‫פֿון רעדאַקציע

הײַיאָר איז פּסח כּמעט צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער דאַטע, ווען אין דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט־שטעטל, קעמפּ־דייוויד, איז מיט 30 יאָר צוריק אונטערגעשריבן געוואָרן דער שלום־אָפּמאַך צווישן עגיפּטן און ישׂראל. 30 יאָר בלאָנדזשען איבערן מידבר פֿון צווישן־באַציִונגען די ביידע שכנישע מלוכות, און מ׳איז נאָך אַלץ אויף דעם וועג צו אַ פֿעסטן פֿילזײַטיקן שלום. פֿונדעסטוועגן, ווי מ‘האָט ליב איבערצוחזרן אין ביידע מדינות, איז פֿאָרט בעסער אָט אַזאַ מאָדנער שלום, וואָס האַלט זיך אויף אומצוטרוי און פֿײַנטשאַפֿט, איידער אַ מלחמה און בלוט־פֿאַרגיסונג.

צוריק גערעדט, זײַנען אויך פֿאַראַן פֿון ביידע צדדים גענוג קריטיקער פֿון דעם דאָזיקן שלום־אָפּמאַך. אין עגיפּטן ווערט ער אָפֿן אָפּגעשאַצט ווי אַ טראַגעדיע פֿאַר עגיפּטן, ווי אַ פֿירנדיק לאַנד אין דער אַראַבישער וועלט. באַזונדערס שאַרף הערן זיך די קולות פֿון די איסלאַמישע ראַדיקאַלן, וואָס טענהן, אַז אַנוואַר סאַדאַט, דער דעמאָלטיקער פּרעזידענט פֿון עגיפּטן, וואָס האָט דעם אָפּמאַך אונטערגעשריבן, האָט געלאָזט אַ פֿלעק אויף דער גאַנצער געשיכטע פֿונעם פֿאָלק — פֿון די אוראַלטע מצרישע צײַטן ביז דער מאָדערנער צײַט. אין יאָר 1981 איז סאַדאַט טאַקע געפֿאַלן אַ קרבן פֿון דער מיליטאַנטישער גרופּע "ברידער־מוסולמענער".

אויך אין ישׂראל האָט די רעגירונג פֿון מנחם בעגין גענוג אויסגעהערט קריטיק און קללות, בפֿרט ווען עס איז אויסגעקומען, לויט דעם אָפּמאַך, זיך אַרויסצוציִען פֿון סיני און צו רויִנירן דאָרט עטלעכע ייִשובֿים און די נײַ־אויפֿגעשטעלטע שטאָט ימית. נישט אַלע אײַנוווינער פֿון דער שיינער שטאָט זײַנען מסכּים געווען אויף אַזאַ שלום, און מ‘האָט זיי געמוזט בגוואַלד אַרויסטרײַבן פֿון זייערע היימען. נאָך טויזנטער יאָר, זינט יציאת־מצרים האָבן די ייִדן געמוזט דאָס צווייטע מאָל פֿאַרלאָזן דעם סיני. דאָס מאָל צוליב דער אייגענער ייִדישער ממשלה. מנחם בעגין גופֿא האָט באַצאָלט זײַן אייגענעם פּרײַז פֿאַר זײַן שטעלן די חתימה אונטער דעם אָפּמאַך — אין אַ טיפֿער מרה־שחורה און איינזאַמקייט איז ער אַוועק פֿון לעבן.

לעבן איז געבליבן נאָר דער דריטער באַטייליקטער פֿון דעם קעמפּ־דייוויד־אָפּמאַך — דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט קאַרטער. זײַן לעצט בוך, געווידמעט דעם קריזיס אין מיטעלן מיזרח, פֿול מיט אומבאַרעכטיקטע טענות צו ישׂראל, רופֿט אָבער אַרויס אַן ערנסטן חשד וועגן זײַן פּסיכישן מצבֿ.

ווי אויף יענעם פֿערציק־יאָריקן וועג פֿון יציאת־מצרים, זײַנען אויך אויף דעם דרײַסיק־יאָריקן וועג פֿון בלאָנדזשעניש פֿאָרגעקומען סײַ גוטע און סײַ דראַמאַטישע דערשײַנונגען. קעמפּ־דייוויד, האָט בלי־ספֿק, געגעבן אַ פּאָזיטיוון שטויס אין די באַציִונגען צווישן ישׂראל און יאָרדאַניע; און ווי אַ רעזולטאַט, איז אין יאָר 1994 אונטערגעשריבן געוואָרן אַן אָפּמאַך. שוין אַ היפּשע צײַט גייען אָן די הינטערקוליסן־פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און סיריע.

פּאָזיטיוו קאָנען אָפּגעשאַצט ווערן די פֿאַרמיטלערישע באַמיִונגען פֿון עגיפּטן בײַם זוכן אַן אויסוועג אינעם קריזיס צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, אָנהייבנדיק נאָך פֿון אַראַפֿאַטס צײַטן. די ראָלע פֿון עגיפּטן, ווי אַ פֿאַרמיטלער, בײַ די פֿאַרהאַנדלונגען מיט דער פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע פֿון ראַמאַלאַ און מיט "כאַמאַס", ווי למשל, וועגן אַ פֿײַער־איבעררײַס, אָדער צו באַפֿרײַען דעם ישׂראל־סאָלדאַט גלעד שלית — וואַקסט און ווערט פֿון יאָר צו יאָר אַקטיווער.

ישׂראל און עגיפּטן האָבן אין משך פֿון דער צײַט אויסגעאַרבעט גוטע פֿאַרבינדונגען אין געביט פֿון עקאָנאָמיע, פֿינאַנצן, מיליטער און קולטור. ווי ווײַט עס זײַנען די דאָזיקע קאָנטאַקטן אויפֿריכטיק? יעדנפֿאַלס, ווערן זיי געפֿירט אין די ראַמען פֿון דעם "קלאַסישן" אַנטיסעמיטיזם: פֿון איין זײַט (פֿאַר די אויגן) אויסצונוצן די גוטע געלעגנהייטן, וואָס מע קאָן פֿון די ייִדן אַרויסבאַקומען, און פֿון דער אַנדערער זײַט (הינטער די אויגן) צו דעמאָנסטרירן די שׂינאה צו די "פֿאַרביסענע ציוניסטן". אַגבֿ, אַזאַ מין טאָפּלטע דיפּלאָמאַטיע מכּוח ישׂראל איז הײַנט ברייט פֿאַרשפּרייט אין אייראָפּע.

פֿון קעמפּ־דייוויד האָט זיך אָנגעהויבן דער וועג אויך קיין אָסלאָ, וווּ שוין אַן אַנדער "טרויקע" — ראַבין, אַראַפֿאַט, קלינטאָן — האָבן צונויפֿגעפֿלאָכטן זייערע פֿינגער אין איין פֿויסט. צום גליק, גלייבן מיר נישט אין מיסטיק, אַנדערש וואָלט מען אויך אין דעם פֿאַל געקאָנט דורכפֿירן פּאַראַלעלן וועגן דעם ווײַטערדיקן גורל פֿון ראַבין און אַראַפֿאַט, קלינטאָנען אויף לענגערע יאָר...

לאָמיר אָבער לעבן מיט בטחון, אַז אויך אויף דעם דאָזיקן וועג אין מידבר וועלן אַלע שכנים אין יענע מקומות זיך אויסלערנען צו עקזיסטירן אין אַן אמתן שלום. זעט אויס, אַז 30 יאָר איז נאָך נישט גענוג. אפֿשר — 40, ווי נאָך יציאת־מצרים?