רעליגיע, געשיכטע
Credit: Arkadiy Yagudaev

קול תּקיעה וקול תּרועה — און עס קומט נאָך אַלץ ניט די ישועה

דער שורש פֿונעם וואָרט "שופֿר" איז פֿאַרבונדן, האַלט מען הײַנט, מיטן וואָרט פֿאַר אַ ווילדן שעפֿל. די בלאָז־קלאַנגען פֿונעם שופֿר "תּקיעה" און "תּרועה" ווערן דערמאָנט אין חומש. ווי וויכטיק איז די ראָלע פֿונעם שופֿר אין דער צײַט פֿונעם נײַעם יאָר, זעט מען שוין אין דער פֿאַרצייכענונג פֿון ראָש־השנה ווי "יום-תּרועה" אין חומש. תּרועה (אַ העכערער קלאַנג, אַ טרילעוודיקער) און תּקיעה (אַ טיפֿערער קלאַנג) זענען די קלאַנגען פֿונעם שופֿר, וואָס ווערן דערמאָנט פֿון אָנהייב אָן. איינער פֿון די עלטסטע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן אויף דער וועלט, האָט דער שופֿר, להיפּוך צו אַנדערע, זיך נישט געביטן במשך פֿון טויזנטער יאָרן.

דעם שופֿר, האָט מען בײַ ייִדן, אָבער, נישט געניצט פֿאַר פֿאַרווײַלונג, נאָר פֿאַר גאָר אַנדערע צוועקן. מע האָט געבלאָזן שופֿר אויפֿן באַרג סיני און דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט געציטערט. זײַן מוראדיקער קלאַנג האָט מען געהערט אין צײַטן פֿון אַ מלחמה, אָדער ווען איינער איז געשטאָרבן; צו לאָזן וויסן דער קהילה, ווען סע קומט פֿאָר אַ פֿאַסטטאָג; בײַ לוויות, ראָש-חודש, יום-טובֿים, און בײַ אַנדערע וויכטיקע מאָמענטן אינעם ייִדישן לוח. זײַן פֿונקציע איז געבליבן ביזן הײַנטיקן טאָג אין חודש אלול און די ימים־נוראָים ווען די קהילה וואַרט אומגעדולדיק צו הערן דעם בעל־תּקיעה און אָפּשאַצן ווי פֿעיִק ער איז. בעת דער 6־טאָגיקער מלחמה אין ישׂראל, האָט דער הויפּט־רבֿ פֿון דער אַרמיי געבלאָזן דעם שופֿר בײַם כּותל־מערבֿי צו פּראָקלאַמירן זײַן באַפֿרײַונג. דעם זעלבן שופֿר האָט ער געניצט אין דער מלחמה פֿון 1956 אויפֿן באַרג סיני.

די פֿאָרעם פֿונעם שופֿר איז אויך נישט קיין צופֿעליקע און מע האַלט, אַז דער אײַנגעבויגענער שופֿר ווערט פֿאַרגליכן מיט אַ נאָגנדיק האַרץ, וואָס וויל תּשובֿה טאָן ראָש-השנה און יום-כּיפּור. מע פֿאַרבינדט אויך דעם שופֿר מיט עקידת-יצחק; ביידע האָבן זיי אַ שײַכות מיט אַ באָק.

אין אַ פֿאָלקאָריסטישן אַנאַליז פֿון בלאָזן שופֿר, וואָלט מען געזאָגט, אַז אין אַלע טראַדיציעס, ווען מע מאַכט אַ הויכן, פּלוצעמדיקן קלאַנג, איז דער געדאַנק אַוועקצוטרײַבן דעם שׂטן אָדער בייזע רוחות. אין קבלה שרײַבט מען טאַקע, אַז דאָס צווייטע און דריטע בלאָזן פֿונעם שופֿר איז געצילט צו דערשטוינען און אַוועקטרײַבן דעם שוואַרצן-יאָר (שׂטן); ער וועט מיינען, אַז משיח קומט באַלד מיטן תּחית־המתים און זײַן שליטה וועט זיך ענדיקן. נאָך אַ משל, אַגבֿ, פֿון אַ הויכן קלאַנג אין דער ייִדישער טראַדיציע, איז דאָס צעברעכן אַ גלאָז אונטער דער חופּה. כאָטש מע הערט אַ סך אויסטײַטשונגען פֿון דער טראַדיציע — מע זאָל געדענקען דעם חורבן בית־המיקדש, אָדער די ברעכעוודיקייט פֿונעם לעבן — האָט מען דאָס מסתּמא געטאָן לכתּחילה כּדי איבערצושרעקן די בייזע רוחות, ווײַל אין אַזוינע עיקר־מאָמענטן פֿונעם לעבן וויל דער נישט־גוטער דווקא צעשטערן די שׂימחה.

