רעליגיע, געשיכטע
די גרויסע שיל אין קאַליש, 1914
די גרויסע שיל אין קאַליש, 1914

אינעם צווייטן יאָרהונדערט האָט דער גרויסער גריכישער וויסנשאַפֿטלער תּלמי (פּטאָלעמיי) דערמאָנט דאָס אָרט קאַליסיאַ, וועלכע האָט זיך געפֿונען אינמיטן דעם "בורשטין-וועג", דורך וועלכן די אוראַלטע סוחרים פֿלעגן ברענגען דעם באַלטישן בורשטין קיין דרום, ביז גריכנלאַנד און עגיפּטן. אַ סך היסטאָריקער אידענטיפֿיצירן דאָס דאָזיקע אָרט מיט קאַליש — אַ שטאָט אין צענטראַל-פּוילן, וואָס ווערט הײַנט באַטראַכט ווי די עלטסטע שטאָט אינעם לאַנד.

די ערשטע ייִדישע קהילה האָט עקזיסטירט אין קאַליש, לכל-הפּחות, נאָך אינעם 12טן יאָרהונדערט. אינעם יאָר 1264, האָבן די אָרטיקע ייִדן, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון פּוילן, באַקומען אויטאָנאָמע רעכט פֿונעם פּרינץ באָלעסלאַוו, דעם הערצאָג פֿון קראָקע; שפּעטער, אויפֿן סמך פֿונעם דאָזיקן פֿאַל, האָבן די ייִדישע קהילות אין אַנדערע פּוילישע שטעט אויך באַקומען אַזעלכע פּריווילעגיעס.

אינעם 19טן יאָרהונדערט, איז קאַליש געוואָרן אַ צענטער פֿון חסידות, וווּ עס האָבן געוווינט עטלעכע רביים און פֿאַרשיידענע מינים חסידים — דער עיקר, גערער און אַלעקסאַנדערער.

אַזוי ווי אין אַ סך אַנדערע מיזרח-אייראָפּעיִשע שטעט, האָט זיך אין דער שטאָט פֿאַרשפּרייט די השׂכּלה-באַוועגונג, וואָס האָט אַרויסגערופֿן קענגערשאַפֿט מצד די אָרטיקע קאָנסערוואַטיווע ייִדן. איינער פֿון די שטאָטישע רבנים-מתנגדים, הרבֿ אליהו ראָגאָלער, האָט זיך באַקלאָגט אין אַ בריוו צו אַן אַנדער רבֿ, אַז די משׂכּילישע וועלטלעכע בילדונג און פֿילאָסאָפֿישע שטודיעס צעשאָקלען די יסודות פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט.

נישט אַלע פֿרומע ייִדן האָבן אָבער געהאַלטן, אַז די אידעען פֿון השׂכּלה קומען אין סתּירה מיט דער ייִדישער טראַדיציע. אינעם יאָר 1852, האָט זיך אין קאַליש באַזעצט הרבֿ צבֿי־הירש חיות, אַ באַרימטער גאַליציאַנער רבֿ און אַ הויך-געבילדעטער היסטאָריקער. די קעגנער פֿון השׂכּלה האָבן כּסדר גערודפֿט דעם רבֿ; מיט דרײַ יאָר שפּעטער, נישט לאַנג פֿאַר זײַן טויט, האָט מהר"ץ חיות פֿאַרלאָזט די שטאָט. רביצין ברוריה דוד-הוטנער, אַ באַקאַנטע פֿרומע וויסנשאַפֿטלערין, האָט אים אָנגערופֿן אין איר דאָקטאָראַט-דיסערטאַציע "אַ טראַדיציאָנאַליסט און משׂכּיל".

