דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
מאַקס ווײַנרײַך, 1929 (פֿאָטאָ פֿון א. קאַציזנע)
מאַקס ווײַנרײַך, 1929 (פֿאָטאָ פֿון א. קאַציזנע)

אין פֿערציק יאָר אַרום נאָך זײַן פּטירה, פֿאַרנעמט מאַקס ווײַנרײַך (1894—1969) דעם העכסטן פּעדעסטאַל אין דער ייִדישער שפּראַך-קענטעניש. גלײַכצײַטיק, ווייסן מיר זייער ווייניק וועגן זײַן לעבן. ס׳איז שוין ניט איין מאָל געזאָגט און געשריבן געוואָרן, אַז — אַ חוץ ענציקלאָפּעדישע אַרטיקלען — האָבן מיר זייער ווייניק ביאָגראַפֿישע ווערק מכּוח די יחידים, וואָס האָבן בשעתּם געשפּילט פֿירנדיקע ראָלעס אין דער ייִדישער קולטור. מיר שײַנט, אַז טיילווײַז איז אַזאַ מצבֿ פֿאַרבונדן מיט אַן אָביעקטיווער שוועריקייט צו באַהאַנדלען דעם מאַטעריאַל. די פֿאָרשער, וואָס נעמען זיך אונטער צו שרײַבן וועגן אַזאַ פֿיגור ווי ווײַנרײַך, מוזן דאָך קענען לייענען (לכל-הפּחות) ייִדיש, דײַטש, רוסיש און ענגליש און זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין די פּאָליטישע און קולטור-ענינים פֿון רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, פּוילן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שוין אָפּגעשמועסט פֿון די פֿראַגן פֿון ייִדישער קולטור, שפּראַך און געשיכטע.

באַזונדערס ווייניק ווייסן מיר וועגן ווײַנרײַכס זשורנאַליסטישער טעטיקייט, כאָטש ער האָט זײַן גאַנץ לעבן געשריבן פֿאַר ניט-אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן. אַ סבֿרא, אַז אין אייניקע יאָרן האָט זשורנאַליזם געשאַפֿן אַ וויכטיקן קוואַל פֿאַר זײַן חיונה. זײַנע ערשטע אַרטיקלען האָבן זיך באַוויזן אין דער ייִדישער פּרעסע, ווען ער איז נאָך געווען אַ בר-מיצווה-בחור. איך פֿאַררוף זיך דאָ אויף דער וויכטיקער ביבליאָגראַפֿיע, צונויפֿגעשטעלט דורך חנה גאָרדאָן-מלאָטעק און שמואל גאָלדענבערג פֿאַר דעם 3טן באַנד (נײַע סעריע) פֿון "ייִוואָ-בלעטער".

אין דער אמתן, האָב איך זיך ספּעציעל ניט פֿאַרנומען מיט ווײַנרײַכס זשורנאַליסטישער טעטיקייט. אָבער צווישן די פּאַפּירן, מיט וועלכע איך אַרבעט איצט, ליגט אויך אַ קאָפּיע פֿון זײַן פּראָגראַמאַטישן אַרטיקל וועגן ייִדיש, געדרוקט נאָך אין יאָר 1910. דער אַרטיקל, ווי אויך צענדליקער (און אפֿשר הונדערטער) אַנדערע, זײַנען אונטערגעשריבן מיט אַ שפּילעוודיק-קלינגענדיקן פּסעוודאָנים: שׂרה ברענער. כ׳הייב ניט אָן צו וויסן, פֿאַר וואָס ווײַנרײַך האָט באַשלאָסן זיך פֿאַרבאַהאַלטן דווקא הינטער אַזאַ נאָמען.

