פּובליציסטיק

איך זאָג פֿאַרציילן און נישט דערציילן ווײַל דאָס הער איך פֿון מײַנע פֿרײַנד וואָס רעדן נאָך אַלץ זייער טאַטע־מאַמע־לשון. איך ווייס צו מאָל נישט וווּ אָנצוהייבן, ווײַל איך וויל נישט פֿאַראַלגעמיינערן דעם ענין. זיכער האָבן נישט אַלע אַדורכגעמאַכט די זעלביקע ליידן ווי די פֿרײַנד און באַקאַנטע פֿון מײַנע עלטערן. פֿאַרקערט. נאָך דעם ווי איך האָב זיך אַרומגעקוקט, זינט מײַנע טאַטע־מאַמע זײַנען געשטאָרבן, קען איך דערמאָנען אַ פּאָר משפּחות וואָס האָבן געהאַט קינדער קרובֿ צום אויסבראָך פֿון דער מלחמה. אַנדערע האָט מען געבוירן אין די "די־פּי"־לאַגערן נאָכן קריג, אָדער גלײַך נאָכן אָנקומען אַהער, אָנהייב פֿופֿציקער יאָרן. די קינדער זײַנען שוין הײַנט באָבעס און זיידעס, אָבער דאָס וואָס זיי האָבן צו דערציילן, זײַנען אַ צאָל פֿון זיי שוידער־מעשׂיות, דאָס הייסט, די חבֿרים און חבֿרטעס וואָס האָבן זיך געכאָוועט אַרום מיר. זייערע עלטערן, די געראַטעוועטע, זײַנען אַהערגעקומען מיט ראַנעס נישט נאָר אין זייער וועזן, נאָר אין זייער גאַנץ לײַב און לעבן.

ווי איז מיר צו האַנט געקומען די טעמע בכלל? איך האָב אַ נאָענטע חבֿרטע, באַשקע הייסט זי. מיר האָבן זיך פֿאַרחבֿרט נאָך אין זיבעטן קלאַס דאָ אין דער בראָנקס צו דרײַצן יאָר. הײַנט זײַנען מיר שוין ביידע באָבעס, האָבן מיר זיך אַנומלטן צוגעזעצט אין דערבײַיִקן פּאַרקל אין מאַנהעטן און זי האָט מיר געהאַלטן אין איין כוואַליען זיך אַז דאָס פּאַרקל איז איר נחמה. זי קומט אַהער לייענען און אָפּרוען זיך פֿון כּסדר היטן אירע אייניקלעך, בעת די טעכטער גייען אַרבעטן. ביידע טעכטער זײַנען אַדוואָקאַטן. זיצן מיר אַזוי און שמועסן ביז מיר האָבן אָנגעשפּאַרט צו פּאָליטיק. זאָגט זי:

"איך וואָלט קיין מאָל אין לעבן נישט געשטימט פֿאַרן רעפּובליקאַנער מאַק'קיין. נישט ווײַל ער טויג נישט. ער געפֿעלט מיר דווקא יאָ. נישט צוליב זײַן עלטער, חלילה, נאָר ווײַל ער איז אָפּגעווען פֿינף יאָר אין די וויעטנאַמער תּפֿיסות וווּ מ'האָט זיך איזדיעקעוועט איבער אים, געפּײַניקט און געשניטן לעבעדיקע פּאַסן פֿון זײַן לײַב און לעבן." זאָג איך איר:

"וואָס ביסטו דווקא אַרויף אויף זײַנע איבערלעבונגען אין וויעטנאַם אין מיצקע ד'רינען?" קוקט זי מיך אָן מיט אירע פּעך־שוואַרצע אויגן, פֿול מיט אַנגסט און באַדויער:

"וואָס פֿאַרשטייסטו דאָ נישט," קערט זי זיך אום צום געדאַנק. "אונדזערע עלטערן זײַנען דאָך אַדורכגעגאַנגען דאָס גיהנום אויף דער וועלט. ווער פֿון זיי איז אַרויס נאָרמאַל, זאָג מיר? מײַנע עלטערן? דײַנע? זיי זײַנען אַרויס באַשעדיקט. מאַק'קיין איז אויך אַרויסגעקומען באַשעדיקט. ווער ווייסט ווי עס רופֿט זיך אָפּ אויף אים יענע צײַט. ער פֿאַרגעסט וויפֿל הײַזער ער פֿאַרמאָגט? אַ סימן ער פֿאַרגעסט."

