ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
שלום אַש, "קידוש־השם"
("צוליב דער אמונה פֿון די אָבות"), פֿאַרלאַג "טעקסט", 2008
שלום אַש, "קידוש־השם" ("צוליב דער אמונה פֿון די אָבות"), פֿאַרלאַג "טעקסט", 2008

נישט לאַנג צוריק, האָט דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "טעקסט" אַרויסגעגעבן אויף רוסיש צוויי קלאַסישע ייִדישע ביכער: שלום אַשס "קידוש־השם" און יצחק באַשעוויסעס "שׂטן אין גאָרײַ", איבערגעזעצט דורך ישׂראל נעקראַסאָוו — אַ באַגאַבטער פּעטערבורגער ייִדישער פּאָעט, אַ פּראָזע־ און פּאָעזיע־איבערזעצער, אַ פֿילאָלאָג, אַ לערער פֿון ייִדיש און אַ קענער פֿון עטלעכע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט אוקראַיִניש און ציגײַנעריש.

"קידוש־השם" איז, מסתּמא, דאָס סאַמע באַרימטע ווערק פֿון שלום אַשן. ס׳איז איינער פֿון די ערשטע היסטאָרישע ראָמאַנען אין דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס דערציילט וועגן דעם ייִדישן חורבן בעת די שרעקלעכע גזירות "תּ״ח ותּ״ט", ווען כמעלניצקיס אויפֿשטענדלער האָבן אויסגעהרגעט צענדליקער טויזנטער ייִדן אין אוקראַיִנע און פּוילן.

שלום אַש שילדערט פּרעכטיק דאָס אַמאָליקע לעבן פֿון די אוקראַיִנישע און פּוילישע ייִדן, מיט זייערע רײַכע גײַסטיקע טראַדיציעס, פֿאָלקלאָר, מינהגים און דער אײַזן־שטאַרקער אמונת־השם. דערנאָך באַשרײַבט ער שאַרף און ביטער די שוידערלעכע שחיטה. דערפֿאַר, קען די רוסישע איבערזעצונג דינען סײַ ווי אַ היסטאָרישע דערציילונג וועגן די שרעקלעכע געשעענישן פֿון יענער תּקופֿה, סײַ ווי אַ ראָמאַנטישער אַרײַנפֿיר אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער וועלט פֿונעם 17טן יאָרהונדערט.

די באַציִונג צו כמעלניצקיס אויפֿשטאַנד איז אַן אַקטועלע טעמע אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע. די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן באַטראַכטן כמעלניצקי ווי אַ גרויסן העלד, וועלכער האָט באַפֿרײַט זייער לאַנד פֿון די פּוילישע פּריצים. די אויפֿשטענדלער האָבן, אָבער, אויסגעשאָכטן אויף זייער וועג אַלע ייִדן און פּאָליאַקן, כּלומרשט ווי קאָלאַבאָראַטאָרן מיט דער פּוילישער שליאַכטע.

לויט שלום אַשן, האָט מענדל, איינער פֿון די הויפּט־העלדן פֿונעם בוך, גענומען אין אַרענדע אַ פּראַוואָסלאַוונע צערקווע. די רוסישע איבערזעצונג ווערט באַגלייט מיט אַ באַמערקונג, אַז די קלאַנגען, וואָס די ייִדן פֿלעגן פֿאַרדינגען קלויסטערס, ווערט נישט באַשטעטיקט מיט קיין דאָקומענטאַלע ראַיות. נישט געקוקט אויף דער דאָזיקער באַמערקונג, האָבן זיך אויף אַ צאָל רוסישע וועבזײַטן מיט רעצענזיעס אויפֿן נײַעם בוך באַוויזן אַנטיסעמיטישע קאָמענטאַרן וועגן די "חוצפּהדיקע זשידעס", וואָס "רײַסט אַראָפּ פֿון קדמונים אָן דאָס לעצטע העמד פֿון די גוייִם".