די אַמאָליקע פֿרומע משׂכּילים, אַזוי ווי אַ טייל הײַנטיקע מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, זענען אָפֿט געווען געשטימט שאַרף קעגן קבלה און דעם חסידישן מיסטיציזם, וועלכע זיי האָבן באַטראַכט ווי "אומראַציאָנעלע אָבערגלויבנס". אַ ריי באַקאַנטע מקובלים האָבן, פֿון זייער זײַט, געהאַלטן קעגן פֿילאָסאָפֿישע און וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען.

פֿילאָסאָפֿיע און קבלה

אין דער אמתן, זענען צווישן קבלה, וויסנשאַפֿט און פֿילאָסאָפֿיע פֿאַראַן אַ סך טיפֿע היסטאָרישע פֿאַרבינדונגן. הרבֿ משה בוטריל, אַ מקובל פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, דערקלערט אין זײַן פּירוש אויף "ספֿר-יצירה", אַז אָן פֿילאָסאָפֿיע קאָן מען נישט פֿאַרשטיין קבלה. ער האָט געהאַלטן, אַז די פֿילאָסאָפֿן באַהאַנדלען די זעלבע ענינים, ווי די מקובלים, נאָר באַנוצן זיך מיט אַנדערע טערמינען; לויט זײַן מיינונג איז קבלה, בעצם, אַ העכערע פֿאָרמע פֿון פֿילאָסאָפֿיע. אַ ריי מקובלים האָט אָנגעשריבן פֿילאָסאָפֿישע און מיסטישע פּירושים אויפֿן רמב״מס באַרימטן חקירה-ספֿר, "מורה נבֿוכים".

די שטיצער פֿונעם סינטעז צווישן קבלה און חקירה האָבן זיך אויך אינטערעסירט מיט ניט-ייִדישע עזאָטערישע דאָקטרינעס: נעאָפּלאַטאָניזם, סופֿיזם, הערמעטיזם. אַ טייל מקובלים האָבן באַטראַכט די חכמות פֿון אַנדערע פֿעלקער ווי די אַלמענטשלעכע גײַסטיקע ירושה, אָדער אוראַלטע טראַדיציעס פֿון ייִדישע אָבֿות און נבֿיאים; אַ טייל אַנדערע האָבן געהאַלטן, אַז געוויסע נישט-ייִדישע חכמים האָבן אַליין משׂיג געווען אַ הויכע מדרגה פֿון רוחניות, און געשטרעבט "אײַנצוטײַטשן" זייער גײַסטיקע דערפֿאַרונג אויף אַ ייִדישן שטייגער.

אַזאַ אוניווערסאַליסטישער צוגאַנג צו קבלה איז געווען באַזונדערס פֿאַרשפּרייט אין שפּאַניע און איטאַליע. יוחנן אַלימנו (אַלעמאַנאָ), אַן איטאַליענישער מקובל פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, האָט געלערנט קבלה מיטן קריסטלעכן מיסטיקער און פֿילאָסאָף דזשאָוואַני פּיקאָ דעלאַ מיראַנדאָלאַ; אין זײַנע ספֿרים, ציטירט הרבֿ אַלימנו פֿאַרשיידענע ניט־ייִדישע חכמים.

הרבֿ אַבֿרהם יאַגעל, אַן אַנדער איטאַליענישער מקובל פֿון דער רענעסאַנס-תּקופֿה, האָט באַטאָנט אין זײַן ספֿר "בת רבים", אַז צווישן אַנדערע פֿעלקער טרעפֿן זיך אויך עכטע נבֿיאים, וועלכע זאָגן פֿאָרויס די צוקונפֿט און אַנטפּלעקן די סודות פֿון די גײַסטיקע וועלטן. ער ברענגט צוויי אומגעוויינטלעכע בײַשפּילן: מערלין, דער לעגענדאַרער כּישוף-מאַכער פֿון די מעשׂיות וועגן דעם קיניג אַרטור, און זשאַן ד׳אַרק — די פֿראַנצויזישע העלדין פֿונעם 15טן יאָרהונדערט. הרבֿ יאַגעל האָט אויך געהאַלטן, אַז די פֿילאָסאָפֿיע פֿון פּלאַטאָן און דעמאָקריט שטימט כּמעט פּינקלעך מיט קבלה.

