אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט

דער "פֿאָרווערטס" האָט שוין געשריבן וועגן דער אויסשטעלונג "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועט-רוסלאַנד", וואָס מע קען איצט זען אין דעם ניו-יאָרקער ייִדישן מוזיי. אָבער איך האָב דערווײַל איבערגעלייענט אויך אַן אַרטיקל אין "ניו-יאָרק טײַמס" (דעם 7טן נאָוועמבער — צופֿעליק אין דעם יאָרטאָג פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע), געווידמעט דער דאָזיקער אויסשטעלונג. צווישן אַנדערע זאַכן, שטייט דאָרטן געשריבן: אַז דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער האָט "כּלומרשט געפֿאָלגט די פֿאָדערונגען פֿון סאָוועטישער אידעאָלאָגיע, אָבער זײַנע [דאָס הייסט, דעם טעאַטערס] פֿאַרבאַהאַלטענע סיגנאַלן, קריטישע לגבי דער רעגירונג, זײַנען געווען פֿאַרשטענדלעך דעם ייִדיש-רעדנדיקן עולם". מיט אַנדערע ווערטער, האָבן די אַקטיאָרן און דער עולם יאַקבע געהאַט אַ מין געהיימע שפּראַך, וואָס די מלוכה-לײַט האָבן פּשוט ניט געקענט פֿאַרשטיין.

אָבער דאָס איז דאָך אין גאַנצן אַ נאַרישקייט! עס שטאַמט פֿון עפּעס אַן אַבסטראַקציע — אַ מאָדעל, וואָס איז כּולל צוויי באַזונדערע צדדים: די מלוכה און די ייִדן. אין דער אמתן, איז דער דאָזיקער אַבסטראַקטער מאָדעל זייער ווײַט פֿון דער רעאַלקייט פֿונעם סאָוועטישן לעבן. זייער אַ סך ייִדן, אפֿשר אַפֿילו די מערהייט, זײַנען געווען אַן אינטעגראַלער און געטרײַער טייל פֿון דער "מלוכה". פֿון אַזעלכע לײַט וואָלט מען ניט געקענט פֿאַרבאַהאַלטן די כּלומרשטע "סיגנאַלן". שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס קיינער האָט אַזעלכע סיגנאַלן פּשוט ניט געשיקט און אַפֿילו ניט געוואָלט שיקן, ווײַל די אָנפֿירונג פֿונעם טעאַטער האָט געהערט צו די "מלוכה-מענטשן" — אויף 100 פּראָצענט איבערגעגעבענע.

דער ציטאַט אין "ניו-יאָרק טײַמס" שפּיגלט אָפּ אַן אײַנגערעדטע פֿאָרשטעלונג, אַז די אומגעבראַכטע סאָוועטיש-ייִדישע טוער זײַנען געווען שיִער ניט קיין דיסידענטן. די לאָגיק איז אַ קלאָרע: צוליב וואָס וואָלט מען זיי גערודפֿט, אויב זיי האָבן ניט געהאַט געשיקט קיין אַנטי-מלוכישע "סיגנאַלן"? אָבער די סטאַליניסטישע סיסטעם האָט געאַרבעט לויט אַ לחלוטין אַנדער לאָגיק, און לויט אָט דער לאָגיק פֿלעגט מען אויסהרגענען אויך געטרײַע סאָוועטישע בירגער, און ניט זעלטן האָט מען עס געטאָן "אויף יעדן פֿאַל", לויטן פּרינציפּ: "אַז מע האַקט אַ וואַלד — פֿליִען שפּענער".

מיט זעכציק יאָר צוריק, דעם 20סטן נאָוועמבער 1948, איז אַרויס דער לעצטער נומער פֿון דער מאָסקווער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט". דאָס איז געווען דער סוף פֿון דער תּקופֿה פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. קיין דיסידענטן זײַנען דאָרטן ניט געווען — ניט אין דעם קאָמיטעט גופֿא, ניט אין דער צײַטונג, ניט אין אַנדערע ליקווידירטע ייִדישע אינסטיטוציעס. אייניקע פֿון די אַרעסטירטע האָבן געהערט צו די באָלשעוויקעס-וועטעראַנען. אַנדערע זײַנען געווען ייִנגער, אָבער דאָס האָט זיי ניט געמאַכט ווייניקער איבערגעגעבן דער סאָוועטישער מאַכט.

טאָ אפֿשר קען מען עס דערקלערן ווי אַן אַנטיסעמיטישע אַקציע? אויך ניט, ווײַל דאָס פֿאַראיינפֿאַכט דעם היסטאָרישן אמת. אויפֿן פֿאָן פֿון די אַלגעמיינע סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס איז עס געווען אַן עפּיזאָד. בכלל, צווישן די קרבנות פֿון סטאַליניזם דאָמינירן דווקא ניט-ייִדן. דערצו נאָך זײַנען ייִדישע אָפֿיצירן געווען צווישן די אויספֿאָרשער, וועלכע האָבן געפּײַניקט די אַרעסטירטע. לויט אַלע סימנים, איז די אידעע פֿון ליקווידירן די ייִדישע קולטור געווען — פּאַראַדאָקסאַל — ניט קיין רוסיש-נאַציאָנאַליסטישע, נאָר אַ סאָוועטיש-טאָטאַליטאַרע.