די ייִדישע אינטערנעץ־קראָם "knizhniki.ru" האָט באַטאָנט אין איר קריטישער רעצענזיע, אַז דער ראָמאַן שטימט נישט אינגאַנצן מיט די הײַנטצײַטיקע היסטאָרישע פֿאָרשונגען און מישט אַרײַן אַנאַכראָניסטישע כּמו־ציוניסטישע סוזשעטן און שילדערט די אוקראַיִנישע ייִדן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעזאָגט זיך צו שמדן און אומגעקומען אויף קידוש־השם, ווי העלדישע קעמפֿער־"לייבן" פֿון בר־כּוכבֿאס צײַטן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז "קידוש־השם" איז אַ ליטעראַריש ווערק, און נישט אַ געשיכטלעכע פֿאָרשונג, וואָס מוז זײַן רעאַליסטיש אין יעדן פּרט. פֿון דער אַנדערער זײַט, אין פֿאַרגלײַך מיטן חורבן, וואָס איז דאָקומענטירט געוואָרן זייער גענוי און פּרטימדיק, בלײַבן אין דער געשיכטע פֿון כמעלניצקיס אויפֿשטאַנד אַ סך "ווײַסע פֿלעקן". סײַ־ווי־סײַ, איז "קידוש־השם", בדרך־כּלל, אַ רעאַליסטיש בוך — איינער פֿון די וויכטיקסטע ראָמאַנען וועגן דער דאָזיקער טעמע.

אַחוץ די אַנטיסעמיטן, איז אַ זייער שאַרפֿע קריטיק געקומען אויך פֿון גאָר אַן אַנדער אָרט. דער מאָסקווער זשורנאַל "לחיים", פֿאַרבונדן מיט חב״ד־ליובאַוויטש, האָט פּובליקירט אַ קורצע רעצענזיע אויף דער נײַער איבערזעצונג, וואָס גיסט ממש פּעך און שוועבל קעגן שלום אַשס ראָמאַן. לויט דעם מחבר, מיכאַיִל עדעלשטיין, האָט דאָס בוך נישט קיין טעם, איז אָנגעפֿילט מיט איבערגעקײַטע קלישעען, און נוצט אַפֿילו אויס אַן אַנטיסעמיטישן בילבול וועגן די ייִדישע אַרענדאַרן פֿון צערקוועס, כּדי צו מאַכן דעם ראָמאַן מער פּיקאַנט. "שלום אַש געהערט צו דעם מין שרײַבער, וואָס ס׳איז כּדאַי זיי איבערצודרוקן וואָס ווייניקער — צוליב זייער אייגענער רעפּוטאַציע".

עדעלשטיין אָנערקענט אָבער ישׂראל נעקראַסאָווס איבערזעצערישן טאַלאַנט. כּדי איבערצוגעבן אויף רוסיש דעם ספּעציפֿישן באַדײַט פֿונעם באַגריף "קידוש השם", האָט נעקראַסאָוו באַטיטלט די רוסישע ווערסיע "פֿאַר דער אמונה פֿון די אָבֿות" ("За веру отцов").

כּדי אָפּצוהיטן די אויטענטישע אַטמאָספֿערע פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעטלעך, האָט ער טראַנסקריבירט אַלע נעמען, פּסוקים און העברעיִשע טערמינען אויפֿן אַשכּנזישן שטייגער; צומאָל אַפֿילו אין אַזעלכע פֿאַלן, ווען אַן אַנדער הבֿרה איז אָנגענומען אויף רוסיש, אויסקלײַבנדיק אַ וואַריאַנט, וואָס קלינגט סײַ ייִדישלעך, סײַ נאַטירלעך פֿאַרן רוסישן אויער. למשל, דער נאָמען יעקבֿ ווערט איבערגעגעבן ווי "יאַנקעוו", נפֿתּלי ווי "נאַפֿטולאַ", ברוך ווי "בורעך", און קבלה ווי "קאַבאָלאַ".