צווישן די סאַמע באַקאַנטע און אינטערעסאַנטע ספֿרים, וועלכע באַהאַנדלען קבלה אויף אַ פֿילאָסאָפֿישן אופֿן, זענען די ווערק פֿונעם גרויסן מקובל, רבי אַבֿרהם הכּהן אירירה (הערעראַ).

דער היסטאָריקער הײַנריך גרעץ האָט געשריבן, אַז רבי אַבֿרהם אירירה איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1570, אין אַ קריסטלעכער אַדל-משפּחה, וועלכע האָט געשטאַמט פֿון געשמדטע ייִדן. אין זײַן יונגט, האָט הערעראַ באַקומען אַן אויסגעצייכנטע פֿילאָסאָפֿישע בילדונג. שוין אין אַ דערוואַקסענעם עלטער, איז ער געוואָרן אַ בעל-תּשובֿה, און געלערנט אין איטאַליע קבלה מיט הרבֿ ישׂראל סרוג — איינער פֿון די גרעסטע מקובלים פֿון יענער צײַט, אַ תּלמיד פֿונעם הייליקן אַריז״ל, רבי יצחק לוריא. שפּעטער, האָט ער זיך אַריבערגעקליבן קיין אַמסטערדאַם, וווּ ער איז אָנערקענט געוואָרן ווי אַ גרויסער רבֿ און מקובל, און שטאַרק משפּיע געווען אויף דער דאָרטיקער ייִדישער קהילה, ביז זײַן טויט אינעם יאָר 1639.

רבי אַבֿרהם אירירה האָט באַמערקט אַ סך פֿאַרבינדונגען צווישן קבלה און נעאָפּלאַטאָניזם, און דערקלערט די שיטה פֿון זײַן רבין אין פֿילאָסאָפֿישע טערמינען. ער האָט דורכגעפֿירט אַ סיסטעמאַטישע פֿאַרגלײַך-שטודיע, אָנווײַזנדיק ענלעכקייטן און חילוקים צווישן פֿאַרשיידענע פֿילאָסאָפֿיעס און מיסטישע דאָקטרינען אַרום דער וועלט. זײַנע ספֿרים, "Puerto del Cielo" און "Casa de Dios", האָט ער בײַם אָנהייב אָנגעשריבן אויף זײַן מוטער-שפּראַך, שפּאַניש, און געבעטן אַן אַמסטערדאַמער רבֿ, הרבֿ יצחק אַבוהבֿ, איבערצוטײַטשן זיי אויף לשון-קודש; אינעם יאָר 1655 זענען זיי אַרויס מיט די נעמען "שער השמים" און "בית אלקים".

מיט אַ הונדערט יאָר שפּעטער, האָט דער קריסטלעכער מיסטיקער קריסטיאַן קנאָר פֿאָן ראָזענראָט אַרויסגעגעבן אַ לאַטײַנישע איבערזעצונג פֿון ביידע ספֿרים. צוליב דער לאַטײַנישער אויסגאַבע, האָבן די קבלה-אידעען אויך געווירקט אויף אַ צאָל ניט-ייִדישע פֿילאָסאָפֿן און וויסנשאַפֿלטער; דער ספֿר "שער השמים" ווערט דערמאָנט אין העגעלס "לעקציעס וועגן געשיכטע פֿון פֿילאָסאָפֿיע". דאָס איז אַ זעלטענער בײַשפּיל פֿון אַ רבֿ, וואָס זײַנע ווערק האָבן משפּיע געווען סײַ אויף אַ ריי פּראָמינענטע רבנים, מקובלים און חסידישע רביים, סײַ אויף דער קריסטלעכער וועלט.