איך האָב געשוויגן, אַרײַנגעטראַכט זיך אין דעם וואָס זי האָט מיר געזאָגט און באַשטעטיקט אַז זי איז אפֿשר גערעכט. זי האָט נישט אָפּגעלאָזט:

"האָסט דאָך געקענט מײַנע טאַטע־מאַמע. געדענקסטו דאָך וואָס ס'האָט זיך געטאָן בײַ אונדז אין הויז מיט די זיבן קינדער."

איך האָב געדענקט, אַז איר טאַטעלע איז געווען אַ קליין ייִדעלע, קוים וואָס מ'האָט אים אָנגעזען. די מאַמע איז געווען אַ קליין פֿעסעלע. אַ בלאָנדע, געווישט זיך ס'קורצע נעזל אין פֿאַרטעך און אַלע מאָל מיט אַ וואַלגערהאָלץ אין האַנט.

"דו ווייסט כאָטש אז מײַן טאַטע האָט געשלאָגן מײַן מאַמען? געדענקסט אפֿשר אירע אונטערגעהאַקטע אויגן?"

"אַלץ וואָס איך געדענק איז ווי דײַן מאַמע איז שטענדיק געשטאַנען בײַם אויוון און געקאָכט 'שפּאַגעטי'."

"ווייסט פֿאַרוואָס?" האָט באַשקע זיך אַ פֿלינקן קער געטאָן צו מיר, "ווײַל מיר האָבן געהונגערט. דער טאַטע האָט ווייניק פֿאַרדינט און נישט געקענט אויסהאַלטן אַזאַ געזינדל. די מאַמע האָט אים געגעבן אַ צונאָמען 'ס'לעפֿעלע.' פֿאַרוואָס, ווייס איך נישט. געדענקסט אפֿשר מײַן עלטערע שוועסטער פֿעלען? זי האָט געליטן פֿון עפּילעפּסיע. ווען זי האָט גערעדט האָט מען זי קוים פֿאַרשטאַנען ווײַל זי האָט נישט געקענט אַרויסרעדן ווערטער ווי ס'געהערט צו זײַן. נו? האָט זי מײַן מאַמע אַלע מאָל גערופֿן אַנשטאָט פֿעלע — 'קריפּל.' קיין מאָל נישט אויפֿן נאָמען וואָס זי האָט איר געגעבן. זי איז געלעגן אין דער היים ווי אַ הונט. קיין מאָל אין קיין קלאַס נישט געגאַנגען, נישט געקענט שרײַבן אָדער לייענען. איר לעבן איז געווען אַ גיהנום. און פֿאַרוואָס? ווײַל טאַטע־מאַמע האָבן זיך אויף איר נישט אומגעקוקט. און טאָמער מיינסטו אַז זייערע עלטערן זײַנען געווען בעסער? שלאָג עס דיר אַרויס פֿון קאָפּ. זיי זײַנען געקומען פֿון אַ קליין דערפֿל לעבן וואַרשע, וווּ ס'לעבן איז זיכער געווען שווער און ביטער, און זיך נישט אומגעקוקט אויף זייערע קינדער. זײַנען זיי געוואַקסן פֿאַראָרעמטע און פֿאַרביטערטע. העלפֿט גאָט און עס ברעכט אויס די מלחמה, האָט דער טאַטע אונדז קינדער אַרויפֿגעזעצט אויף אַ פֿור און דאָס פֿערדל איז נאָכגעלאָפֿן דעם המון וואָס האָט זיך געטראָגן קיין ביאַליסטאָק. און פֿון דאָרט קיין מאַגניטאָגאָרסק. נו? קוים מיט צרות אַרויס מיטן לעבן. האָט שוין זייער לעבן געקענט זײַן נאָרמאַל?"

