ליטעראַטור
איתן פֿינקעלשטיין
"לאַבירינט"
פֿאַרלאַג "נאָוואָיע ליטעראַטורנאָיע אָבאָזרעניע"
מאָסקווע 2008
איתן פֿינקעלשטיין "לאַבירינט" פֿאַרלאַג "נאָוואָיע ליטעראַטורנאָיע אָבאָזרעניע" מאָסקווע 2008

דער ראָמאַן "לאַבירינט" וואָלט געקאָנט זײַן אַ מוסטער־ווערק פֿון קלאַסישער לעבנס־באַשרײַבונג, ווען נישט דער "אָבער". ער הייבט זיך נישט אָן, ווי עס פֿירט זיך, פֿון די קינדער־יאָרן, אָבער פֿון דער בר־מיצווה פֿונעם הויפּט־העלד. און ס‘איז אַוודאי נישט צופֿעליק. דווקא אין דער עלטער נעמט אַ ייִדישער בחור איבער אַלע פֿליכטן פֿון אַ דערוואַקסענעם, בתוכם דאָס אַחריות פֿאַר זײַן פֿאָלק. דאָס מיינט, אַז אינעם ראָמאַן זײַנען נישט פֿאַראַן די אָנגענומענע אין דער קלאַסישער ליטעראַטור תּקופֿות — "קינדהייט", ייִנגלשאַפֿט", "יוגנט" — עס קומט באַלד "רײַפֿקייט"!

דער סיפּור־המעשׂה הייבט זיך אָן אין יוני 1939, ווען דער פֿאַרליבטער בחור שרײַבט צו זײַן מיידל "לכּבֿוד דער צויבערלעכער זשאַנע אין אָנדענק פֿון דעם ראָזאָווע זון־אונטערגאַנג אין יוני 1939". און נאָר מיר, די לייענער ווייסן, אַז ביזן אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט־שחיטה איז געבליבן בלויז צוויי חדשים; אַז די וועלט שטייט אונטער דער סכּנה פֿון נישט סתּם אַ טראַגעדיע, נאָר דעם חורבן — דער קאָלעקטיווער טויט־אַקציע איבער אַ גאַנץ פֿאָלק. מיר ווייסן אויך, וועגן דער שרעקלעכער לענינגראַדער בלאָקאַדע, דער שטאָט, וווּהין דער גורל האָט פֿאַרוואָרפֿן דעם העלד. אָבער דאָס וויסן פֿון פֿריִער די היסטאָרישע פֿאַקטן, שוואַכט נישט אָפּ אונדזער פֿאַרכאַפּנדיקן אינטערעס צו די אַלע פּאַסירונגען, וועלכע פֿאַרדרייען דעם העלד אין זייער ווירבל; זײַן "איך", וואָס איז כּמעט שטענדיק איינזאַם, קומט כּסדר אויס צו קעמפֿן פֿאַר אַן עקזיסטענץ, מענטשלעכער ווירדע ביזן לעצטן אָטעם פֿון זײַן לעבן. אפֿשר דערפֿאַר, ווערט בשעתן לייענען נישט פֿאַרשוווּנדן די זאָרג, דער אומרו, און אַפֿילו די שרעק.

צי איז אָבער געווען דער העלד גליקלעך אַמאָל? געוויס! אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער ליטע, צוזאַמען מיט זײַן טאַטע־מאַמע, באָבע און שוועסטערל און פֿרײַנד; ווען ער איז געווען פֿאַרליבט. "אויב כ'פֿלעג אַמאָל זיך דערמאָנען עפּעס ליכטיקס און פֿריילעכס, פֿלעג מיר פֿאַר די אויגן אויפֿבליצן דער יוגנט־פֿײַערווערק, די צײַט פֿון פֿרייד און פֿאַנטאַסטישע האָפֿענונגען, אַ ים פֿון ליבע — ציכטיקער, נאַיִווער, אָן אַ סוף". אָט איז, אייגנטלעך, דאָס גאַנצע ביסל גליק, וואָס איז געבליבן דעם פּשוטן און אומגעוויינטלעכן מענטשן אין דער זעלבער צײַט.