אין זײַנע ווערק, האָט רבי אירירה דערמאָנט, אַחוץ אַזעלכע באַקאַנטע ייִדישע פֿילאָסאָפֿן, ווי דער רמב״ם און יוסף אַלבו, אַ סך שיטות און פּערזענלעכקייטן, וועלכע טרעפֿן זיך נישט צו אָפֿט אין די טראַדיציאָנעלע ייִדישע ספֿרים: אוראַלטע בבֿלישע חכמים, זאַראַטוסטראַ, אָרפֿיי, פּיטאַגאָר, פּלאָטין, פּראָקל, פּאָרפֿירי, יאַמווליך, טאָמאַס אַקווינעס, מאַרסיליאָ פֿיצינאָ, פּיקאָ דעלאַ מיראַנדאָלאַ. ער האָט געהאַלטן, אַז אַ סך פֿילאָסאָפֿישע אידעען האָבן די גריכישע פֿילאָסאָפֿן "צוגעגנבֿעט" בײַ די ייִדן; ער האָט אָבער אויך אָפּגעשאַצט די אייגענע השׂגות פֿון די נישט-ייִדישע פֿילאָסאָפֿן, בפֿרט די קריסטלעכע נעאָפּלאַטאָניסטן.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז גרעץ, דער דערמאָנטער ייִדישער היסטאָריקער און אַ טיפּישער דײַטשישער משׂכּיל, האָט זיך באַצויגן צו קבלה מיט אַ טיפֿער שׂינאה. זײַן קורצע באַשרײַבונג פֿון רבי אירירהס ביאָגראַפֿיע, וואָס פֿאַרנעמט בלויז אַ האַלבע זײַט, איז פֿול מיט גיפֿטיקע סאַרקאַסטישע קאָמענטאַרן, אומפּאַסיק פֿאַר אַ פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאָרשער, וועלכע אילוסטרירן די באַציִונג פֿון ס׳רובֿ משׂכּילים צו קבלה. צוליב זײַן שׂינאה, האָט גרעץ פֿאַרקוקט די באַשײַמפּערלעך-הויכן אינטעלעקטועלן ניוואָ פֿון רבי אירירהס ווערק, און געטענהט, אַז דער מחבר איז, כּלומרשט, "פֿאַרפֿירט געוואָרן" צו גלייבן אין קבלה, ווי אַן "עם־הארצישער" בעל-תּשובֿה פֿון אַ קריסטלעך הויז.

הרבֿ ישׂראל יפֿה ש״ץ

מיט צוויי יאָר צוריק זענען רבי אירירהס ווערק איבערגעדרוקט געוואָרן אין ירושלים, מיט אַ לאַנגן אַרײַנפֿיר פֿון אַן אָנגעזעענעם קאַלישער רבֿ, הרבֿ ישׂראל יפֿה ש״ץ, וועלכער האָט ממשיך געווען רבי אירירהס פֿילאָסאָפֿישן צוגאַנג צו קבלה. זײַן אַרײַנפֿיר אויף 22 זײַטן, ערשט געדרוקט אין וואַרשע, אינעם יאָר 1864, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ספֿר פֿאַר זיך, אַ וווּנדערלעכע פֿאָרשונג וועגן דער געשיכטע פֿון פֿילאָסאָפֿיע, קבלה און וויסנשאַפֿט. די נײַע אויסגאַבע פֿון "שער השמים" און "בית אלקים" ווערט הײַנט פֿאַרקויפֿט אין די חרדישע ביכער-קראָמען; דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט לאַנג צוריק געקראָגן דעם ספֿר אין וויליאַמסבורג.