אין ס׳רובֿ רוסישע ביכער אויף ייִדישע טעמעס, ווערן די ייִדישע נעמען און טערמינען כּסדר פֿאַרשריבן לויטן ישׂראלדיקן שטייגער. עס שאַפֿט זיך אַזאַ אײַנדרוק, אַז די אַמאָליקע שטעטלדיקע ייִדן האָבן געוווינט ערגעץ אין תּל־אָבֿיבֿ אָדער חיפֿה, און גערעדט "רק עבֿרית". אַפֿילו שלום־עליכמס נאָמען ווערט טראַנסקריבירט אין די הײַנטצײַטיקע רוסישע פּובליקאַציעס ווי "שאַלאָם אַלייכעם". צוליב אַזאַ אַרויסרעד, קלינגען אַ טייל נײַע איבערזעצונגען פֿון באַשעוויסן און אַנדערע ייִדישע שרײַבער אויסטערליש אומנאַטירלעך. נעקראַסאָוו איז אָבער ממשיך די טראַדיציע פֿון אַזעלכע אויטענטישע ייִדישע איבערזעצער, ווי מיכאַיִל שאַמבאַדאַל — דער שאַפֿער פֿון ס׳רובֿ רוסישע ווערסיעס פֿון שלום־עליכמס ווערק.

יצחק באַשעוויס, "שׂטן אין גאָרײַ", פֿאַרלאַג "טעקסט", 2009
יצחק באַשעוויס, "שׂטן אין גאָרײַ", פֿאַרלאַג "טעקסט", 2009

באַשעוויס דערציילט וועגן דער אומרויִקער תּקופֿה נאָך כמעלניצקיס אויפֿשטאַנד, ווען צווישן די ייִדן האָט זיך פֿאַרשפּרייט די בשׂורה, אַז עס קומט באַלד משיח, וועלכער וועט אַרויספֿירן די ייִדן פֿונעם גלות — מיטן נאָמען שבתי צבֿי. די משיחישע באַוועגונג האָט זיך גיך צעבליט אין די חרובֿ־געוואָרענע ייִדישע שטעטלעך; די ייִדן האָבן געהאָפֿט, אַז די שוידערלעכע שחיטה איז געווען אַן אַפּאָקאַליפּטישער סימן פֿון דער קומענדיקער גאולה.

"שׂטן אין גאָרײַ" איז באַשעוויסעס ערשטער ראָמאַן, וועלכן ער האָט אָנגעשריבן נאָך אין פּוילן, איידער ער האָט עמיגרירט קיין אַמעריקע, וואָס דערציילט וועגן דער ווײַטערדיקער געשיכטע פֿון דער ייִדישער מיזרח־אייראָפּע נאָך כמעלניצקיס פּאָגראָמען. די קלאַנגען וועגן דער קומענדיקער גאולה האָבן אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע פֿון אַנטינאָמישע טענדענצן צווישן אַ טייל ייִדן, וועלכע האָבן געגלייבט, אַז משיח איז שוין דאָ, און דערפֿאַר ווערט בטל די אַלטע גלותדיקע הלכה. ווען דער טערקישער סולטאַן האָט געצוווּנגען שבתי צבֿי אָנצונעמען איסלאַם, האָט דער דורכפֿאַל פֿונעם נישט־געלונגענעם "משיח" אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה און אַ גײַסטיקן חורבן צווישן די פּוילישע ייִדן.

אין שלום אַשס "קידוש־השם" ווערן דערמאָנט נישט ווייניק מיסטישע מעשׂיות וועגן שדים, גילגולים און אַנדערע יענוועלטישע זאַכן. זיי דינען אָבער בלויז ווי אַ מין דעקאָראַציע, אַ קאַנווע צו דעם סוזשעט. אין באַשעוויסעס ווערק שפּילן די חלומות, אָנשיקענישן און פֿאָלק־טראַדיציעס אַ צענטראַלע ראָלע.

