מײַנע ליבע מענטשן, זײַט גליקלעך, וואָס איר קענט זיך הײַנט לערנען ייִדיש אין אַזאַ שיין אָרט ווי פּאַריז. הונדערטער סטודענטן לערנען זיך ייִדיש יעדעס יאָר אין דעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, מיט זײַן באַרימטער מעדעם־ביבליאָטעק — די גרעסטע זאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער אין מערבֿ־אייראָפּע. אַחוץ די געוויינטלעכע קלאַסן און סעמינאַרן, וואָס קומען פֿאָר אין צענטער במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר, האָט מען הײַיאָר דאָרט אויך דורכגעפֿירט די פֿינפֿטע פּאַריזער אינטענסיווע זומערקורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. אַזוי האָבן אויך די באַזוכער פֿון אויסלאַנד געהאַט די געלעגנהייט צו פּראַווען ייִדישקייט אין אַ פֿראַנצויזישן נוסח.

פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדיש האָט אין פּאַריז אַ גאַנץ אַנדערן טעם. בײַ אַ גלעזל ווײַן און אַ שטיקל קעז, גערעדט אַ ביסל אונטער דער נאָז מיט אַ פֿראַנצויזישן "פּראָנאָנס", קען מען זיך גרינג פֿאָרשטעלן, אַז מאַרי אַנטואַנעט האָט אויך אַ מאָל גערעדט מאַמע־לשון. ווײַל די מענטשן זײַנען געקומען פֿון אומעטום, האָט מען אויך געהאַט די געלעגנהייט צו הערן פֿאַרשיידענע אַנדערע "דיאַלעקטן". פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי, וואָס שטאַמט פֿון אַרגענטינע, האָט געלערנט דעם אַוואַנסירטן קלאַס צוזאַמען מיטן פֿראַנצויז פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג; נאַטאַליאַ קריניצקאַ, פֿון פּוילן, און די פֿראַנצויזין רוביע מאָנע האָבן געלערנט מיט די מענטשן פֿון די מיטעלע ניוואָען; מיט די אָנהייבערס האָבן געאַרבעט אַניק פּרים־מאַרגוליס, פֿון פֿראַנקרײַך, און לילי קאַן, פֿון ענגלאַנד. די סטודענטן זײַנען, צום טייל, אויך געקומען פֿון דער ווײַטנס — פֿון רוסלאַנד, אַמעריקע, ענגלאַנד, איטאַליע, בעלגיע...

יעדן אינדערפֿרי האָבן מיר צוזאַמען געשוויצט איבער די "גמרות"; ניט בלויז ווײַל די טעקסטן זײַנען שווערע, נאָר ווײַל אין גאַנץ פּאַריז איז קיין לופֿט־קילונג כּמעט ניטאָ. ווען איך זאָג "גמרות", מיין איך די ווערק פֿון אַהרן צייטלין, ספּעציעל דאָס טיף־מיסטישע ליד "מטטרון", וואָס איז ניט ווײַט פֿון לערנען תּורה...

דאָס רובֿ סטודענטן פֿון דער פּאַריזער פּראָגראַם זײַנען דווקא געווען ניט פֿונעם "ייִנגערן דור". אַזוי אַז מײַן פּלאַן צו געפֿינען זיך אַ באַשערטע צווישן די אַנדערע אָנטיילנעמערס איז דורכגעפֿאַלן. אָבער די עלטערע מענטשן האָבן אַנדערע מעלות; זיי רעדן אַ מאָל בעסער ייִדיש, און זיי האָבן אָפֿט אינטערעסאַנטע מעשׂיות צו דערציילן. איין אַלטער ייִד, למשל, מיטן נאָמען שלום ראָזענבערג האָט געשמועסט מיט די סטודענטן וועגן זײַן לעבן אין וואַרשע און נאָך דער מלחמה — אין פּאַריז. ער האָט אויסגעדריקט גרויס באַוווּנדערונג פֿאַר פֿראַנקרײַך, וואָס איז געווען אַזוי גוט צו אים און צו זײַן משפּחה.

דער סאָציאַלער אויפֿשטײַג און די אַסימילאַציע פֿון די אַשכּנזישע ייִדן אין פֿראַנקרײַך איז געקומען בולט צום אויסדרוק אויך אין די שילן, וווּ די גרויסע מערהייט מתפּללים זײַנען ספֿרדים; און אין דעם "מוזיי פֿון קונסט און געשיכטע פֿון יודאַיִזם", דורך וועלכן זשיל ראָזיע, דער דירעקטאָר פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, האָט געפֿירט די סטודענטן (דער נאָמען אַליין פֿונעם מוזיי דריקט אויס די פֿאַרשפּרייטע מיינונג, אַז די ייִדן געהערן צו אַן אַנדער רעליגיע, אָבער נישט צו אַ באַזונדער פֿאָלק).

בײַ דער סיום־פּראָגראַם האָבן די אָנטיילנעמער פֿון די מוזיק־ און טעאַטער־וואַרשטאַטן געוויזן אַ קליינע פֿאָרשטעלונג. די טעאַטער־גרופּע (מערסטנס אָנהייבערס) האָט אויפֿגעפֿירט אַ מין אַוואַנגאַרדיסטישע קלאַנג־ און טאַנץ־סימפֿאָניע, וואָס איז געווען אינטערעסאַנט, כאָטש שפּראַכלעך — ניט גאַנץ פֿאַרשטענדלעך. עס האָבן געשפּילט ערשטקלאַסיקע קלעזמאָרים, און יעדער סטודענט האָט באַקומען, ווי אַ מתּנה, אַ ייִדיש בוך. דער פּאָפּולערסטער מחבר דערבײַ איז געווען שלום אַש, און אַ גוטמוטיקער לוטעראַנער גלח, וואָס האָט געלערנט אין מײַן קלאַס, האָט באַקומען אַשס "מאַן פֿון נצרת", וועגן ישו — אַ געראָטענער אײַנפֿאַל!

אַ גרופּע סטודענטן האָט עטלעכע מאָל געמאַכט פֿרײַטיק צו נאַכטס אַ מאָלצײַט, לכּבֿוד שבת. בײַ דער געלעגנהייט האָבן מיר אַרומגערעדט אַלץ אין דער וועלט, אזוי ווי עס טוען יונגע לײַט. אַלע האָבן מסכּים געווען, אַז כּשרער ווײַן שמעקט בעסער אין פֿראַנקרײַך ווי אין דער היים, און אַז עס מאַכט ניט אויס, וווּ מען געפֿינט זיך, וויכטיקער איז, מיט וועמען מען געפֿינט זיך. עס איז גוט צו זײַן צווישן פֿרײַנד, אויך אין פּאַריז.