רבי אירירהס ספֿרים מיט הרבֿ ישׂראל יפֿהס אַרײַנפֿיר, וואַרשע, 1864
רבי אירירהס ספֿרים מיט הרבֿ ישׂראל יפֿהס אַרײַנפֿיר, וואַרשע, 1864

אין פֿאַרגלײַך מיט זײַן מיטצײַטלער און לאַנדסמאַן, מהר"ץ חיות, איז הרבֿ יפֿה געווען אַ חסיד, נאָענט צו חב״ד. פֿונדעסטוועגן, האָט ער אויך אינטעגרירט אין זײַן ווערק געוויסע עלעמענטן פֿון השׂכּלה, און גערופֿן צו לייזן דעם סיכסוך צווישן טראַדיציע און מאָדערנקייט דורך פּאָפּולאַריזאַציע פֿון קבלה, ווי אַ מיסטישע פֿילאָסאָפֿיע, וועלכע דערמעגלעכט אַראָפּצונעמען די גרענעץ צווישן רוחניות און ראַציאָנאַליזם.

לויט הרבֿ יפֿה, זענען די ערשטע צענטערס פֿון פֿילאָסאָפֿיע און וויסנשאַפֿט געווען כּנען (פֿיניציע) און מצרים, וווּ מע האָט אַנטדעקט די ערשטע שריפֿט, מאַטעמאַטיק, אַסטראָנאָמיע, געאָגראַפֿיע און אַנדערע חכמות. די פֿיניציער, וועלכע פֿלעגן שיפֿלען אַרום דער וועלט, "האָבן געוווּסט וועגן אַמעריקע, פּונקט ווי עס האָבן וועגן איר געוווּסט די איסלענדער און כינעזער".

ס׳זעט אויס, אַז די דאָזיקע ידיעה שטאַמט פֿון דעם דײַטשישן היסטאָריקער אַלעקסאַנדער פֿאָן הומבאָלט, וועלכער ווערט דערמאָנט אינעם ספֿר. אינעם יאָר 1960 האָבן די היסטאָריקער באַשטעטיקט, אַז די וויקינגען האָבן טאַקע באַזוכט דעם צפֿון-אַמעריקאַנער קאָנטינענט; די מעגלעכע נסיעות פֿון די כינעזער און פֿיניציער קיין אַמעריקע זענען דערווײַל נישט דערוויזן געוואָרן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַ שטעטלדיקער רבֿ האָט געוווּסט וועגן אַזעלכע היפּאָטעזן מיט איבער 140 יאָר צוריק, ווען זיי זענען געווען באַקאַנט בלויז ביי אַ קליינער צאָל געבילדעטע מענטשן.

לויט הרבֿ יפֿה, האָט דער באַשעפֿער געשיקט אַבֿרהם אָבינו אין ארץ-כּנען און עגיפּטן, ווײַל דווקא דאָרטן, אין די צענטערס פֿון פֿילאָסאָפֿיע און וויסנשאַפֿט, זענען די מענטשן געווען מסוגל צו פֿאַרשטיין זײַנע הייליקע השׂגות; פֿון דאָרטן האָבן זיי זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער גאַנצער וועלט. לויט זײַן שיטה, איז קבלה אויפֿגעקומען אין אַ דיאַלעקטישער באַציִונג צווישן קדושה און וועלטלעכקייט.

ס׳איז אינטערסאַנט, אַז הרבֿ יפֿה האָט באַטאָנט, אויפֿן סמך פֿון קבלה און לײַבניצס פֿילאָסאָפֿיע, אַז די צײַט און רוים זענען רעלאַטיוו, און אַז די אַטאָמען געפֿינען זיך אין באַשטימטע ערטער בלויז מצד דעם אָבסערווירער; די דאָזיקע אידעעס שטימען מיט דער הײַנטיקער רעלאַטיוויטעט-טעאָריע און קוואַנט-פֿיזיק.

חסידות, אַלכעמיע, השׂכּלה

לויט הרבֿ ישׂראל יפֿה, האָבן פּלאַטאָן, פּיטאַגאָר און אַנדערע גריכישע פֿילאָסאָפֿן אויסגעלערנט אַ סך חכמות און סודות-התּורה פֿון די ייִדישע חכמים און נבֿיאים, "ווי עס האָט געשריבן דער אוראַטלער ייִדישער היסטאָריקער און פֿילאָסאָף אַריסטאָבול"; הרבֿ יפֿה האָט צוגעגעבן, אַז אַריסטאָבולס עדות ווערט דערמאָנט אינעם ספֿר "מאור עינים", און אינעם תּורה-ביאור פֿונעם "באַרימטן חכם בן־מנחם".