איך בין געזעסן פּריטשמעליעט. אַזוי פֿיל יאָר זײַנען אַוועק זינט מיר זײַנען געווען יונגע מיידלעך אין "ווילטאַן דזשוניאָר הײַסקול" און אין "מאָריס הײַסקול" אין דער בראָנקס, האָבן מיר קיין מאָל נישט דערציילט פֿון חדר. יעדער פֿון אונדז האָט געהאַלטן בסוד און נישט דערציילט וואָס ס'האָט זיך געטאָן אין דער היים. האָט מען זיך פֿאַרגליכן מיט די עלטערן. איך האָב כאָטש געהאַט אַ פֿײַנעם טאַטן. די מאַמע מײַנע, האָב איך געטראַכט, איז מסתּמא יאָ געווען באַשעדיקט. איך האָב זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ איר משפּחה אין קאַנאַדע צי דאָס איז געקומען נאָך די לאַגערן אין רוסלאַנד אָדער פֿון דער היים, האָבן זיי מיר צו וויסן געטאָן אַז ס'איז געקומען פֿון דער היים. דער זיידע מײַנער איז געווען אַ ביטערער פּאַרשוין און פֿאַריאָגט די קינדער פֿון זיך. און אַז די מאַמע האָט אַרײַנגעקוקט אין מײַנע בלויע אויגן פֿלעגט זי אַלע מאָל זאָגן:

"מײַן טאַטנס בייזע אויגן."

זיכער האָט עס געשטאָכן, ווײַל איך האָב מײַן זיידן נישט געקענט, אָבער איר ברודער און שוועסטער, הער איך, זײַנען אויך אַרויס גײַסטיק באַשעדיקט. און אַז מיר האָבן פֿאַרגליכן אונדזער יוגנט מיט פֿריידעלעס, אונדזער דריטע חבֿרטאָרין פֿון יענע יאָרן, זײַנען מיר אַרויסגעקומען פֿון אַריסטאָקראַטיע. פֿריידעלע האָט געהאַט אַ שטיפֿטאַטן, אַ ביטערן ליידיקגייער. ער איז געזעסן אין דער היים און זיך געלאָזט אויסהאַלטן פֿון זײַנס אַ ברודער ערגעץ אין די דרום־שטאַטן פֿון אַמעריקע. ער האָט פֿאַרמאָגט אַ מיאוס מויל און געהאַלטן אין איין סטראַשען פֿריידעלען:

"דו דאַרפֿסט זיך נישט לערנען, גיי בעסער פֿאַרדינען. ביכער קאָסטן געלט און מאַכן קאַליע. מיידלעך דאַרפֿן חתונה האָבן."