מערסטן טייל אינטערעסירט מיך איצט ווײַנרײַך אין די יאָרן, ווען ער האָט געוווינט אין דײַטשלאַנד, 1919—1923. צו יענער צײַט איז ער שוין געווען אַ דערפֿאַרענער זשורנאַליסט און אַפֿילו אַ רעדאַקטאָר — אין די רעוואָלוציע-יאָרן איז אים אויסגעקומען צו שטיין בײַם רודער פֿון אַ פּאָר בונדיסטישע צײַטונגען. ווי אַ סאָציאַליסט און אַ פֿעיִקער פּען-מענטש, איז ער געווען צום האַרצן דעם גרויסן איבערקלײַבער, אַב. קאַהאַן, וואָס האָט געזוכט מענטשן אין אייראָפּע, וועלכע האָבן זיך אויסגעטויגט ווי אויסלענדישע קאָרעספּאָנדענטן פֿון "פֿאָרווערטס". אין די פֿריִע 1920ער יאָרן, פֿלעגן שׂרה ברענערס אַרטיקלען זיך גאַנץ אָפֿט באַווײַזן אין "פֿאָרווערטס", ווי אויך אין אַנדערע סאָציאַליסטישע צײַטונגען.

פֿון די אַרטיקלען, וואָס איך האַלט אין מײַן טעקע "ווײַנרײַך", האָב איך אויסגעקליבן צוויי. דער ערשטער, געדרוקט אין דער וואַרשעווער בונדיסטישער צײַטונג "מאָרגענשטערן", שטעלט מיט זיך פֿאָר (לויט מײַן מיינונג) אַ גלענצנדיק בילד פֿון ייִדישן בערלין. עס דערציילט אויך, בעת-מעשׂה, וועגן ווײַנרײַכס באַציִונג צו פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישן און אַלגעמיינעם לעבן. אַגבֿ, דער "מאָרגענשטערן"-אַרטיקל איז אַרויס אין ווײַנרײַכס 27־יאָריקן געבוירן־טאָג: ער איז דאָך געבוירן געוואָרן דעם 22סטן אַפּריל. אינטערעסאַנט, אַז דאָס פֿאַלט צונויף מיטן געבוירן-טאָג פֿון "פֿאָרווערטס", אָבער מיט דרײַ יאָר שפּעטער, אין 1897.

דער צווייטער אַרטיקל איז געווען געדרוקט אין "פֿאָרווערטס". שׂרה ברענער שרײַבט וועגן אַן אוניווערסיטעטיש שטעטל אין דײַטשלאַנד. הגם דער נאָמען פֿון דעם שטעטל ווערט ניט אָנגערופֿן, בין איך זיכער, אַז די רייד גייט וועגן מאַרבורג, וווּ אין יוני 1923 האָט ווײַנרײַך פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע.

ס׳איז קלאָר, אַז ווײַנרײַך האָט אַנטוויקלט אַ גוטן זשורנאַליסטישן סטיל, מיט אַ רײַכן וואָקאַבולאַר. בײַם איבערדרוקן די טעקסטן, האָב איך מאָדערניזירט דעם אויסלייג און פֿאַרראָכטן אַ פּאָר באַשײַמפּערלעכע טעות-הדפֿוסן. דעם וואָקאַבולאַר און די גראַמאַטיק האָב איך, אָבער, ניט געביטן, אַפֿילו אין די פֿאַלן, ווען דאָס וואָרט "שטעטל" האָט זיך באַוויזן אין אַלע דרײַ גראַמאַטישע מינים. מיר ווייסן ניט, ווי אַזוי ווײַנרײַכס כּתבֿ-ידן פֿון די אַרטיקלען האָבן אויסגעזען, און וואָס האָבן אַרײַנגעטראָגן די רעדאַקטאָרן און זעצער. אַזוי צי אַזוי, גיט די שפּראַך איבער דעם קאָלאָריט פֿון יענער צײַט.


