ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן, רעליגיע

ניט לאַנג צוריק, אין אַ געוויינטלעכער נאָוועמבער-וואָך, בין איך אַרײַנגעגאַנגען צו "אײַכלערס" (די פּאָפּולערע ברוקלין-ביכערקראָם) און איבערקוקן עטלעכע "מאַגאַזינס" (זשורנאַלן רופֿט מען זיי אין אונדזערע קרײַזן). יעדער הילע, דאַכט זיך, שטעלט פֿאָר אַ פֿילפֿאַרביק, איידל בילד פֿון אַ האַרבסט-געבלעטער, מיט אַן אַרטיקל אינעווייניק וועגן דעם עסטעטישן וווּנדער פֿון סעזאָן. אַזאַ טעמע וואָלט אויך געפּאַסט פֿאַר יעדן זשורנאַל, וואָס מע קויפֿט בײַ דער קאַסע אין אַ סופּערמאַרק, וווּ די חזיר-קאָטלעטן ליגן זײַט בײַ זײַט מיט די פֿלעשער מילך. נאָר די "מאגאַזינס", פֿאַרשטייט זיך, האָבן איין אונטערשייד: זיי זײַנען אַלע געצילעוועט אויף דער "ייִדישער" אָדער "היימישער" (חסידישער) משפּחה. זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פֿענצטער צו דער וועלט פֿון חסידישע פֿרויען און זייער טאָג-טעגלעכן לייענוואַרג און אינטערעס. דעם דאָזיקן פֿענצטער קען מען עפֿענען, ווען נאָר ס'גלוסט זיך, פֿאַר אַ פּאָר דאָלער אין אײַער אָרטיקן ספֿרים-געשעפֿט. דאָ וועלן מיר אונטערהייבן דעם פֿאָרהאַנג און פֿרעגן אַ פּאָר לייענער און מומחים, וואָס זיי לייענען אין די אויסגאַבעס און פֿאַר וואָס.

די זשורנאַלן האָבן מער ווייניקער דעם זעלבן אינהאַלט: מעשׂיות פֿון משפּחות, פֿרויען און קינדער געהאָלפֿן געוואָרענע פֿון גרויסע אומגליקן דורך אמונה, תּורה-לערנען, אָדער שמירת-שבת; עצות-רובריקן; דערציילונגען בהמשכים מיט פֿרויען, וואָס מאַכן אַדורך משפּחה-צרות; און לעבעדיקע בריוו אין רעדאַקציע. מע טאָר אויך ניט פֿאַרגעסן אין די רעצעפּטן און קינדער-בײַלאַגעס. בײַ די ענגליש-שפּראַכיקע אויסגאַבעס זעט מען אָפֿט מאָל "האַשעם", בײַ די ייִדישע — "אויבערשטער." זעלטן ווען זעט מען אַ בילד פֿון אַ פֿרוי, און זיכער ניט פֿון די מחברים. אַפֿילו די פֿרויען וואָס אַרבעטן פֿאַר די דאָזיקע זשורנאַלן, ווערן באַצייכנט טיילמאָל נאָר מיטן ערשטן אות פֿון זייער פֿאַמיליע-נאָמען.

נאָר דעם דאָזיקן מוסטער קען מען בײַטן צו דינען כּלערליי חסידישע לייענער. "בינה" ("די וואָכנשריפֿט פֿאַר דער ייִדישער פֿרוי") איז גלאַנציק און קוקט אויס דורכויס פּראָפֿעסיאָנאַל לויטן נוסח פֿון די "דרויסנדיקע" זשורנאַלן ווי "פֿאַמילי סוירקל" אָדער "גוד האַוסקיפּינג". דער סטיל פֿון שרײַבן איז היימיש און סענסיטיוו, ווי אויך זשורנאַליסטיש פֿאַכמענעריש. די פֿאָטאָגראַפֿיעס (אַרײַנגערעכנט אַוודאי די וויכטיקע קולינאַרע בילדער) זײַנען אויך פֿריש און צוצייִק. "משפּחה" איז ווידער שאַרפֿער, מער פּאָליטיש געשטימט. אין דעם נאָוועמבער-נומער האָט דער עדיטאָריאַל געטראָגן דאָס קעפּל: "באַראַק אָבאַמאַ דער פּאַגאַן."

די זשורנאַלן "מעלות" און "צײַטשריפֿט" (וואָס פֿאַרמאָגט אַ פֿאַמיליע-בײַלאַגע) זײַנען אפֿשר שוין מער באַקאַנט אונדזערע לייענער. די ייִדיש-וויקיפּעדיע (געשריבן רובא דרובא פֿון "הײַמישע" ייִדן) באַצייכנט די אויסגאַבע, אויף אַ באַרעכטיקטן, אויב ניט איבעריק ברייטהאַרציקן, אופֿן, ווי "אָרעם אין גראַפֿיק ווי רײַך אין גראַמאַטיק" — דאָס הייסט, ס'איז ווײַט ניט אַזוי געפּוצט ווי "בינה" אָדער "משפּחה". ס'איז אָבער מער תּמימותדיק, מיט אַ קלאַסישער אָפּגעזונדערטער פֿרומקייט וואָס איז נושׂא-חן. די צײַטשריפֿט איז אַן אויסגאַבע מערסטנס פֿאַר מענער, מיט אַ בײַלאַגע פֿאַר פֿרויען.

חיים ווײַנבערגער איז דער אַרויסגעבער פֿון דער פֿרויען-בײַלאַגע בײַ דער "צײַטשריפֿט". "אין דער בײַלאַגע איז אונזער ציל צוצושטעלן אינטערעסאַנטע, באַלערנדע — און גאַנץ אָפֿט, מוסר און מידות — אַרטיקלען פֿאַר היימישע פֿרויען. [דער טיראַזש איז] בערך 7,000. עס איז ב"ה כסדר געשטיגן".

