אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

מע האָט ניט ווייניק געשריבן וועגן דעם, אַז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿלעגט מען פֿאַרשווײַגן דעם חורבן. מע האָט טאַקע ניט געהאַט קיין קאַטעדרעס, מוזייען און אינסטיטוטן, וועלכע זאָלן זיך באַשעפֿטיקן מיטן פֿאָרשן און באַשרײַבן די געטאָס, די זאָנדערקאָמאַנדעס און אַנדערע קאָמפּאָנענטן פֿון דער נאַציסטישער אויסראָטונג-מאַשין. אין ליטעראַטור, קינאָ און טעאַטער האָט מען וועגן דעם גערעדט זייער אָפּגעהיט, נאָר אַזוי ווי עס האָט געפֿאָדערט דער אַזוי-גערופֿענער אַגיטפּראָפּ (די אויפֿזעער פֿון אַגיטאַציע און פּראָפּאַגאַנדע).

דער מאָסקווער ייִדישער ליטעראַטור-קריטיקער הירש רעמעניק האָט, אַ שטייגער, דערקלערט (אין "סאָוועטיש היימלאַנד", נומ׳ 2, 1963) דעם סאָוועטיש-כּשרן צוגאַנג צו דער טעמע פֿון אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ אַזוי: "דער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ דאַרף באַטראַכט ווערן ווי אַ וויכטיקער בײַטראָג פֿון די ייִדישע מאַסן אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן קאַמף פֿון די פֿאָרגעשריטענע כּוחות פֿון אַלע פֿעלקער, בראָש מיטן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, קעגן פֿאַשיזם און אימפּעריאַליסטישער רעאַקציע". און ער איז געווען צופֿרידן צו קאָנסטאַטירן, אַז "אין אַזאַ שײַן ווערט טאַקע אָט די טעמע קינסטלעריש פֿאַרקערפּערט אין דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור".

און טאָמער דער מחבר האָט געפּרוּווט ניט פֿאָלגן דעם דאָזיקן "אַלגאָריטעם", האָט מען אַזאַ ווערק ניט צוגעלאָזט צו די דרוק־מאַשינען פֿון סאָוועטישע פֿאַרלאַגן. צוליב דעם האָט קיין מאָל ניט דערזען די ליכטיקע שײַן די רוסישע איבערזעצונג פֿון בער מאַרקס געשיכטע פֿונעם אויפֿשטאַנד, כאָטש מאַרק איז געווען אַ געטרײַער פּוילישער קאָמוניסט. אין די 1960ער יאָרן האָט מען אויך ניט דערלויבט צו דרוקן דאָס בוך פֿונעם סאָוועטישן היסטאָריקער וואַלענטין אַלעקסעיעוו, און זײַן אַרבעט, "די וואַרשעווער געטאָ עקזיסטירט מער ניט", איז אַרויס שוין נאָך זײַן טויט, אין 1998.

אויף רוסיש האָט מען גרינגער געדרוקט ביכער, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש. דאָס האָט געהאַט אַ שײַכות ניט נאָר צו מלחמה-טעמעס, אָבער בכלל — צו אַלע ייִדישע טעמעס. בײַ דער ייִדישער ליטעראַטור איז געווען אַ מין ליצענץ צו שרײַבן וועגן דעם, און די פֿאַרלאַגן האָבן געהאַט אַ פּלאַן אויף איבערזעצונגען פֿון "ברידערלעכע ליטעראַטורן". אַ דאַנק דער דאָזיקער סכעמע, זײַנען אַרויס גוטע ביכער פֿון צענדליקער שרײַבער. אין דער פֿאַרבינדונג מיטן חורבן, קען מען אָנרופֿן אַזעלכע נעמען ווי מישע לעוו, וועמעס מלחמה-ראָמאַנען אין רוסישע איבערזעצונגען פֿלעגן זיך באַווײַזן זינט 1958, און מאַשע ראָלניק (ראָלניקײַטע), וועמעס ליטעראַטוריזירטער טאָגבוך פֿון ווילנער געטאָ האָט זינט 1965 געהאַט עטלעכע אויפֿלאַגעס, אין הונדערטער טויזנטער קאָפּיעס.

אין 1966 האָט אַ רושם געמאַכט אַנאַטאָלי קוזניעצאָווס פּראָזע-ווערק "באַבי יאַר". אַ סבֿרא, אַז אין אַ יאָר אַרום, נאָך דער זעקס-טאָגיקער מלחמה, וואָלט דאָס ווערק פֿונעם רוסישן פּראָזאַיִקער ניט געהאַט קיין שאַנס צו געפֿינען אַן אָרט אין דער סאָוועטישער ליטעראַרישער פּראָדוקציע. די מורא פֿאַרן ייִדישן נאַציאָנאַליזם איז דעמאָלט געוואָרן אַ סך שטאַרקער און צו ייִדישע טעמעס האָט מען זיך צוגעקוקט מיט נאָך אַ גרעסערן חשד. און דאָך, האָט מען עפּעס יאָ דערלויבט צו דרוקן. בפֿרט נאָך, אַז מע האָט זיך מיט דעם באַרימט פֿאַרן אויסלענדישן עולם: גיט נאָר אַ קוק, מיר פֿאַרשווײַגן ניט די ייִדישע טעמע.