אַ דײַטש שטעטל מיט אַן אוניווערסיטעט איז ווי אַ ייִדיש שטעטל מיט אַ ישיבֿה

("פֿאָרווערטס", דעם 3טן יולי 1922, ז׳ 3)

איך בין אַוועק אויף זומער פֿון בערלין און זיך פֿאַרקליבן אין אַ קליינעם דײַטשן שטעטל. אין בערלין האַלט דער עולם אין איין יאָגן זיך, מע קען אַ מינוט ניט אײַנשטיין אויף אַן אָרט; און אַז אַלע פֿליִען נעמט מען אַליין אויך שמײַען און האַווען, פּונקט ווי עס וואָלט ערגעץ-וווּ געברענט. דאָ אין מײַן שטעטל איז רויִק. דאָ זײַנען נאָך פֿאַראַן מענטשן, וואָס האָבן צײַט. בײַטאָג אַרבעט מען, אָבער ניט אַזוי, אַז מען זאָל זיך אויסשלאָגן פֿון די כּוחות; און ווען עס ווערט פֿאַרנאַכט, לאָזן זיך די בחורים און מיידלעך שפּאַצירן הינטער שטאָט. אָבער מען דאַרף גאָר פֿון שטאָט ניט אַרויס אויף צו שעפּן לופֿט. דורך מײַן אָפֿענעם פֿענצטער זע איך נאָר גרינס און גרינס, ביימער און בלומען; און דער געפּיפּס פֿון די פֿייגעלעך וועקט מיך אויף באַגינען פֿון שלאָף.

עס איז מקנא צו זײַן די מענטשן, וואָס וווינען דאָ שטענדיק. דאָס הייסט: איך וואָלט ניט געוואָלט זײַן אַ גאַנצן לעבן אויף זייער אָרט; אָבער זיי איז גוט. כאָטש זיי מוזן אַוודאי מיר מקנא זײַן, וואָס ווען איך וויל קען איך אַראָפּפֿאָרן צוריק אין דער "גרויסער וועלט".

דאָ גייען די מענטשן פּאַוואָליע איבער די גאַסן, און דאָס לעבן זייערס גייט אויך פּאַמעלעכער; פֿאַראַן דאָ אויך מוּוויס [קינאָ-טעאַטערס] — ווי דען? אַ דײַטשע שטאָט אָן אַ מוּווי? — אָבער דאָס לעבן איז דאָ ניט געגליכן צו קיין מוּווי. מען האָט צײַט זיך אַרײַנצוקוקן אין דעם בילד, וואָס באַווײַזט זיך פֿאַרן אויג אין לעבן. אַז עס טרעפֿט זיך עפּעס אין שטאָט, קוקט מען זיך אײַן; און דערנאָך גיט מען אַ צווייטן מאָל אַ קוק, און דערנאָך באַווײַזט מען נאָך זיך דורכצוריידן וועגן דעם מיט גוטע פֿרײַנד; און דאָס לעבן וואַרט אַלץ, ניט אַזוי גיך טרעפֿט זיך עפּעס נײַעס, וואָס זאָל צעשלאָגן די געדאַנקען, און נאָך אין אַ צײַט אַרום דערמאָנט מען זיך אין אַבענד [אָוונט] בײַם גלאָז ביר: "איר געדענקט, יעמאָלט, ווען דער און דער איז געקומען צו פֿאָרן..."