די גאַנצע משפּחה זײַנע איז געבליבן ליגן אין די ברידער־גריבער פֿון פּאַנאַר. שפּעטער האָט די ליטווישע "קאַגעבע" באַשולדיקט אים אין די אָפֿטע באַזוכן פֿון די דאָזיקע גריבער, וווּ ער פֿלעגט יעדעס מאָל איבערלאָזן אַ בינטל פֿעלד־בלומען. און דאָך זײַנען זיי אַלע געבליבן לעבן אין זײַן זכּרון — אויף אייביק. דער ראָמאַן הייבט זיך טאַקע אָן אַזוי: "דער טאַטע האָט געזאָגט..." און אַזוי חזרט זיך עס איבער נישט איין מאָל: "די מאַמע האָט געזאָגט...", "די מאַמע האָט גאָרנישט געזאָגט", "דער טאַטע האָט גאָרנישט געזאָגט..." — אַזאַ איבערחזרונג, כּמעט אַ תּנכישע, ווײַזט אָן אויף איר וויכטיקייט; אַ מין רעפֿרען, וואָס רײַסט זיך פּלוצעם איבער אין מיטן פֿונעם ווערק, און קומט אַרויס ווידער שוין אין סאַמע סוף, ווי די לעצטע ווערטער פֿונעם העלד, וואָס צעשמעלצן זיך אין דער אייביקייט: "דער טאַטע האָט געזאָגט...", "די מאַמע האָט געזאָגט...", "איך האָב זיי נישט געהערט..."

אַגבֿ, דער נאָמען פֿונעם העלד ווערט נישט אָנגערופֿן במשך פֿונעם גאַנצן בוך.

אַזוי איז ער אַרויסגעגאַנגען פֿונעם לעבנס־לאַבירינט — און אַרויף אויפֿן וועג פֿון טויט.

אינעם ראָמאַן פֿון פֿינקעלשטיין איז דער העלד נישט קיין רעפֿלעקטירנדיקער אינטעליגענט; ער איז אַ מענטש פֿון מעשׂים, ער איז שטענדיק פֿאַרנומען, ער האָט נישט קיין צײַט. אָט איז ער פֿאַרטאָן מיט לײַב און לעבן אין זײַן וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט, און אָט לאָזט ער זיך פֿאַרשלעפּן אין דער געפֿערלעכער ראָד פֿון שטעלן זיך קעגן דעם רעזשים; ער קומט אָפּ פֿאַר דעם אין טורמע, דערנאָך פֿאָרט ער אַרויס קיין ישׂראל, און אויך דאָרט געפֿינט ער נישט קיין רו. דערוויסנדיק זיך, אַז ער איז טייטלעך קראַנק, זעצט ער זיך שרײַבן דעם בוך זכרונות.

זייער בולט איז באַשריבן אינעם בוך די סאָוועטישע דיסידענטסווע. קודם־כּל, די פּאָרטרעטן פֿונעם "אַקאַדעמיקער" און "שרײַבער" און זייער היפּוכדיקער קוק אויף דער וועלט, אויף דער געזעלשאַפֿט, מענטש, אויף דעם לאַנד, וווּ זיי לעבן און פֿירן זייער קאַמף. זייער אמתדיק זעען אויס די געשטאַלטן פֿון די גרוזינישע דיסידענטן און די ליטווישע גלחים; די אַקטיוויסטן פֿאַר דער ייִדישער עמיגראַציע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד, וואָס מ'האָט זיי אָפּגעזאָגט אַרויסצופֿאָרן — "אָטקאַזניקעס".

דער העלד שרײַבט אין זײַנע זכרונות: "איך האָב תּמיד געהאַלטן, אַז דאָס לעבן ווערט אונדז געגעבן פֿון אויבן, ווי אַ באַשערטע זאַך. צו מיר איז דער גורל געווען צו האַרב, אומיושרדיק און שטענדיק זיך געשטעלט קעגן מיר... אַוודאי, האָט אַ צווייטן מער אָפּגעגליקט, געמאַכט אים אַפֿילו פֿאַר אַ בעל־מזל, אָבער אין יעדער רגע האָט דאָס רעדל געקאָנט זיך איבערדרייען און צעפּלעטשן סײַ דעם און סײַ יענעם".