דעם שופֿר בלאָזט מען אויך ווען מע לייגט עמעצן אַרײַן אין חרם און בײַם אַרויסטרײַבן אַ דיבוק (די צוויי קומען אָפֿט צוזאַמען: כּדי אַרויסצוטרײַבן דעם דיבוק, לייגט מען דעם דיבוק אַרײַן אין חרם). דאָס בלאָזן שופֿר וועט אויך גיבן צו וויסן, אַז עס קומט משיח, און מיט יעדן בלאָז אין שיל האָפֿט מען, אַז דער וווּנטש זאָל מקוים ווערן.

ווי אַ מאָטיוו אין ייִדישער קונסט איז דער שופֿר געבליבן איינער פֿון די הויפּט־סימבאָלן פֿון משיח און דעם טאָג פֿון דערלייזונג. אין ייִדישן פֿאָלקסליד האָבן די משׂכּילים אינעם 19טן יאָרהונדערט זיך אָנגעכאַפּט אין דעם "שופֿר של משיח" און פֿונעם געדאַנק שטאַרק אָפּגעלאַכט. אָפֿט האָבן זיי געשריבן לידער מיט איראָניע, עלעהיי אַ געטרײַער חסיד זינגט און מאַכט חוזק פֿון די אַפּיקורסים:

די אַפּיקורסים די וווילע־יונגען,

עס וועט אין זיי אַלע פּלאַצען די לונגען

זיי וועלן אַלע צעפּיקעט ווערן

ווען זיי וועלן שופֿר־של־משיח דערהערן!

ווען דאָס ליד האָט זיך פֿאַרשפּרייט צווישן דעם פּשוטן פֿרומען פֿאָלק, האָט דער זינגער און דער עולם אָפֿט זיך נישט געכאַפּט, אַז דאָ טרײַבט מען קאַטאָוועס, און מע האָט געזונגען דאָס ליד חוזק צו מאַכן פֿון די משׂכּילים!

עס זענען פֿאַראַן אַ סך אַנדערע סיבות צו בלאָזן שופֿר — אויפֿצוּוועקן די מתפּללים צו טאָן תּשובֿה (רמב״ם) און סעדיה גאָון רעכנט אויס צען טעמים. וועגן דעם תּקיעה גדולה נאָך נעילה, שרײַבט מען אין די "טעמי מינהגים", אַז דאָס איז אַ קבלהיסטישער סימן, אַז די שכינה איז אַרויפֿגעגאַנגען אין הימל, אַזוי ווי עס שטייט ׳עלה אלקים בתרועה׳".

אַ שופֿר מעג מען נאָר בלאָזן בײַ טאָג, אָבער אין דעם ווײַטערדיקן וויץ האָט מען אַן אויסנאַם: יעקבֿ און שמואל האָבן געשמועסט און שמואל האָט געפֿרעגט בײַ יעקבֿ, וויפֿל האַלט דער זייגער? יעקבֿ ענטפֿערט אים און פֿרעגט שמואלן, פֿאַר וואָס ער טראָגט נישט קיין זייגערל? ענטפֿערט שמואל, אַז ער דאַרף נישט, ער קען אַלע מאָל פֿרעגן בײַ אַן אַנדערן. "אָבער וואָס געשעט ווען איר שטייט אויף אין מיטן דער נאַכט, און איר דאַרפֿט וויסן וויפֿל עס האַלט דער זייגער?" ענטפֿערט שמואל — "האָב איך אַ שופֿר". "ווי קען אַ שופֿר אײַך העלפֿן צו וויסן וויפֿל עס האַלט דער זייגער?" פֿרעגט ווײַטער יעקבֿ.

"איך עפֿן דאָס פֿענצטער און בלאָז דעם שופֿר אויף דער גאַס, און עמעצער עפֿנט זײַן פֿענצטער און שרײַט — ׳ביסט משוגע געוואָרן! ווער בלאָזט אַ שופֿר דרײַ אַ זייגער בײַ נאַכט!׳ ווייס איך שוין, וויפֿל עס האַלט דער זייגער!".