"מאור עינים" איז אַ היסטאָריש ווערק פֿונעם איטאַליענישן דאָקטער עזריה מן האדומים (דיי ראָסי). זײַן באַרימטער מיטצײַטלער, הרבֿ יוסף קאַרו, דער מחבר פֿונעם "שולחן ערוך", האָט געהאַלטן, אַז "מאור עינים" מוז פֿאַרברענט ווערן, צוליב די סתּירותדיקע דעות פֿונעם מחבר. "בן־מנחם" איז אַ באַקאַנטע העברעיִשע ווערסיע פֿונעם פֿאַמיליע-נאָמען מענדעלסאָן — דהיינו, משה מענדעלסאָן, דער גרינדער פֿון השׂכּלה.

הרבֿ יפֿה האָט געהאַלטן משה מענדעלסאָנען פֿאַר אַ גרויסן פֿילאָסאָף, און ציטירט אויך זײַנע פֿילאָסאָפֿישע ווערק. דעם מחברס אייגענע פֿילאָסאָפֿישע פּאָזיציע איז געווען, בדרך-כּלל, נאָענט צו מענדעלסאָנען: ער האָט אָפּגעוואָרפֿן דעם קאַרטעזיאַנער דואַליזם, און זייער ליב געהאַט די שיטה פֿון גאָטפֿריד לײַבניץ.

ווי אַזוי קומט משה מענדעלסאָנס פֿילאָסאָפֿיע צו אַ חב״ד-חסיד? אַ טייל מענטשן וואָלטן, מסתּמא, געטענהט, אַז ס׳איז אַן אוממעגלעכע קאָמבינאַציע. ווען מע לייענט איבער הרבֿ יפֿהס אַרײַנפֿיר, ווי אַ המשך פֿון רבי אַבֿרהם אירירהס שיטה, ווערט עס גאַנץ קלאָר. מענדעלסאָן, די חב״ד-רביים און לײַבניץ זענען אַלע באַשולדיקט געוואָרן, דורך אַ טייל זייערע קריטיקער, אין פּאַנטעיִזם — אין גלייבן, אַז ג-ט און וועלט זענען, בעצם, איין זאַך.

די היסטאָריקער האָבן אויפֿגעוויזן, אַז שפּינאָזעס פּאַנטעיִסטישע פֿילאָסאָפֿיע איז געשאַפֿן געוואָרן אונטער אַ השפּעה פֿון רבי אירירהס ספֿרים; שפּינאָזע האָט זי אָבער אָפּגעטײַטש אויף אַ האַלב-מאַטעריאַליסטישן אופֿן. להיפּוך, האָבן די טראַדיציאָנעלע מקובלים און חסידישע רביים געגלייבט אין אַן איידעלער פֿאָרעם פֿון פּאַנטעיִזם; הגם "ג-ט איז אַלץ און אַלץ איז ג-ט", ווי עס האָבן דערקלערט די ליובאַוויטשער רביים, איז די באַהאַלטענע ג-טלעכע נאַטור פֿון די זאַכן אָן אַ שיעור דערהויבענער, ווי דאָס גשמיותדיקע "שאָלעכץ" פֿון דער וועלט.

משה מענדעלסאָן האָט אויך געגלייבט, אונטער לײַבניצס השפּעה, אין אַזאַ "געלײַטערטן פּאַנטעיִזם".