די שטאָט מײַנע האָט אַן אוניווערסיטעט. דער אוניווערסיטעט איז אָפֿן, פֿאַרשטייט זיך, אַ גאַנצן יאָר; נאָר איבערהויפּט לאָזן זיך אַראָפּ אַהער סטודענטן אויף זומער. אויף צוואַנציק טויזנט אײַנוווינער פֿאָרן זיך צונויף איבער דרײַ טויזנט סטודענטן. ניטאָ קיין שטוב, וווּ אַ סטודענט זאָל ניט וווינען. זאָגאַר [אַפֿילו] פּראָסטע פֿרויען, הענדלערקעס, קענען אַלע פּראָפֿעסאָרן; זיי ווייסן, וווּ דער אָדער יענער פּראָפֿעסאָר וווינט, ווען ער לערנט זײַנע לעקציעס. יעדע צימער-פֿאַרדינגערקע ווייס אויף קלאָר, וועלכער פּראָפֿעסאָר איז אַ שטרענגער, און מיט וועלכן מען קען דורכקומען. נעכטן ווײַז איך דער באַלעבאָסטע, אַז בײַ איינעם פֿון די שטולן אין מײַן צימער איז צעריסן דער שטרויענער געפֿלעכט. רופֿט זי זיך אָפּ: "אַ מאָדנע זאַך! מיר האָבן דאָך ערשט יענעם סעמעסטער (זמן) געלאָזט פֿאַרריכטן אַלע שטולן!" נו יאָ, אַפֿילו די צײַט רעכנט מען דאָ ניט לויט יאָרן, נאָר זומערדיקע און ווינטערדיקע סעמעסטערס, ווײַל מען ווייס, אַז זומער איז פֿול די שטאָט, און ווינטער איז טאַקע ליידיק.

דער אוניווערסיטעט דאָ איז שוין אַלט אַ יאָר פֿינף הונדערט. פֿריִער איז דאָס געווען אַ שול בײַ אַ קלויסטער, וווּ מאָנאַכן זײַנען געווען די לערער. צו ביסלעך איז די שול געוואַקסן; מען האָט אויפֿגעהערט צו שלאָגן זיך וועגן דעם, ווער עס האָט דעם אמתן גלויבן, די קאַטוילישע קירכע אָדער די פּראָטעסטאַנטישע; נאָר דערפֿאַר האָט מען זיך אָנגעהויבן צו אינטערעסירן מיט וועלטלעכע זאַכן. די הערשער האָבן קיין געלט ניט געזשאַלעוועט, מען האָט געבויט אינסטיטוטן און שפּיטאָלן; און הײַנט האָט דאָס קליינע שטעטל פֿון צוואַנציק טויזנט אײַנוווינער אַן אוניווערסיטעט, וואָס אַ הויפּטשטאָט פֿון אַ לאַנד וואָלט זיך געקענט מיט אים איבערנעמען.

און פֿאָרט אָפּ פֿון דאַנען אַ האַלבע שעה האָט איר אַ צווייטע שטעטל מיט אַ פֿײַנעם אוניווערסיטעט. און פֿון דאָרטן אָנדערטהאַלבן שעה — האָט איר דעם פּרעכטיקן אוניווערסיטעט אין פֿראַנקפֿורט-מײַן. און פֿון דאָרטן קנאַפּע צוויי שעה פֿאָרן — זײַט איר שוין אין דער שטאָט הײַדעלבערג מיט איר אוניווערסיטעט, וואָס קלינגט איבער דער גאַנצער וועלט מיט זײַנע געלערנטע.

אָט דאָס איז דײַטשלאַנד! קיין לאַנד אין דער וועלט קען זיך צו איר ניט גלײַכן! יאָ, די דײַטשע אוניווערסיטעטן זײַנען רעאַקציאָנער, מ׳שטאָפּט אָן די סטודענטן מיט האַס צו דער גאַנצער וועלט און מיט אַ בלינדן, אײַנגעגעסענעם נאַציאָנאַליזם. אָבער אין דער אַרבעט פֿון בויען אַן אײַזנבאַן איז ניטאָ קיין נאַציאָנאַליזם; אין מאַכן דעם חולה אַן אָפּעראַציע איז ניטאָ קיין נאַציאָנאַליזם, אין אויסגעפֿינען די נאַטור פֿון בינען און פֿון זומער-פֿייגעלעך איז ניטאָ קיין נאַציאָנאַליזם. דאָס זײַנען דאָך אַלץ וויסנשאַפֿטן, וווּ דײַטשע געלערנטע טוען אויף געוואַלדיקע זאַכן. און חוץ דעם: דער נאַציאָנאַליזם וועט ווען עס איז איבערגיין, מענטשן וועלן קומען צום שׂכל, וועלן זיך אויסניכטערן — נאָר די וויסנשאַפֿט וועט בלײַבן, די פֿעיִקייטן צו דער אַרבעט וועט עקזיסטירן.