אַ ייִד אָן ייִדישע נאַציאָנאַלע אינטערעסן האָט, אין תּוך אַרײַן, ניט געשטערט דער מלוכה. פֿאַרקערט, טויזנטער און טויזנטער ייִדן האָבן פֿאַרנומען באַקוועמע צי אַפֿילו זייער באַקוועמע פּאָזיציעס אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט. געשטערט האָט אַ ייִד מיט אַ ייִדישן חלום, למשל מיט אַ חלום פֿון ארץ-ישׂראל צי אַפֿילו מיט אַ חלום פֿון אַ ייִדישן קאָלכאָז. דאָס האָט דער רעזשים ניט געוואָלט טאָלערירן בכלל (כאָטש ער האָט עס געטאָן פֿאַרן חורבן) און אין דעם קלימאַט פֿון דער "קאַלטער מלחמה" בפֿרט.

די עקזיסטענץ אַליין פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס — זאָל זײַן אַפֿילו די סאַמע היפּער-סאָוועטישע — איז געווען אַ פֿאַקטאָר, וואָס האָט אויפֿגעוועקט נאַציאָנאַלע געפֿילן. בפֿרט נאָך אַז אין דער אָפּוועזנקייט פֿון קהלשע פֿאָרמען פֿון ייִדישן לעבן, האָט יעדע ייִדישע אינסטיטוציע אויסגעפֿילט אייניקע פֿון אָט די פֿונקציעס. לויט דער לאָגיק פֿון דעם רעזשים, האָט מען עס געדאַרפֿט אָפּהאַקן, איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל, און מע האָט עס טאַקע אומברחמנותדיק אָפּגעהאַקט.

כאַראַקטעריש, אַז אין די 1950ער, שוין נאָך סטאַלינס טויט, האָט מען דערלויבט ייִדישע קאָנצערטן. פֿאַר וואָס ניט? אַ קאָנצערט איז ניט קיין אינסטיטוציע. אַ פּאָר שעה — און שוין. אָבער דערלויבן אַ טעאַטער, אַ פּובליקאַציע — דאָס האָט מען ניט געוואָלט, ווײַל — ווידער אַ מאָל — האָט עס געקענט אונטערהאָדעווען ייִדישע נאַציאָנאַלע געפֿילן. אַזוי איז עס טאַקע געווען: דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", אַ שטייגער, האָט זינט 1961 אונטערגעהאָדעוועט די דאָזיקע געפֿילן, ניט געקוקט אויף זײַן אויסגעהאַלטענער סאָוועטישקייט, ניט געקוקט אויף ניט שיקן קיין דירעקטע "סיגנאַלן".

צי וויל איך זאָגן, אַז קיין אַנטיסעמיטיזם איז אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין גאַנצן ניט געווען? אַוודאי, ניט דאָס בין איך אויסן. איך טענה, אַז מע דאַרף ניט צו ברייט נוצן דעם באַגריף פֿון אַנטיסעמיטיזם, ווײַל עס מאַכט ניט קליגער. ווי אַזוי קען מען דעמאָלט דערקלערן די סטאַטיסטיק (כ׳האָב עס די טעג אויסגעלייענט אין דעם הײַיאָריקן באַנד Jews and Slavs פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט), וואָס ווײַזט, אַז צום סוף פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה האָבן כּמעט 70 פּראָצענט מאָסקווער ייִדן געהאַט אַ העכערע בילדונג? אין לענינגראַד, קיִעוו און מינסק איז דער פּראָצענט געווען נידעריקער, אָבער סײַ-ווי זייער אַ ממשותדיקער, דרײַ צי פֿיר מאָל העכער ווי בײַ דער דורכשניטלעכער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. איז עס אויך אַ סימן פֿון שרעקלעכן אַנטיסעמיטיזם? צי אַזוי האָט מען זיך איזדיעקעוועט איבער די ייִדן — דורך פֿאָדערן פֿון זיי אַ העכערער בילדונג?

אַ סבֿרא, אַז די פּראָפּאַגאַנדיסטישע טערמינאָלאָגיע פֿון דער קאַלטער מלחמה פֿאַרנעפּלט דעם אמת פֿון סאָוועטיש-ייִדישן לעבן. מע מוז איצט סוף-כּל-סוף זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן — אָן ריינוואַשן די מיאוסקייט פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים, אָבער אויך אָן אַזעלכע באָבע-מעשׂיות, ווי די "סיגנאַלן".