הרבֿ יפֿה האָט אָנגערופֿן קבלה "די הייליקע כעמיע" — דאָס הייסט, אַ מין "אינערלעכע אַלכעמיע", וועלכע דערמעגלעכט אויסצורייניקן דאָס מענטשלעכע באַוווּסטזײַן, און דערגרייכן די ג-טלעכע השׂגות. אַזאַ צוגאַנג צו אַלכעמיע שטימט מיט דער הײַנטיקער אַנאַליטישער פּסיכאָלאָגיע פֿון קאַרל יונג. אינעם זעלבן פּאַראַגראַף, האָט הרבֿ יפֿה דערמאָנט דעם גרויסן ייִדיש-העלעניסטישע פֿילאָסאָף ידידיה (פֿילאָן) פֿון אַלעקסאַנדריע, וועלכן ער האָט געהאַלטן פֿאַר אַ מין "פֿריִיִקן מקובל".

ווײַטער, האָט דער מחבר באַטאָנט, אַז לײַבניץ איז אויך געווען, "נישט ווינסדיק", אַן אָנהענגער פֿון אמתער קבלה. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די מיסטישע פֿילאָסאָפֿיע פֿון אַ טייל ייִדן אין אַלעקסאַנדריע איז טאַקע געווען פֿאַרבונדן מיט אַלכעמיע; לויט אַ באַקאַנטער אַלכעמישער לעגענדע, שטאַמט זייער חכמה פֿון די סודות-התּורה, איבערגעגעבן דורך אַ געוויסער ייִדישער פֿרוי, מרים, וועלכע האָט געלעבט, אַפּנים, אין העלעניסטישער אַלעקסאַנדריע.

אין איין פּרט איז הרבֿ יפֿה, אָבער, נישט געווען אינגאַנצן גערעכט. לײַבניץ, דער גרויסער דײַטשישער פֿילאָסאָף און מאַטעמאַטיקער, האָט כּסדר און גאַנץ "וויסנדיק" געלערנט קבלה, ווי אַ טייל פֿון זײַנע אַלכעמישע פֿאָרשונגען; אַ טייל זײַנע מיטצײַטלער האָבן אַפֿילו געגלייבט, אַז אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן דעם "פֿילאָסאָפֿישן שטיין". אַליסאָן קאָדערט, אַן ענגלישע פּראָפֿעסאָרן פֿון רעליגיעזע שטודיעס, האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך וועגן זײַנע פֿאַרבינדונגען מיט קבלה. די הײַנטיקע היסטאָריקער האָבן אויפֿגעוויזן, אַז רבי אירירהס ווערק, מיט וועלכע דער דײַטשישער פֿילאָסאָף איז געווען גוט באַקאַנט, האָבן מערקווירדיק משפּיע אויף לײַבניצס פֿילאָסאָפֿיע.

אויב אַזוי, האָט מענדעלסאָן, מעגלעך, אויך געירשנט, דורך לײַבניצן, געוויסע אידעען פֿון רבי אירירהס קבלה. הרבֿ יפֿה האָט דערשפּירט די קאָמפּליצירטע קייט פֿון היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען, וועלכע ווערן ערשט איצט "אויסגעפּלאָנטערט" דורך די הײַנטיקע היסטאָריקער, און געבראַכט אַן אויסגעצייכנטן בײַשפּיל פֿון קבלה-השפּעות אויף דער וועלט פֿון פֿילאָסאָפֿיע און וויסנשאַפֿט.

אַ סך מענטשן באַטראַכטן די טראַדיציאָנעלע קולטור אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך ווי אַ "נעבעכדיקע", אָפּגעריסן פֿון די "עכטע דערגרייכונגען" פֿון דער אַרומיקער ציוויליזאַציע. הרבֿ ישׂראל יפֿהס ווערק דערווײַזט אָבער, אַז אַ טייל שטעטלדיקע ייִדן האָבן געפֿירט טיפֿע וויסנשאַפֿטלעך-פֿילאָסאָפֿישע פֿאָרשונגען, און האָבן גובֿר געווען די גרענעצן צווישן טראַדיציע און מאָדערנקייט.