עס איז שווער צו פֿאַרשטיין, וואָס דײַטשלאַנד איז, אויב מען קען ניט דעם דײַטשן פּראָפֿעסאָר. מען רעדט אַזוי פֿיל אין דער גאַנצער וועלט וועגן זײַנע פֿעלערן: וועגן זײַן ליבע צו ווילהעלמען [דער קייסער], וועגן זײַן שׂינאה צו ייִדן. דאָס איז צום גרעסטן טייל אמת. אָבער לאָמיך אַמאָל רעדן וועגן זײַנע מעלות אויך. ער איז ווערט דאָס אויך.

איך ווייס ניט, ווי בײַ אײַך אין אַמעריקע איז, נאָר בײַ אונדזערע רוסישע ייִדן פֿלעגט מען זיך אַלע מאָל קלאָגן, אַז אין די קלענערע שטעט קען מען קיין רעכטן מענטשן ניט געפֿינען. פֿון די שטעטלעך איז דאָך אָפּגערעדט; אָבער אַפֿילו אין אַ וויטעבסק, אין אַ מינסק, אין אַ זשיטאָמיר פֿלעגט אַ דאָקטער אָדער אַ גוטער לערער אָדער אַן אַדוואָקאַט ניט קענען אײַנזיצן. עס פֿלעגט זיך אים אַליין דוכטן, אַז דאָס אָרט איז צו קליין פֿאַר אים, אַז ער וואָלט געקענט אויפֿטאָן גרעסערע זאַכן. פֿלעגן זיך די געבילדעטע מענטשן ציִען פֿון מינסק קיין ווילנע, און פֿון זשיטאָמיר קיין קיִעוו אָדער אָדעס; און ווער עס האָט נאָר געהאַט די מעגלעכקייט, דער פֿלעגט זיך גאָר אַריבערפֿאָרן קיין פּעטערבורג אָדער אין מאָסקווע. און די שטעט און שטעטלעך אונדזערע זײַנען געבליבן פֿאַריתומט, בײַ גאָרנישטן.

פֿאַר וואָס איז דאָס אַזוי געווען? ווײַל מענטשן האָבן ניט געהאַט קיין מאָס; זיי האָבן ניט געוווּסט, וואָס עס הייסט באַנוגענען זיך מיט עפּעס קליינס. דאָס איז די אמתע פֿאַרנאַרטקייט פֿון מענטשן, וואָס מיינען, אַז לעבן און אינטערעס צום לעבן זײַנען פֿאַראַן נאָר דאָרטן, וווּ עס איז אַ גרויסער טומל. אין דער אמתן איז דאָס אַ גרויסער טעות. מען קען אויסגיין פֿאַר אומעט אין ניו-יאָרק, אויב מען האָט ניט קיין געפֿיל צום לעבן. פֿאַרקערט: מען קען געפֿינען אָן אַ שיעור אינטערעסאַנטע זאַכן, ווען מען פֿאַרשטייט די נשמה פֿון מענטשן; ווען מען זעט, ווי קינדער שפּילן; ווען מען הערט, ווי דאָס יונגוואַרג שיסט אויס מיט געלעכטער און ווי אַן אַלטער מאַן דערציילט וועגן אַמאָליקע יאָרן. ווען עס נודיעט זיך, זאָלסטו וויסן זײַן, אַז ניט די שטאָט און ניט מענטשן זײַנען שולדיק, נאָר דו אַליין ביסט שולדיק.

