געזעלשאַפֿט

דער איצטיקער עקאָנאָמישער קריזיס קען אַרײַנטראָגן היפּשע ענדערונגען אויך אין דער פּאָליטישער אַטמאָספֿער פֿון דער געוועזענער אייראָפּעיִשער קאָמוניסטישער וועלט, און קיינער ווייסט ניט, וואָס פֿון דעם אַלץ וועט זיך באַקומען. רוסלאַנד בלײַבט אַ מעכטיקער פֿאַקטאָר אין דער גאַנצער מעשׂה. ניט געקוקט אויפֿן פֿאַרלירן לעצטנס צענדליקער ביליאָנען דאָלאַרן בײַ די פֿאַלנדיקע פּרײַזן פֿון נאַפֿט און אויף דעם פֿינאַנציעלן קריזיס גופֿא, זיצט נאָך אַלץ מעדוועדיעוו-פּוטינס רעזשים אויף ריזיקע געלט-זאַפּאַסן, אַקומולירטע אין די גוטע יאָרן. דאָס שאַפֿט אַ פּאָטענציאַל פֿאַר פֿאַרטיידיקן די עקאָנאָמיע און אונטערהאַלטן דעם פֿריִערידקן ניוואָ פֿון סאָציאַלע פּראָגראַמען. אַ דאַנק דעם, וועט די רוסישע באַפֿעלקערונג, אַ פּנים, ניט אָנהייבן בונטעווען. די פֿראַגע בלײַבט, פֿאַרשטייט זיך, ווי לאַנג וועט דער קריזיס געדויערן און אויף ווי לאַנג וועט קלעקן דער מלוכישער זאַפּאַס.

בינו-לבינו, קען רוסלאַנד אַפֿילו אויסראַטעווען אַנדערע עקאָנאָמיעס. ווײַסרוסלאַנד האָט שוין באַקומען אַ ברייטהאַרציקע שטיצע מצד רוסלאַנד, אָבער אַלעקסאַנדר לוקאַשענסקאָס רעגירונג האָט מורא צו נעמען מער געלט, כאָטש די עקאָנאָמיע נייטיקט זיך אין דעם זייער דרינגלעך. אין מינסק, אָבער, האָט מען באַשלאָסן, אַז קליגער וועט זײַן צו בעטן געלט בײַם אינטערנאַציאָנאַלן געלט-פֿאָנד, "אײַ-עם-עף", איידער ווערן אין גאַנצן אָפּהענגיק פֿון דעם רײַכן שכן.

אַ בקשה אין "אײַ-עם-עף" האָט אַרײַנגעשיקט אויך אוקראַיִנע, וווּ די נאַציאָנאַלע וואַלוטע, הריוונאַ, איז אין משך פֿון אַ וואָך געוואָרן אויף צוואַנציק פּראָצענט ביליקער. מע סטראַשעט מיט אַרבעטלאָזיקייט, בפֿרט אין דעם מעטאַלורגישן סעקטאָר פֿון דער אינדוסטריע, וואָס גיט פּרנסה בערך 500 טויזנט נפֿשות און ברענגט אַ גרויסן טייל פֿון דעם נאַציאָנאַלן רווח. כּדי צו באַקומען שטיצע פֿון "אײַ-עם-עף", מוז מען גאַראַנטירן געוויסע תּנאָים. אָבער די גאַנצע מלוכישע סיסטעם פֿון אוקראַיִנע איז פּאַראַליזירט צוליב דעם שאַרפֿן קאָנפֿליקט צווישן דעם פּרעזידענט וויקטאָר יושטשענקאָ און דער פּרעמיער-מיניסטאָרין יוליאַ טימאָשענקאָ. אַזוי צי אַזוי, אָבער ס׳איז שוין מער אָדער ווייניקער קלאָר, אַז אוקראַיִנע וועט ניט לויפֿן צו ברעכן האַלדז-און-נאַקן אין "נאַטאָ", ווײַל איצט איז בעסער ניט צו רייצן רוסלאַנד, דעם הויפּט-קוואַל פֿון ענערגיע.