אין 1979 האָט דער סאָוועטישער לייענער באַקומען דעם ראָמאַן "שווערער זאַמד" פֿונעם באַקאַנטן רוסישן שרײַבער (פֿון ייִדישן אָפּשטאַם) אַנאַטאָלי ריבאַקאָוו. דעמאָלט איז עס געווען אַ סענסאַציע. ריבאַקאָוו האָט ניט געהערט צו די מײַסטערס פֿון "הויכער ליטעראַטור". אָבער ער האָט געקענט "פֿאַרדרייען" אַ סיפּור-המעשׂה, מיט עקזאָטישע ביאָגראַפֿיעס און מיט אַ שפּאַנונג פֿון געשעענישן און מענטשלעכע באַציִונגען. ער האָט אויך גוט געוווּסט, אַז אָן די קאָמפּאָנענטן פֿון "אינטערנאַציאָנאַליזם" און "פֿירנדיקער ראָלע פֿון דער פּאַרטיי" קאָן זיך ניט באַגיין קיין סאָציאַליסטיש-רעאַליסטישער ראָמאַן. שפּעטער האָט ער באַשריבן אין זײַנע זכרונות, ווי שווער איז אים פֿונדעסטוועגן געווען "דורכצוקלאַפּן" די פּובליקאַציע. עס האָט געהאָלפֿן, פֿאַרשטייט זיך, אַז ריבאַקאָוו איז צו יענער צײַט געווען אַן אייגענער מענטש אין דער מאָסקווער ליטעראַרישער סבֿיבֿה.

פֿון צײַט צו צײַט לייען איך איבער ריבאַקאָווס ראָמאַן, אויף ענגליש, ווײַל איך שטעל אַרײַן עטלעכע קאַפּיטלען אין מײַן קורס, וואָס איך לערן אין דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט. איך נוץ דעם טעקסט, כּדי ווײַזן די סכעמעס פֿון סאָציאַליסטישן רעאַליזם, בפֿרט דעם פּרינציפּ פֿון באַלאַנס. מע האָט דאָך געמוזט ווײַזן, אַז שלעכטע און גוטע מענטשן זײַנען געווען צווישן אַלע פֿעלקער. למשל, אַן אוקראַיִנער פּאָליציאַנט איז קאָמפּענסירט געוואָרן דורך אַן אוקראַיִנער, וואָס האָט אָפּגעגעבן זײַן לעבן בײַם ראַטעווען ייִדן. און אַזוי ווײַטער. אַזאַ "באַלאַנס" פֿלעגט זיך, פֿאַרשטייט זיך, מאַכן אויך אין דער ווירקלעכקייט. אָבער אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור האָט עס ניט געקענט "זיך מאַכן" — עס איז געווען אַ מוז.

די טעג ווײַזט מען אין ניו-יאָרק נײַע רוסישע פֿילמען, און צווישן זיי איז אויך דער פֿילם "שווערער זאַמד", באַזירט אויף אַנאַטאָלי ריבאַקאָווס ראָמאַן. אין דער אמתן, האָט מען פֿילמירט אַ לאַנגן טעלעוויזיע-פֿילם, אָבער מע האָט אויך צונויפֿגעשטוקעוועט אַ קיצור, כּדי צו ווײַזן עס אין קינאָ-טעאַטערס. האָב איך דערוואַרט, אַז אין דרײַ יאָרצענדליק אַרום, שוין אָן דער וואַכיקער סאָוועטישער צענזור, וועט מען באַפֿרײַען דעם סיפּור-המעשׂה פֿונעם סאָציאַליסטיש-רעאַליסטישן שאָלעכץ און ווײַזן דעם גורל פֿון אַ שטעטלדיקער קהילה און אירע מענטשן. ריבאַקאָוו האָט געגעבן גענוג סחורה פֿאַר אַזאַ קינאָ-ווערק.

אָבער אין משך פֿון כּמעט דרײַ שעה האָב איך אויפֿן עקראַן געזען סכעמאַטישע בילדער, געמאַכט לויט די סקאַרבאָוונע, און דווקא די ערגסטע, שטאַמפּן פֿון סאָוועטישער קונסט. (לעבן מיר איז געזעסן אַן עלטערע פֿרוי, וואָס האָט עטלעכע מאָל אַ זאָג געטאָן: "גאָטעניו, ס׳איז דאָך אין גאַנצן סאָוועטיש!") אין דעם פֿילם באַטייליקן זיך אַ צאָל גוטע אַקטיאָרן, אָבער בדרך-כּלל האָבן זיי פּשוט ניט קיין מעגלעכקייט צו ווײַזן זייער מײַסטערשאַפֿט. די סאָוועטישע פּרינציפּן פֿון "אינטערנאַציאָנאַליזם" און "באַלאַנס" האָבן פֿאַרוואַנדלט דעם פֿילם אין אַ פּאַראָדיע — עס ווילט זיך לאַכן אַפֿילו אין די מאָמענטן, וועלכע וואָלטן געדאַרפֿט אויסזען באמת טראַגיש. איך רעד שוין ניט וועגן דער ייִדישקייט, אין נוסח פֿון "פֿידלער אויפֿן דאַך", און דערצו נאָך מיט גראַמאַטישע גרײַזן אין די עטלעכע ייִדישע פֿראַזעס, וואָס מע האָט אַרײַנגעשטופּט אין דער באָבע-מעשׂה פֿון דורות-לאַנגער פֿרײַנדשאַפֿט פֿון אַלע פֿעלקער אינעם שטעטל און אין דעם, אויך דורות-לאַנגן, רוסישן פּאַטריאָטיזם פֿון די שטעטלדיקע ייִדן.

צוריקגערעדט, וואָס נאָך האָט מען געקענט דערוואַרטן פֿון אַ פֿילם, וואָס מע האָט אויסגעמײַסטערט הײַנטיקע טעג אויף רוסישע מלוכישע געלטער? דער סאָוועטישער אַגיטפּראָפּ האָט זיך איבערגעניצעוועט און איז געוואָרן דער נעאָ-סאָוועטישער אַגיטפּראָפּ.