אונדזערע ייִדן פֿאַרשטייען דאָס ניט — לאָמיר זיך ניט נאַרן! — זיי זוכן אַלץ, אַז די דרויסנדיקע וועלט זאָל זיי צושטעלן אינטערעס, אַז סענסאַציעס זאָלן זיי כּסדר קלאַפּן איבערן קאָפּ. מען איז צו נערוועז אײַנצוקוקן זיך, אײַנצוהערן זיך, אַרײַנצוטראַכטן זיך; מען וויל אַלע מאָל עפּעס נײַעס, נאָך איידער מען האָט פֿאַרדײַעט דאָס אַלטע.

דײַטשן פֿאַרשטייען דאָס. אָט דאָ אין מײַן שטעטל זיצן עטלעכע הונדערט מענטשן: לערער, דאָקטוירים, אַדוואָקאַטן אאַז״וו. אויך געפֿינט איר דאָ סתּם אַזוי אַנטוויקלטע מענטשן, וואָס בײַ אונדז וואָלטן זיי שוין לאַנג אַנטלאָפֿן וווּ דער שוואַרצער פֿעפֿער וואַקסט, אַבי ניט "פֿאַרשימלט צו ווערן אין פֿאַרוואָרפֿענעם ווינקל"... דײַטשן טוען אַנדערש: זיי שאַפֿן זיך אַ היים אין דעם "פֿאַרוואָרפֿענעם ווינקל". ביכער זײַנען דאָ פֿאַראַן וואָסערע איר ווילט; קאָנצערטן קענט איר דאָ הערן גוטע; אַלע וואָך קומט צו פֿאָרן אַ נישקשהדיקער טעאַטער; שולן פֿאַר די קינדער זײַנען דאָ אויסגעצייכנטע — וואָס דאַרף מען בערלין? געוויינטלעך, דאָרטן איז פֿאַראַן פֿון דעם צען מאָל, הונדערט מאָל אַזוי פֿיל — אָבער וואָס דאַרף מען אַזוי פֿיל? אַז מען האָט ווייניקער, קלעקט אויך. ניט לאַנג האָט מיר געזאָגט אַ היגער פּראָפֿעסאָר: "וואָס טויג מיר דער בערלינער הו-האַ? דאָ ווייס איך, אַז קיינער וועט מיך ניט אָפּרײַסן פֿון מײַן אַרבעט!"

טאָמער ווילט איר פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די דײַטשע וויסנשאַפֿט איז אַזוי גרויס געוואָרן, זאָלט איר האָבן אין זינען: דאָס איז נאָר דערפֿאַר, ווײַל דער דײַטשער פּראָפֿעסאָר איז אימשטאַנד זיך אַרײַנצוטאָן אין זײַן אַרבעט מיט לייב און לעבן. ווען ער האָט זײַן ספּעציאַליטעט, פֿאַרגעסט ער אַלצדינג אויף דער וועלט — ניט אַזוי ווי אונדזערע אוניווערסיטעטן, וואָס זײַנען בריות אין אַלע פֿאַכן. ביז דער רעוואָלוציע אין דײַטשלאַנד איז דעם פּראָפֿעסאָר געווען גאָר גוט: ער האָט געהאַט אַ פֿאַרטיקע פּאָליטישע איבערצײַגונג; ער האָט געוווּסט, אַז דײַטשלאַנד האָט אַ קייסער, און דײַטשלאַנד איז שטאַרק — און ווײַטער האָט אים ניט געאַרט. די רעוואָלוציע האָט אַ ביסל צעפּלאָנטערט די קאָרטן, נאָר דער גרעסטער טייל פּראָפֿעסאָרן האָבן ניט געוואָלט קיין נײַעס, ווײַל דאָס וואָלט זיי געשטערט. זײַנען זיי געבליבן בײַ זייער וויסנשאַפֿט און בײַ זייערע אַלטע פּאָליטישע מיינונגען. זוכן צו פֿאַרשטיין די נײַע צײַט — דאָס קענען זיי ניט; דאָס וואָלט זיי דאָך אָפּגעריסן פֿון זייער באַשעפֿטיקונג. איינער אַ דײַשטער פּראָפֿעסאָר באַרימט זיך, אַז פֿון סוף 1918 האָט ער קיין צײַטונג אין האַנט ניט גענומען. "צו וואָס זאָל איך דאָס לייענען", זאָגט ער, "אַז מע לייענט די אַלע צרות, ווערט מען נאָך צעטראָגן, און דערנאָך ווערן צעשלאָגן די געדאַנקען בײַ דער אַרבעט".