די עקאָנאָמישע לאַגע איז קאָמפּליצירט אין די לענדער, וואָס זײַנען ניט לאַנג צוריק אַרײַן אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. מע האָט זיי דאָך אַרײַנגענומען אין דער צײַט, ווען אַלע זײַנען גלײַך ווי פֿאַרשיכּורט געווען מיט די דערפֿאָלגן פֿון דער מערבֿדיקער וועלט. הײַנט הערט מען מער ניט-צופֿרידענע קולות פֿון ביידע זײַטן — אי פֿון די נײַ-אָנגעקומענע, אי פֿון די אַלט-געזעסענע. די נײַ-אָנגעקומענע קלאָגן זיך אָפֿט מאָל, אַז אין דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע האָט מען אָנגעהויבן לעבן ערגער. די אַלט-געזעסענע זײַנען ניט צופֿרידן מיט דעם הויכן פּרײַז פֿון אינטעגרירן די שוואַכע און קאָרומפּירטע עקאָנאָמיעס, באַזונדערס פֿון בולגאַריע און רומעניע. דערצו האָבן ניט ווייניק געשעפֿטן און בענק זיך אַרײַנגעפּאַקט אין די יונגע עקאָנאָמיעס, למשל: מע האָט זייער גרינג געגעבן הלוואָות, און איצט איז שווער אומצוקערן דאָס געלט — אַן ערך אַזוי, ווי מע זעט עס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אין די דרײַ באַלטישע לענדער — ליטע, לעטלאַנד און עסטלאַנד — האָט מען די נאַציאָנאַלע וואַלוטעס "צוגעטשעפּעט" צום יוראָ. די אידעע איז געווען, דאַכט זיך, אַ געזונטע, מחמת דאָס האָט אַרײַנגעטראָגן סטאַבילקייט און צוגעגרייט צום אַרײַנגיסן זיך אין דער יוראָ-זאָנע. אָבער דאָס איז אַלץ גוט אין גוטע צײַטן. ווען עס ווערט שווער, איז בעסער צו האָבן אַ בייגעוודיקע פֿינאַנציעלע סיסטעם, וואָס איז ניט צוגעטשעפּעט צו אַן אַנדער וואַלוטע, וואָס האָט אייגענע שוועריקייטן. ווי נאָר געלט הייבט אָן "אַנטלויפֿן" פֿון אַזאַ צונויפֿגעבונדענער עקאָנאָמיע, קען זיך עס גרינג פֿאַרענדיקן מיט דעפּרעסיע. מע קען, פֿאַרשטייט זיך, אָפּשאַפֿן די אָפּהענגיקייט פֿונעם יוראָ, אָבער אַזאַ קער גאַראַנטירט ניט קיין גוטע רעזולטאַטן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דער בושה, ווײַל דאָס פֿאָלק וועט עס אויפֿנעמען ווי אַ באַווײַז, אַז זייער לאַנד איז ניט בכּוח צו זײַן מיט די לײַטן גלײַך. הקיצור, די באַלטישע, ווי אויך אַנדערע לענדער (אונגאַרן האָט איצט גרויסע פּראָבלעמען) דאַרפֿן זײַן גרייט צו, לכל-הפּחות, עטלעכע שווערע יאָר.

דער באַגריף "שווערע יאָרן" נעמט אין זיך אַרײַן דאָס שנײַדן פֿון סאָציאַלע פּראָגראַמען. (דאָס איז, אַגבֿ, די פֿראַגע, אויף וועלכער מע האָט קיין מאָל ניט געהערט קיין ענטפֿער פֿון ביידע פּרעזידענטישע קאַנדידאַטן אין אַמעריקע.) אַזאַ שניט איז באַזונדערס קריטיש אין די געוועזענע קאָמוניסטישע לענדער. ערשטנס, די באַפֿעלקערונג איז דאָרטן אָרעמער. צווייטנס, מע האָט נאָך ניט פֿאַרגעסן דעם סאָציאַלן פֿאַרזאָרג פֿון די קאָמוניסטישע צײַטן. נאָך מער: פֿונעם הײַנט זעט אויס דער אַמאָליקער פֿאַרזאָרג בעסער, איידער ער איז געווען אין דער אמתן. אַזוי צי אַזוי, אָבער דאָס מיינט, אַז מע דאַרף זײַן גרייט צו זען אַ שטאַרקערע השפּעה פֿון די פּאַרטייען, וועלכע ציִען די יניקה פֿון קאָמוניזם.

אָט אַזוי זעט עס אַלץ אויס, ווען מע קוקט אויף דעם מיט די אויגן פֿון אַ פּעסימיסט. אפֿשר וועט זיך דער מצבֿ, פֿון דעסטוועגן, אויססדרן גיכער, איידער מע זעט עס פֿאָרויס, און דער גאַנצער טאַראַראַם וועט ניט איבערלאָזן קיין באַזונדערס טיפֿע שפּורן אין די געוועזענע קאָמוניסטישע לענדער. הלוואַי.