פֿריידעלע האָט מיר דערציילט אַז זי האָט געהאַט אַ טאַטן. אַ ייִדעלע, אַ בעבעלע. אָבער איר מאַמע און אירע שוועסטער זײַנען געווען זייער שיינע פֿרויען. די מומעס אירע זײַנען אַוועק אויף קרומע וועגן. דער מאַמעס ברודער איז אַוועק פֿון דאַנען קיין דײַטשלאַנד און געעפֿנט אַ שענק מיט אַ הײַזל. אַ חוץ די אַלע זיבן זאַכן האָט די שטוב געשמעקט מיט אויסגעלאַסנקייט. מיט זיי האָט אויך געוווינט אַן אַלטער זיידע, אַ ייִד, אַ פֿרומער, מיט באָרד און פּאות, אָפּגעלעגן אין שיל טאָג און נאַכט און ווער ווייסט וואָס אונטער זײַן באָרד און פּאות האָט זיך געטאָן. פֿריידעלע האָט מיר דערציילט ווי אַזוי זי האָט צו פֿינף יאָר אָנגעוווירן איר טאַטן, און אַזוי ווי איר טאַטע איז געווען אַ פֿרומער ייִד, וועלכער האָט געהאַלטן פֿון מיצוות, פֿון דינים און פֿון דער הלכה, איז ער נימאס געוואָרן דער מאַמעס ברודער און שוועסטער. האָבן זיי אים איין טאָג אַראָפּגעשמיסן פֿון אַלע טרעפּ און געהייסן זיך אָפּטראָגן. פֿריידעלען האָט מען געזאָגט, אַז ער איז אומגעקומען אין די לאַגערן. ערשט ווען זי האָט חתונה געהאַט און געקומען צו אַ גרויסן פֿאַרמעגן, האָט זי אויסגעפֿונען אַז ער לעבט אין ארץ־ישׂראל, אַ ליובאַוויטשער חסיד, און אַז ער האָט אַ פֿרוי מיט אַ טוץ קינדער, און ווייסט צו מאָל נישט אַז זײַן טאָכטער לעבט אין אַמעריקע. פֿאַרשטייט זיך אַז ס'האָט אים אָפּגעגליקט און די טאָכטער האָט אים פֿאַרזאָרגט אויפֿן לעבן.

און וואָס איז דען דער וווּנדער? אויסגעוואָרצלטע מענטשן. נישט אַלע האָבן זיך געקענט צונויפֿנעמען און פֿירן אַ נאָרמאַל לעבן. קיין הילף איז פֿון קיינעם נישט געקומען און דער עיקר, ווער האָט דען געוווּסט וואָס ס'טוט זיך אונטער די קוליסן פֿון אַ משפּחה־לעבן, אַז פֿאַר דער דרויסנדיקער וועלט האָט מען אַלץ פֿאַרשטעלט און פֿאַרגלעט. אָבער אינעווייניק האָט זיך געקאָכט אַ קעסל. נישט איין מאָל לייען איך אַ בוך פֿון זין און טעכטער וואָס האָבן זיך אָנגעליטן פֿון עלטערן וואָס האָבן געלעבט מיט קאָשמאַרן, נישט געטרויט קיינעם, און דער עיקר, נישט געוווּסט ווי ליב צו האָבן זייערע קינדער. קיין מאָל קיין גלעט נישט געגעבן, קיין קוש נישט דערלאַנגט, נאָר דערצויגן זיי מיט שרעק און חשד. קיינער האָט זיי נישט געקענט העלפֿן. דערפֿאַר אָבער זײַנען שוין זייערע קינדער געלאָפֿן צו די פּסיכיאַטערס, אַוועקגעלייגט מאַיאָנטקעס און געבליבן אַליין באַשעדיקט. דאָס איז אַ שווער קאַפּיטל אַראָפּצושלינגען, אָבער לאָמיר אַוועק פֿון די מיטאָסן, אַז אַזוי ווי די פּליטים זײַנען אַהערגעקומען זײַנען זיי באַגליקט געוואָרן מיט אַלעם גוטן. מײַן חבֿרטע באַשקע פֿאַרכליניעט זיך פֿון פֿרייד:

"שטעל זיך פֿאָר אַז מיר קענען דאָ זיצן אויף אַ באַנק אין פּאַרק ווען די זון שײַנט אַזוי לאַגאָדנע און מיר קענען זיך אַדורכשמועסן אויף אונדזער ייִדיש אַזוי ווי אין אַלטע גוטע צײַטן."

איך האָב צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ און געטראַכט, ווי ווײַט איך בין אַוועק פֿון "סײַפּרעס עוועניו" און 136סטער גאַס אין דער בראָנקס. קילאָמעטראַזשן, פֿון יענע אימיגראַנטישע יאָרן.