סאָניע גאַלאַנץ האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם אַפּריל אָרגאַניזירט “ייִדיש־ברייק" אין שיקאַגע, אַ גאַנצער סוף־וואָך פֿון ייִדישע אַקטיוויטעטן, וואָס האָט צוגעצויגן איבער 50 סטודענטן און יונגע ייִדיש־ליבהאָבערס. סאָניע גראַדויִרט דעם פֿרילינג פֿונעם שיקאַגער אוניווערסיטעט, וווּ זי שטודירט ייִדיש, און פֿאַרן קומענדיקן יאָר האָט זי באַקומען אַ “פֿולברײַט"־סטיפּענדיע, כּדי צו פֿאָרשן ייִדיש אין דײַטשלאַנד. מיר האָבן זי געבעטן זיך צו טיילן מיט אירע עצות פֿאַר אונדזערע לייענערס איבער דער וועלט, ווי אַזוי זיי קענען אויך אָרגאַנזירן אַ “ייִדיש־ברייק".


איך האָב ניט קיין ספּעציעלן ייִדיש־ייִחוס, אַחוץ דעם, וואָס מײַנע טאַטע־מאַמע וווינען אויף “סעקאָנד עוועניו" אין ניו־יאָרק. דערווײַל, צום באַדויערן, וווין איך ווײַט פֿון דאָרטן, ווײַל איך בין נאָך אַ סטודענטקע אין דעם שיקאַגער אוניווערסיטעט. אָבער דאָ, אין ווײַטן גלות פֿון ירושלים ד׳ייִדיש, האָב איך מיט מײַן חבֿרה געקענט מאַכן אַ "ייִדיש־ברייק". ווי אַזוי?

1. אַ חלום

כּדי צו אָרגאַניזירן אַ "ייִדיש־ברייק", דאַרף מען זײַן אַ ביסל משוגע. אָבער ניט מער משוגע ווי די מענטשן וואָס לערנען זיך ייִדיש און פּרוּוון ניט צו געפֿינען אַנדערע מענטשן, מיט וועמען צו רעדן! אויב מע וויל רעדן ייִדיש, דאַרף מען הײַנט זײַן אַקטיוו און שעפֿעריש. אין אָנהייב דאַרף מען חלומען און קענען גלייבן, ווי הערצל, אַז דער חלום קען מקוים ווערן — אַז אַ "ייִדיש־ברייק" איז טאַקע מעגלעך.

2. אַרבעטן צוזאַמען

נאָכן חלום, דאַרף מען געפֿינען אַנדערע מענטשן, וואָס זײַנען אויך פֿאַראינטערעסירט אין ייִדיש, און מאַכן אַ קאָמיטעט. מע דאַרף פֿאַרשיידענע מענטשן: פֿרומע און פֿרײַע, ייִנגערע און עלטערע, שטאַרקערע און שוואַכערע ייִדיש־רעדערס. ספּעציעל אַ מענטש, וואָס האָט שוין געהאָלפֿן צו אָרגאַניזירן אַ פֿריִערדיקן "ייִדיש־ברייק", וועט קומען צו נוץ.

3. באַשטימען אַ דאַטע

מע דאַרף קוקן סײַ אויפֿן אַקאַדעמישן, סײַ אויפֿן ייִדישן קאַלענדאַר, כּדי אויסצוקלײַבן אַ פּאַסיקע דאַטע. די פֿרילינג־הפֿסקה אין ס׳רובֿ אוניווערסיטעטן (“ספּרינג ברייק") איז אפֿשר די בעסטע צײַט.

4. קאָנטאַקט מיט אָרגאַניזאַציעס

אפֿשר איז דאָ אַ "הילל", אַ ייִדישער אָפּטייל, אַ ביבליאָטעק, אָדער אַ סטודענטן־קלוב, וואָס קען העלפֿן מיט דער אַרבעט. בײַ זיי קען מען געפֿינען צימערן, וווּ די אונטערנעמונגען וועלן פֿאָרקומען, געלט פֿאַרן עסן, און מענטשן, וואָס וועלן אפֿשר זײַן פֿאַראינטערעסירט צו העלפֿן. שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט זיי!

