פֿונעם אייביקן קוואַל

דער אייבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו: "צו את אַהרן ואת בניו לאמר", צו הייסן די כּהנים, זיי זאָלן כּסדר ברענגען דעם קרבן־עולה, וואָס מוז ברענען די גאַנצע נאַכט; מע טאָר קיינמאָל נישט פֿאַרלעשן דאָס פֿײַער אויפֿן מזבח. יעדן טאָג פֿלעגט מען ברענגען צוויי שטענדיקע אַלגעמיינע עולה־קרבנות, "תּמידים", אינעם בית־המיקדש; אַחוץ דעם, פֿלעגן די ייִדן ברענגען אַ פּערזענלעכע קרבן־עולה ווי אַ נדבֿה, נאָכן געבורט פֿון אַ קינד, בעת די יערלעכע באַזוכן אינעם בית־המיקדש, און אַנדערע סיבות.

אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע קרבנות, האָבן די מענטשן, געוויינטלעך, נישט געהאַט קיין הנאָה פֿונעם קרבן־עולה; מע פֿלעגט עס אינגאַנצן פֿאַרברענען, נישט איבערלאָזנדיק קיין טייל פֿון די בהמות פֿאַר די כּהנים. בדרך־כּלל, האָט מען זיי געבראַכט לשם־מיצווה, און נישט ווי אַ כּפּרה פֿאַר אַ זינד, הגם, ווי עס זאָגן די חז״ל, האָט דער קרבן־עולה מכפּר געווען פֿאַר שלעכטע מחשבֿות און קליינע עבֿירות. דאָס הייסט, אַז מע האָט זיי געבראַכט, בדרך־כּלל, אינגאַנצן לשם־שמים, אָן קיין "זײַטיקע" פּערזענלעכע כּוונות.

אין די הײַנטיקע צײַטן, שפּילן די טאָגטעגלעכע תּפֿילות די ראָלע פֿון די שטענדיקע עולה־קרבנות. ווי עס ווערט דערקלערט אין ספֿרי־חסידות, דאַרף מען זיך בײַם דאַוונען אויך באַפֿרײַען פֿון אַלע זײַטיקע מחשבֿות. אַפֿילו מען בעט דעם אייבערשטן צו געבן אונדז געזונט און פּרנסה, דאַרף מען שטרעבן עס צו טאָן, ווי עס באַטאָנען די חסידישע רביים, נישט צוליב זיך, נאָר צוליב דער הייליקער שכינה, כּדי צו באַקומען דעם כּוח צו דינען ווײַטער דעם באַשעפֿער, און צו פֿאַרשפּרייטן זײַן ליכט אין דער וועלט.

די הײַנטיקע פּרשה הייסט "צו"; ס׳איז סײַ אַן אימפּעראַטיוו, וואָס מיינט "הייס!", סײַ אַ סינאָנים פֿונעם וואָרט "מיצווה". דער דאָזיקער נאָמען ווײַזט אָן, אַז דער ענין פֿון קרבן־עולה, פֿון וועלכן עס הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשה, דערקלערט דעם עצם־ענין פֿון מיצוות.

מיט עטלעכע וואָכן צוריק, האָבן מיר געלייענט די פּרשה "תּצוה", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער מנורה, וואָס האָט אויך שטענדיק געברענט אינעם בית־המיקדש, אַזוי ווי דער קרבן־עולה. אינעם גאַנצן חומש זענען דאָ צוויי פּרשיות, וואָס זייערע נעמען שטאַמען פֿונעם וואָרט מיצווה: "תּצוה" און "צו".

אַ מענטש איז אַ לעבעדיקע באַשעפֿעניש, וואָס האַלט אין איין בײַטן זיך און אַריבערגיין פֿון איין מדרגה צו אַ צווייטער; דערפֿאַר ווערט די מענטשלעכע נשמה אָנגערופֿן "נר ה׳ נשמת אָדם" — "אַ ג־טלעכע ליכט". להיפּוך, איז דער אייבערשטער — הגם ער איז דער אינערלעכער עצם פֿון אַלץ, "אין עוד מלבֿדו" — בעצם העכער פֿון צײַט און וואָס־ניט־איז ענדערונגען.

כּדי אַ פֿײַער זאָל קאָנען ברענען, מוז עס זיך כּסדר באַנײַען. אַדרבה, וואָס גיכער עס ברענט אָפּ דער ברענשטאָף, אַלץ שטאַרקער און פֿעסטער ווערט דער פֿלאַם. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין דער פּרשה "תּצוה", סימבאָליזירט דאָס פֿײַער פֿון דער מנורה דעם כּוח פֿון די מיצוות, וואָס דינען ווי אַ "גײַסטיקער ברענשטאָף" און זענען מסוגל צו פֿאַרבינדן די מענטשלעכע דינאַמישע נאַטור מיט דער ג־טלעכער אייביקייט.

דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה איז מרמז אויף דעם אַנדערן גײַסטיקן באַריער, וואָס די מיצוות זענען מבֿטל — דעם חילוק צווישן "זיך" און "ניט־זיך".

דער הײַנטיקער שבת, וואָס קומט פֿאַר פּסח, האָט אַ ספּעציעלן נאָמען: "שבת־הגדול". ווי עס דערקלערן די מפֿרשים, האָט די הײַנטיקע פּרשה אַ שײַכות צום קומענדיקן יום־טובֿ. רבי משה־חיים־אפֿרים פֿון סודילקעוו, אַן אייניקל פֿונעם בעל־שם־טובֿ און אַ גרויסער חסידישער צדיק, פֿאַרבינדט די הײַנטיקער פּרשה מיט דער פּסחדיקער הגדה.

דער חכם — דאָס הייסט, דער גוטער "זון", אַ ייִד אַ צדיק — פֿרעגט: "מה העדות והחוקים והמשפּטים אַשר צוה ה׳ אתכם" — "וואָס זענען די אַלע געזעצן, וואָס דער אייבערשטער האָט אײַך געגעבן"? דער רשע פֿרעגט: "מה העבֿודה הזאת לכם" — "וואָס איז פֿאַר אײַך די דאָזיקע עבֿודת־השם"? אויפֿן ערשטן בליק, פֿרעגן ביידע "זין" כּמעט די זעלבע קשיה.

אין זײַן ספֿר "דגל־מחנה־אפֿרים", דערקלערט דער סודילקעווער רבי, אַז ס׳איז טאַקע דאָ אַ געוויסע ענלעכקייט צווישן דעם חכם און דעם רשע. ביידע פֿון זיי לייקענען אָפּ די "געזעצן", וואָס ווערן אויף זיי אַרויפֿגעצוווּנגען פֿון דרויסן. דער חילוק באַשטייט אין דעם, אַז דער חכם ווייסט, אַז די מיצוות זענען, אין דער אמתן, נישט קיין "באַפֿעלן", נאָר גײַסטיקע מיטלען, וואָס אַנטפּלעקן דאָס ג-טלעכע ליכט אין דער מענטשלעכער נשמה.

פֿאַר אַ חכם זענען אויך "נישטאָ קיין געזעצן"; אָבער, להיפּך צו דעם רשע, איז ער מקיים די מיצוות דווקא מיט שטאַרק התלהבֿות, כּדי צו דערגרייכן אַ שלימות און אַנטפּלעקן ג־טלעכקייט אין זײַן נשמה. על־פּי־קבלה, איז דאָס וואָרט "מיצווה" אַ סינאָנים פֿונעם וואָרט "צוותּאַ" — "אַ פֿאַרבינדונג". די מיצוות זענען נאַטירלעכע קאַנאַלן, וואָס אַנטפּלעקן רוחניות אין דער וועלט.

לכאורה, קלינגט אַזאַ צוגאַנג צו די מיצוות, ווי מיטלען פֿון גײַסטיקער זעלבסט-אַנטוויקלונג, ווי אַ היפּוך פֿונעם "קרבן־עולה". די הײַנטיקע פּרשה ווײַזט אָן, ווי מיר האָבן שוין דערמאָנט, אַז מע מוז מקיים זײַן די מיצוות אינגאַנצן לשם־שמים, אָן קיין זײַטיקע כּוונות פֿאַר זיך.

אין דער אמתן, אָבער, איז צווישן די דאָזיקע צוויי צוגאַנגען נישט קיין חילוק. אַדרבה, זיי זענען דווקא פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן. דער באַשעפֿער אַליין נייטיקט זיך נישט אין אונדזער עבֿודה, און האָט געגעבן די מיצוות צוליב אונדזער אייגענער טובֿה. די מענטשלעכע עגאָיִסטישע נאַטור שטעלט אָבער אַ באַריער, וואָס טיילט אָפּ די נשמה פֿון איר ג־טלעכן עצם. כּדי צו דערגרייכן דאָס דבֿיקות, מוז מען קודם פּטור ווערן פֿון עגאָיִזם; דערפֿאַר, דאַרף מען שטרעבן מקיים צו זײַן די מיצוות לשם־השם, צוליב דעם אייבערשטן, און נישט צוליב דעם עגאָיִסטישן "זיך". דעמאָלט, קאָן מען דערגרייכן דאָס אמתע שלימות, מחוץ די באַריערן פֿונעם באַגרענעצטן מענטשלעכן עגאָ, העכער פֿון די גרענעצן צווישן "זיך" און ג־טלעכקייט.