ווי ס'האָט געזאָגט איינער אַ קלוגער מענטש: "אין ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען קיין רעכט נישטאָ בײַ קיינעם נישט; די נאָמענקלאַטור האָט נאָר פּריווילעגיעס". אַזוי ברענגט אַרײַן דער מחבר אינעם ראָמאַן אַזאַ באַגריף ווי אומשטענדיקייט. און ער דערקלערט די מעכאַניזמען פֿון איר אַרבעט: "...מענטשן מוזן פֿאַלן אַ קרבן פֿון דער אומשטענדיקייט, ווײַל אַנדערש קען זי נישט עקזיסטירן." אַגבֿ, פֿאַר זײַן עמיגראַציע, האָט זיך דעם העלד געדאַכט, אַז אַזאַ זאַך קומט פֿאָר נאָר אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אָדער בײַ אַנדערע טאָטאַליטאַרע רעזשימען. ווי עס ווײַזט זיך אָבער אַרויס, איז די דאָזיקע "אומשטענדיקייט" פֿאַראַן אומעטום, אין יעדן לאַנד, מחמת די מלוכישקייט גופֿא איז פּריקרע דעם מענטשן; און דער באַגריף ביוראָקראַטיע האָט נישט קיין נאַציאָנאַלע ראַמען, ער איז אינטערנאַציאָנאַל און שפּיגלט אָפּ דאָס בייזע פֿון דער וועלט. מעגלעך דערפֿאַר ווערט דער העלד פֿון פֿינקעלשטיינס ראָמאַן נישט אָנערקענט אין מדינת־ישׂראל, ווי אַן "אַסיר־ציון". אין דער גאָרער וועלט קוקן די אויגן פֿון אַ טשינאָווניק דורך דעם מענטש, נישט אויפֿן מענטש.

אויך דאָס לעבן אין ישׂראל פֿון אַ נײַעם עולה איז באַשריבן נישט ווי געוויינטלעך. ס'איז מיר נאָך קיין מאָל נישט אויסגעקומען צו לייענען אַזאַ אמתדיקע, אָפֿנהאַרציקע דערציילונג וועגן די רוסישע ייִדן אין ישׂראל. דאָרט קומען אים צו זען זײַנע געוועזענע חבֿרים און פֿרײַנד. אָבער איצט זעען זיי אויס שיִער נישט קאַריקאַטוריש. וועגן ייִדן האָט מען אַ מאָל געזאָגט, אַז זיי האָבן "ענלעכע כאַראַקטערס אויפֿן יסוד פֿון אַ געמיינזאַמען גורל". נאָך אוישוויץ איז די דאָזיקע דעפֿיניציע געוואָרן פּסול. שוין אָפּגערעדט, אַז נאָך דעם דײַטשישן גהינום, האָבן די סאָוועטישע ייִדן איבערגעלעבט זייער אייגענעם גײַסטיקן גענאָציד.

און אָט זיצט אונדזער העלד בײַ זיך אין צימערל, אינעם הויז פֿאַר אַלטע לײַט אין נתּניה, און שרײַבט זײַנע זכרונות, דערמאָנט זיך אין יענע מענטשן, מיט וועלכע ער האָט זיך אַמאָל באַגעגנט און שילדערט יענע געשעענישן, וועלכע ער האָט איבערגעלעבט. דער סוף אָבער איז, אַז אויך דאָ אין ישׂראל דאַרף קיינער זײַנען דערמאָנונגען נישט האָבן, ווײַל אויסהערן דעם הוילן אמת, וואָס איז מער ביטער ווי זיס, וויל קיינער נישט.

"אין איינעם אַ טאָג", ווי עס שרײַבט דער שרײַבער, האָט דעם העלד זיך אײַנגעגעבן אַרײַנצוקוקן פֿון זײַן באַלקאָן אין נתּניה "איבערן האָריזאָנט" — אין זײַן היימשטאָט ווילנע. וואָס זשע האָט ער דאָרט דערזען? אַ באַקאַנטע, און אין דער זעלבער צײַט אַן אומבאַקאַנטע שטאָט; באַקאַנטע און אין דער זעלבער צײַט אומבאַקאַנטע מענטשן, מיט וועלכע ער קאָן נישט רעדן. זיי פֿאַרשטייען אים נישט ניט ווײַל ער רעדט מיט זיי רק עבֿרית; "ער האָט געוואָלט צו זיי שרײַען, אָבער דאָס מויל האָט זיך בײַ אים נישט געעפֿנט...". דער דיכטער עליאָט האָט אַמאָל געזאָגט: "אַזוי קומט דער סוף צו דער וועלט, נישט צוליב אַן אויפֿרײַס, נאָר צוליב אַ כליפּ". די ווערטער וואָלטן געקאָנט זײַן אויסגעקריצט אויפֿן שטיין פֿונעם העלדס מצבֿה.