אַ דײַטשער פּראָפֿעסאָר איז אימשטאַנד אָפּצולעבן אַ יאָר עטלעכע און דרײַסיק אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון בערלין, פֿון זײַנע יונגע יאָרן ביז אין דער עלטער אַרײַן. אין די טעג, ווען ער האָט לעקציעס אין אוניווערסיטעט, פֿאָרט ער צו מיטן באַן אין שטאָט; און באַלד ווי די לעקציעס זײַנען געענדיקט, פֿאָרט ער אַוועק צוריק אַהיים. ווײַטער זיצט ער בײַ די ביכער, און מער דאַרף ער ניט...

* * *

צווישן די לעזער וועלן זיך געוויס געפֿינען אַזעלכע, וואָס וועלן זיך אויסלאַכן פֿון אַזאַ פּראָפֿעסאָר. אין ניו-יאָרק קען גאַנץ גרינג קומען אויפֿן געדאַנק, אַז אַ מענטש, וואָס זיצט אָפּ אַ גאַנצן לעבן אויף אַ פּאָר אַלטע ספֿרים, איז אַ שלימזלניק, און אַז ניט מקנא זײַן דאַרף מען אָט אַזאַ מענטשן, נאָר רחמנות האָבן אויף אים.

איר דאַרפֿט מיך ניט חושד זײַן, אַז איך האַלט ניט פֿון אַמעריקע. ניט לאַנג האָבן עטלעכע דײַטשע צײַטונגען געשיקט ספּעציעלע קאָרעספּאָנדענטן קיין אַמעריקע, און זיי האָבן באַשריבן ניו-יאָרק ווי אַן אייראָפּעער זעט זי — און איך בין נאָך אַ מאָל נתפּעל געוואָרן פֿון דעם מעכטיקן אימפּעט פֿון דער שטאָט, פֿון איר גרויסקייט, פֿון איר געשווינדקייט. ווער עס איז ניט קיין ספּעציעלער ישיבֿה-בחור, דער ווייסט, אַז עס ווערט אין אַמעריקע געבוירן אַ נײַער סאָרט מענטש, וואָס די וועלט האָט נאָך ניט געזען. אָבער אַ גאַנצע וועלט ניו-יאָרק וואָלט געווען פּונקט אַזוי נודנע, ווי אַ גאַנצע וועלט שניפּישאָק. די וועלט דאַרף זײַן פֿילזײַטיק, רײַך אין פֿאַרבן, כּדי זי זאָל פֿאַרמאָגן אַלצדינג, וואָס דער מענטשלעכער גײַסט קען אַרײַננעמען אין זיך און אַרויסגעבן פֿון זיך.

און ווען איך קלער וועגן אונדזערע ייִדן, ווילט זיך מיר, אַז זיי זאָלן אויסגעהיילט ווערן פֿון דער שניפּישקער האַוועניש. און אַנשטאָט דעם זאָל זיי צוקומען אַ ביסל פֿון דעם גרויסן שניט פֿון [דעם ניו-יאָרקער שטאָט-פּלאַנירער, מחבר פֿונעם בוך The Planning of the Modern City] נעלסאָן פּ. לויִס (וואָס האָט שוין אויסגערעכנט, אַז אין יאָר 1950 וועט ניו-יאָרק האָבן העכער 16 מיליאָן אײַנוווינער) — און אַ ביסל זיץ-פֿלייש פֿון אַ דײַשטן פּראָפֿעסאָר.