערצוּוואַקסן אין אַ דרך-המלך צו אַ מאָדערנער ייִדיש-רעדנדיקער ציוויליזאַציע. דאָס הייסט, אַז דער קולטורעלער, לינגוויסטישער וכ' אינהאַלט פֿאַר אַזאַ ציוויליזאַציע איז יאָ געשאַפֿן געוואָרן, אָבער קיין גרויסן עולם האָט זי, אין לעצטן סך-הכּל, ניט באַקומען. געשען איז עס אָבער ניט צוליב דער סיבה, אויף וועלכער עס האָט מיט אַכציק יאָר צוריק אָנגעוויזן כמורנער.