מ' , 30 יאָר אַלט, איז אַ חסידתטע פֿון באָראָ-פּאַרק, אַ ווײַב, אַ מאַמע, און אַ לייענערין פֿון זשורנאַל, באַזונדערס שבת. "כ'פֿלעג קויפֿן ‘בינה’, איצט לייען איך ‘משפּחה’. כ'לייען אויך ‘וואָוג’, ‘גוד-האַוסקיפּינג’, ‘רידערס דײַדזשעסט’, ‘פֿעמילי סוירקל’. כ'האָב ליב זייערע עצות, אַמאָל זײַנען זיי זייער גוט. כ'האָב ליב זייערע פֿאָרלייגן וועגן דער שטוב, ווי צו באַפּוצן."

וואָס איז דער אונטערשייד צווישן די "היימישע" און די וועלטלעכע זשורנאַלן וואָס זי לייענט? "‘רידערס דײַדזשעסט’ האָט אמתע מעשׂיות מיט אמתע פֿאַקטן. ייִדישע [חסידישע] מעשׂיות — איר קענט עפּעס טאָן וועגן דעם און עפּעס אָפּלערנען דערפֿון." זי גיט צו: "כ'זע באמת ניט קיין פּראָבלעם מיט זיי [די ניט-חסידישע פֿרויען-זשורנאַלן]. קען זײַן, אַז אַ טייל באַמערקונגען דאָרטן זײַנען ניט הונדערט פּראָצענט כּשר. אַ סך וואָלטן געלייענט די היימישע מאַגאַזינס אָבער ניט ‘גוד האַוסקיפּינג’. עס ווענדט זיך אין אײַער מדרגה [פֿון חומרא]."

חנה מייזער, אַ גראַדויִר-סטודענטקע אין ייִדישער ליטעראַטור בײַ קאָלומביע וואָס איז געוואָרן אַ חסידתטע, האָט ניט ליב די ייִדישע זשורנאַלן "צײַטשריפֿט" און "מעלות", ווײַל "זיי צעדרייען די קאָפּ און נעמען צען בלעטער צו שרײַבן אַ הקדמה צום ענין. כ'האָב אויך ניט ליב דעם חרדישן ייִדיש-שרײַב־סטיל. עס איז צו מעלאָדראַמאַטיש. איך בין מער צוגעוווינט, מיין איך, צום סטיל פֿון די ענגלישע זשורנאַלן. איך רעד יעצט ייִדיש טאָג־טעגלעך אַזוי איז עס מיר ניט נייטיק צו לייענען ייִדיש אויף טשיקאַוועס."

ווי ווירקן די וועלטלעכע זשורנאַלן אויף די חסידישע? וואָס דרינגען אַרײַן דורך די מויערן אַרום באָראָ-פּאַרק? אָדער "בינה"? ווײַנבערגער (דער רעדאַקטאָר פֿון דער פֿרויען-בײַלאַגע בײַ דער "צײַטשריפֿט") וואַרפֿט אָפּ אַזאַ השערה פֿון צווישנבאַציִונג. "פֿאַרוואָס לייענען פֿון דער נישט-ייִדישער וועלט, ווען עס איז דאָ גענוג אַ רײַכע שפֿע בײַ אונדז? בצירוף, וואָס די געדאַנקען און שריפֿט פֿון ערליכע, היימישע פֿרויען קומען זיכער אַרויס פּאַסיקער און קלאָרער ווי עס איז צו אונדזער גײַסט."

דאָרט ליגט אָבער דער הונט באַגראָבן, זאָגט "קטלא קניא", אַ פּאָפּולערער ייִדיש-בלאָגער (שרײַבט אונטער אַ תּלמודישן פּסעוודאָנים) וואָס קריטיקירט די חסידישע קהילה פֿון אינעווייניק.

ווי ווײַט איך הער פֿון לייענערס שווערן זיי זיך בײַ דעם. כּלומר, זיי האָבן אַ געפֿיל אַז וואָס שטייט דאָרט איז תּורת-לאָקשן און זאָגן עס נאָך מיט דער זעלבער קריטיקלאָזע געפֿיל וואָס זיי האָבן עס אַרײַנגעאָטעמט. איך מיין אַז צוליב דער אָפֿנקייט פֿונעם מאַגאַזין, דאָס הייסט אַז עס פֿאַרנעמט זיך מיט מער ווי גאַנץ שמאָלער חרדישע ענינים, קענען די לייענערס זיך פֿאָרשטעלן אַז מיט דעם האָבן זיי יוצא געווען גאַנץ מסכת וויסנשאַפֿט און נײַעס אָן דער שמוץ און כּפֿירה פֿון די גוייִשע צײַטונגען. אַזאַ חרדישע קונץ פֿון אײַנרעדן זייער עולם אַז כּסדר טוט מען פֿריש פֿאַרשאַפֿן דאָס רעדל "און אפֿילו די גויים שטייען און גאַפן".

דער צוגאַנג פֿון פֿרוי מ' איז אַ תּכליתדיקער. "יעדע פֿרוי און יעדער מאַן איז אַנדערש — זיי האָבן ליב אַנדערע זאַכן. די פֿרויען האָבן ליב פֿרויענזאַכן, יעדער פֿרוי האָט ליב רעדן וועגן קינדער, און רעצעפּטן, און עצות. דאָס איז עס."

פֿאַר פֿיר דאָלאַר קען דער דרויסנדיקער, אָדער די חסידתטע, הנאָה האָבן צווישן אַנדערע פֿון "בינה"ס לאָקשן-רעצעפּטן. די בילדער זײַנען באַטעמט.