הגם באַשעוויסן גיט זיך אײַן, בדרך־כּלל, איבערצוגעבן דעם סתּירותדיקן גײַסט פֿון יענער תּקופֿה, לײַדט זײַן ראָמאַן פֿון אַ גרויסן חסרון. נישט געקוקט אויף אַלע סתּירות, האָבן די שבתי־צבֿיניקעס אַנטוויקלט אַ טיפֿן מיסטיש־פֿילאָסאָפֿישן דרך. אָבער, אינעם ראָמאַן פֿירן זיי זיך פּשוט גראָב און פּרימיטיוו. עס ווערט דערציילט ווייניק וועגן זייער אינערלעכער וועלט, וועגן זייערע משיחיש־רעוואָלוציאָנערע אידעאַלן און טיפֿע קבלהדיקע קאָנצעפּציעס, און באַשעוויס פֿאָקוסירט זיך צופֿיל אויף לאַנגע באַשרײַבונגען פֿון כּלערליי טײַוולאָנישע מעשׂיות, כּסדר באַגלייט מיט "שמאַלציקע" עראָטישע פּרטים.

מיט אַ הונדערט יאָר שפּעטער, האָבן אַ טייל אָנהענגער פֿון אַן אַנדער סעקטע, די פֿראַנקיסטן, זיך טאַקע אָפֿט געפֿירט בפֿירוש הפֿקרדיק־גראָב. די פֿריִיִקע שבתי־צבֿיניקעס זענען אָבער געווען, על־פּי־רובֿ, טיף־פֿרומע, אידעאַליסטישע ייִדן. די סעקסועלע עבֿירות האָבן נישט געשפּילט קיין וויכטיקע ראָלע אין זייער באַוועגונג. די סאַמע עקסטרעמע סעקטאַנטן פֿלעגן זיי טאַקע באַגיין, פֿון צײַט צו צײַט, ווי אַ געהיימער מיסטישער ריטואַל, פּרוּוונדיק נאָכצומאַכן אין עולם־הזה די גײַסטיקע פֿאַרבינדונגען צווישן די ג-טלעכע "פּרצופֿים".

די קריטיקער באַמערקן, אַז באַשעוויס האָט אָנגעשריבן "שׂטן אין גאָרײַ" ווי אַ צײַטונג־ראָמאַן פֿאַרן וואַרשעווער זשורנאַל "גלאָבוס", ווי אַ לײַכטע פֿאַרווײַלערישע בעלעטריסטיק. באַשעוויס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ משפּחה פֿון אַ חסידישן רבין, און האָט געקענט פֿון אינעווייניק די אינערלעכע וועלט פֿון די טראַדיציאָנעלע פּוילישע ייִדן. אין זײַן ערשטן ראָמאַן האָט ער זיך אָבער אָפּגעגעבן, דער עיקר, מיט די שדים און אַנדערע אויבערפֿלאַכיקע כּמו־מיסטישע ענינים.

פֿונדעסטוועגן, נישט געקוקט אויפֿן דאָזיקן חסרון, קאָן די נײַע איבערזעצונג פֿון "שׂטן אין גאָרײַ" דינען פֿאַרן רוסישן לייענער ווי אַ מין המשך פֿון שלום אַשס "קידוש־השם". דער פֿאַרלאַג "טעקסט" האָט שוין פֿריִער פּובליקירט אַ צאָל פֿון באַשעוויסעס ראָמאַנען, על־פּי־רובֿ איבערגעזעצט פֿון ענגליש. אין פֿאַרגלײַך מיט זיי, קלינגט "שׂטן אין גאָרײַ" אַ סך מער אויטענטיש, ווײַל ישׂראל נעקראַסאָוו האָט ווידער אָפּגעהיטן דעם אַשכּנזישן אַרויסרעד פֿון די ייִדישע נעמען און העברעיִשע ווערטער, אָפֿט אינעם אָריגינעלן ייִדישן נוסח.

מיט עטלעכע יאָר פֿריִער, האָט דער זעלבער פֿאַרלאַג איבערגעדרוקט עטלעכע ווערק פֿון שלום־עליכמען אין דער קלאַסישער איבערזעצונג פֿון מיכאַיִל שאַמבאַדאַלן, און פּלאַנירט ממשיך צו זײַן די דאָזיקע וויכטיקע איניציאַטיוו — צו באַקענען דעם רוסישן לייענער מיט די ווערק פֿון ייִדישע קלאַסיקער.