5. זאַמלען געלט

ביז משיח וועט קומען, וועט מען דאַרפֿן זאַמלען געלט, כּדי דער "ייִדיש־ברייק" זאָל ניט זײַן צו טײַער פֿאַר די אָרעמע סטודענטן. מע דאַרף מאַכן אַ בודזשעט און פֿאַרזיכערן, אַז דער פּרײַז וועט ניט זײַן צו הויך, ספּעציעל פֿאַר די וואָס קומען צו פֿאָרן פֿון דער ווײַטנס.

6. רעגיסטראַציע

כּדי צו פֿאַרשרײַבן די אָנטיילנעמערס, קען מען שאַפֿן אַ וועבזײַטל, וווּ זיי וועלן אָנגעבן זייער קאָנטאַקט־אינפֿאָרמאַציע, ווי גוט זיי קענען ייִדיש, צי זיי עסן כּשר/וועגעטאַריש, און אַזוי ווײַטער.

7. פּירסום

מע דאַרף מאַכן אַ רעקלאַמע; עפּעס קלוג און זיס, וואָס מע קען שיקן צו פּראָפֿעסאָרן און ייִדישיסטן פֿון אַנדערע אוניווערסיטעטן. מע דאַרף זאָגן מענטשן (עטלעכע מאָל), אַז זיי זאָלן קומען, סײַ פּנים־על־פּנים, סײַ דורך דער אינטערנעץ. דער עיקר — מע דאַרף אַנאָנסירן די אונטערנעמונג אויף “פֿייס־בוק" פֿאַר דער גאַנצער וועלט.

8. ייִדן דאַרפֿן עסן

עס קען זײַן וועגעטאַריש, אָבער עס דאַרף זײַן אַ סך — עסן זאָל זײַן דער גרעסטער חלק פֿונעם בודזשעט. ס׳איז גרינגער צו באַשטעלן עסן, ביליקער — אַליין צו קאָכן. אַ געוויסע טייל פֿונעם עסן מוז זײַן כּשר, ווײַל טייל ייִדישיסטן זײַנען פֿרום.

9. צײַטפּלאַן

מע קען פֿרעגן די פֿאַרשריבענע אָנטיילנעמערס, צי זיי ווילן אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט אָדער אַן אַנדער אַקטיוויטעט, און דערנאָך צונויפֿשטעלן אַ צײַטפּלאַן מיט אַלע אַקטיוויטעטן. צוויי אָדער דרײַ זאַכן קענען פֿאָרקומען אין דער זעלבער צײַט, אויב איינע איז אויף ייִדיש און די צווייטע אויף ענגליש, למשל. דערבײַ דאַרף מען אויך געדענקען אַרײַנצושטעלן עטלעכע הפֿסקות, דער עולם זאָל האָבן צײַט צו שמועסן און זיך אָפּצורוען. דעם צײַטפּלאַן קען מען אָפּדרוקן און צעטיילן פֿאַר די אָנגעקומענע צוזאַמען מיט אַ מאַפּע פֿון דער געגנט.

10. וווּ וועלן זיי שלאָפֿן?

מע דאַרף רעדן מיט פֿרײַנד און באַקאַנטע און זיי איבערצײַגן, אַז ייִדיש־ליבהאָבערס זײַנען סימפּאַטישע, אינטערעסאַנטע, און ריינע מענטשן — אפֿשר האָבן זיי אַ פֿרײַע סאָפֿע.

11. די לעצטע זאַך

יונגע־לײַט וועלן זיך צונויפֿקומען פֿון אומעטום, כּדי צו רעדן ייִדיש. עס קומט אײַך אַ גרויסן ש׳כּוח — און פֿאַרגעסט ניט הנאה צו האָבן!